וווּנדער איבער וווּנדער, וואָס אין דער הײַנטיקער וועלט, אונטער הײַנטיקע אומשטענדן, ווען דער אַמעריקאַנער ייִדישער עולם וויל בלויז לאַכן; נישט גלאַט לאַכן, נאָר לאַכן מיט וווּלגאַרע עם־הארצדיקע ספּאַזמען — קומט צו גיין דער זשורנאַליסט בערנאַרד ווײַנטראַוב, וועלכער האָט אַמאָל געשריבן פֿאַר דער "ניו־יאָרק טײַמס" און אויסגעווען אַ וועלט — פֿון וויעטנאַם ביז אינדיע, באַשרײַבנדיק קריטישע וועלט־געשעענישן — און ער זאָל דאָס אַרײַנקוקן אין די ייִדישע אַרכיוון און נאָכפֿאָלגן די לעבנס־באַשרײַבונגען פֿון פֿאַרשידענע אָנטיילנעמער אין אונדזער אומגליק.
זײַן גאָר ערשטע פּיעסע אויף "אָף־בראָדוויי" הייסט "די מיטשולדיקע" (The Accomplices). דאָ באַשולדיקט דער דראַמאַטורג די אַמעריקאַנער ייִדישע, מ׳שטיינס געזאָגט, שתּדלנים אין "ווײַסן הויז", מיט פֿרענקלין דעלאַנאָ רוזוועלטן בראָש — דעם פּרעזידענט, וועלכן די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן פֿאַרגעטערט, און ער האָט זיי באַהאַנדלט מיט קאַלטבלוטיקייט און נאַכלעסיקייט; אַזוי ווי היטלערס ייִדישע קרבנות האָבן בײַ אים קיין ראָלע נישט געשפּילט. ער האָט געטענהט, אַז ער פֿירט דאָ נישט קיין ייִדישע מלחמה.
די פּיעסע פֿאַרנעמט זיך אויפֿצולעבן דעם פֿאַרגעסענעם העלד הלל קוק. זײַן פֿעטער איז געווען דער וועלט־באַרימטער הרבֿ יצחק קוק (1865—1935), וועלכער איז געקרוינט געוואָרן ווי דער ערשטער אַשכּנזישער רבֿ־הראשי פֿון ארץ־ישׂראל. הרבֿ קוק האָט צונויפֿגעפּאָרט דעם ציוניזם מיטן ייִדישיזם און געהאָלפֿן צונויפֿברענגען די אָרטאָדאָקסיע מיט די ייִדן וואָס האָבן נישט געציטערט פֿאַרן וועלט־באַנעם. זײַן פּלימעניק ווידער, הלל קוק, אַ געבוירענער אין ליטע אין 1915, האָט אָנגענומען אייגענע שריט אין דער ייִדישער וועלט. ער האָט זיך דווקא אײַנגעשטעלט נישט אַזוי פֿאַרן גײַסטיקן לעבן פֿון זײַן פֿאָלק, ווי אין דער רעטונגס־אַרבעט פֿאַר די ייִדן, וואָס האָבן גענומען אויסגיין אין די פֿלאַמען פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער האָט אויך אויסגעקליבן צו ווידמען זײַן לעבן פֿאַר אַן אייגן לאַנד. אַ נאָכפֿאָלגער פֿון וולאַדימיר (זאבֿ) זשאַבאָטינסקי, איז קוק געווען אַ קאָנטראָווערסיאַלע פֿיגור, באַקאַנט אין דער ייִדישער געשיכטע ווי "פּעטער בערגסאָן".
קורץ פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ענגלאַנד צוגעמאַכט די טויערן פֿון פּאַלעסטינע פֿאַר די אומגליקלעכע ייִדן פֿון אייראָפּע. הלל קוק (פּעטער בערגסאָן) האָט שוין דעמאָלט געלעבט אין פּאַלעסטינע. האָט אים דער אירגון געשיקט קיין פּוילן וווּ ער האָט געהאָלפֿן אָרגאַניזירן אַן אומלעגאַלע עליה. זײַן אונטערגרונט־אַרבעט האָט אים געצוווּנגען אָנצונעמען דעם נײַעם נאָמען, כּדי נישט צו קאָמפּראָמעטירן זײַן מיחוסדיקע רבנישע משפּחה. קוק בערגסאָן איז געווען אין דער שווייץ ווען די דײַטשן זײַנען באַפֿאַלן פּוילן. מיט דער צײַט האָט ער זיך דאָביוועט צו קומען קיין ניו־יאָרק, זיך פֿאַרבינדן מיט זשאַבאָטינסקי, וועלכער איז געווען פֿאַרנומען מיט אָרגאַניזירן אַ "ייִדישע אַרמיי" צו קעמפֿן בײַ דער זײַט פֿון די אַליִיִרטע קעגן היטלערן. אָבער אין 1940 איז זשאַבאָטינסקי געשטאָרבן, בעת בערגסאָן האָט געהאַלטן אין אַגיטירן צו גרינדן אַ "ייִדישע אַרמיי". אין 1942 האָט ער פּלוצעם איבערגעריסן זײַן אַגיטאַציע. ער האָט אײַנגעזען די וויכטיקייט פֿון ראַטעווען די ייִדן אין אייראָפּע.
אין 1942, ווען דער מאָרד פֿון פּוילישן ייִדנטום איז אָנגעגאַנגען אומגעשטערט, האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז די נאַצי־מאַשין האַלט בײַם אויסראָטן דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק. האָט ער זיך געוואָנדן צו די אַמעריקאַנער ייִדישע פֿירער אין ניו־יאָרק מיט ראַבײַ סטיווען ווײַס בראָש. דער ראַבײַ האָט זיך איבערגענומען מיט דער ביטערער בשׂורה אָבער זיך געפֿילט הילפֿלאָז. אין דער צײַט זײַנען נאָך געבליבן הונדערטער טויזנטער אונגאַרישע ייִדן און די נאַציס זײַנען נאָך נישט געווען מסוגל פֿאַר אַ מאַסן־טראַנספּאָרטאַציע פֿון די ייִדן קיין אוישוויץ. אָבער די גרויסע ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע טוער בראָש מיט הרבֿ ווײַס, האָבן נישט געקענט, אָדער נישט געוואָלט, זיך משתּדל זײַן בײַ פּרעזידענט רוזוועלט און פּרעזענטירן אים מיט זייער זאָרג. זיי האָבן זיך כּסדר אַרויסגעדרייט פֿון "באַלעסטיקן" דעם פּרעזידענט מיט אונדזער אומגליק. אפֿשר האָבן זיי מורא געהאַט צו פֿאַרלירן זייער צוטריט צו אים. בערגסאָן האָט אָרגאַניזירט אַזעלכע פּראָמינענטע זשורנאַליסטן און שרײַבער אין האָליוווּד ווי בען העכט. מיט דער הילף פֿון העכטן האָט בערגסאָן באַוויזן אויפֿצוּוועקן דעם געוויסן פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן, צוציִען גרויסע ייִדישע שטערן אין דער פֿילם־אינדוסטריע אין האָליוווּד. ער האָט אָרגאַניזירט אויפֿן אָרט אַ תּיכּפֿדיקן "הילפֿס־ראַט צו ראַטעווען די ייִדן אין אייראָפּע", אָפּגעדרוקט אויפֿרופֿן אין דער ענגלישער פּרעסע, אויפֿגעפֿירט אַ ספּעקטאַקל פֿאַרפֿאַסט פֿון בען העכטן אין אָנדענק פֿון די קרבנות וואָס זײַנען אומגעקומען, און אָרגאַניזירט אַ מאַרש אויף וואַשינגטאָן אין וועלכן עס האָבן אָנטייל גענומען לויטער רבנים.
אַנשטאָט שליסן אַ יד־אַחת מיט בערגסאָנען און אָרגאַניזירן אַ פּראָטעסט, האָבן הרבֿ ווײַס און אַנדערע ייִדישע פֿירער בויקאָטירט די אָנטיילנעמער אין דער רעטונג־אַקציע פֿון ייִדן. נישט נאָר דאָס, זיי האָבן אַרויסגעוויזן צו זיי גרויס שׂינאה און פֿײַנטשאַפֿט. זיי האָבן געטענהט, אַז דאָס וועט אַרויסרופֿן אַנטיסעמיטיזם בײַ די אַמעריקאַנער גויים און מען וועט ברענגען די פּאָגראָמען פֿון אייראָפּע קיין אַמעריקע. אָבער בערגסאָן האָט גוט פֿאַרשטאַנען די מענטאַליטעט פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן בראָש מיטן אָנגעזעענעם הרבֿ ווײַס, וועלכער איז בלויז פֿאַראינטערעסירט געווען אין זײַן פֿרײַנדשאַפֿט מיט פּרעזידענט רוזוועלט און האָט נישט געוואָלט שטעלן די דאָזיקע פֿרײַנדשאַפֿט אין געפֿאַר בײַם אויסנוצן זי לטובֿת די אומגליקלעכע ייִדן. אָבער בערגסאָנס טירחה און דער קאָנגרעסיאָנעלער דרוק אויף רוזוועלטן האָט אין רעזולטאַט געשאַפֿן אין יאָר 1944 דעם "קריגס־רעפֿיודזשי־ראַט" און די אָרגאַניזאַציע האָט געהאָלפֿן ראַטעווען די לעבנס פֿון הונדערטער און טויזנטער אונגאַרישע ייִדן. בערגסאָן (הלל קוק) האָט געריסן פּאַסן פֿון זיך אַליין פֿאַר וואָס עס איז אים נישט געלונגען צו שאַפֿן אַזאַ קאָמיטעט אַ סך פֿריִער.
נאָך דער עטאַבלירונג פֿון מדינת־ישׂראל איז הלל קוק אויסגעקליבן געוואָרן ווי דער ערשטער חבֿר הכּנסת צוזאַמען מיט מנחם בעגינען. דוד בן־גוריון איז געווען קוקס קעגנער. און אַזוי ווי הלל קוק איז קיין מאָל נישט געווען קיין פּאָליטיקער, האָט ער נישט געקענט אויסקומען מיט בעגינען. אַנטמוטיקט, האָט ער פֿאַרלאָזט ישׂראל, צוריקגעקומען קיין ניו־יאָרק און געמאַכט אַ קאַריערע אויף "וואָל־סטריט". אין 1975 האָט ער זיך צוריקגעקערט קיין ישׂראל, וווּ ער האָט אויסגעלעבט זײַנע יאָרן און געשטאָרבן ווי אַ פֿרעמדער. הלל קוק איז געשטאָרבן אַ פֿאַרגעסענער און נישט קיין אָנערקענטער קעמפֿער פֿאַר די זעקס מיליאָן קדושים.
דאָס איז דער סוזשעט פֿון דער פּיעסע. זי איז שווער צוליב פֿאַרשיידענע טעמים: ערשטנס, פֿאַר אַן ערשטער פּיעסע וואָלט איך נישט אויסגעקליבן אַ פּיעסע מיט אַזאַ שווערן געוויכט. דער הײַנטיקער טעאַטער־עולם, ווי געזאָגט, איז נישט געוווינט צו אַזאַ שווערער טעאַטראַלער דיעטע. און כאָטש עס איז געווען אַ געפּאַקטער זאַל, האָב איך געזען אַ טייל ליסע קעפּ און אָנגעשמינקעוועטע דאַמעס פֿאַרלאָזן דעם זאַל נאָכן ערשטן אַקט. אָבער ס׳רובֿ פֿונעם עולם אין זאַל איז אויסגעזעסן געדולדיק און ווען דער פֿאָרהאַנג האָט זיך אַראָפּגעלאָזט, האָט מען די אַקטיאָרן מכבד געווען מיט גרויסע אָוואַציעס. מיטן רעזשיסאָר איִאַן מאָרגאַן, בין איך אויך נישט געווען שטאַרק צופֿרידן. ער האָט געלאָזט די אַקטיאָרן לייענען די נעמען פֿון אַ צאָל אומגעקומענע ייִדן פֿון פֿאַרשיידענע שטעט און שטעטלעך. ס׳וואָלט מער געפּאַסט פֿאַר אַן אָנדענק אָוונט. אָבער איך בין סײַ ווי געווען גליקלעך, אַז מ׳שטעלט ערנסטע ייִדישע פּיעסעס. דעם 5טן מײַ האָט זיך די פּיעסע געשלאָסן.
איידער איך פֿאַרענדיק, מוז איך זיך מיט אײַך טיילן מיט דער פּאָעמע פֿון דעם געניאַלן פּאָעט און פּראָזע־שרײַבער חיים גראַדע, וואָס איז אויף דער זעלבער טעמע, אָבער מיטן פּאָעטס טיפֿער וויזיע און אָפּשאַצונג פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער געזעלשאַפֿט און דער וועלטס גלײַכגילטיקייט צו אונדזער אומגליק. די פּאָעמע הייסט:
"חרובֿע קלויזן"
(...) פֿאַר וואָס האָסטו זיך נישט אַנטקעגנגעשטעלט שרײַסטו?
דו האָסט געראַטעוועט דײַן לעבן, איצט ווילסטו אַז מיר, די אומגעקומענע,
זאָלן אויך ראַטעווען דײַן אײַנגערעדטן כּבֿוד?
דו זאָלסט זיך קענען באַרימען פֿאַר דער וועלט, אַז דו ביסט דער לעצטער
פֿון די פֿאַרטיליקטע העלדן.
מיר זײַנען געווען באַהאָנגען מיט קינדער, מיט ווײַבער און אַלטע טאַטע־מאַמע.
מען האָט אונדז געפּײַניקט מיר זאָלן פֿאַרלירן דעם צלם עלקים.
מ׳האָט אונדז אויסגעטאָן נאַקעט — און דו מאָנסט פֿון אונדז העלדישקייט?
מיר, מיט אונדזערע טויטע הענט זאָלן אונטערהאַלטן דײַן חשיבֿות בײַ די אומות העולם, וואָס פֿאַלן כּורעים פֿאַר כּוח, נישט פֿאַר יסורים.
און דײַנע חבֿרים אין די מרחקים, אין דער פֿרײַער וועלט, וואָס האָבן זיי געטאָן?
האָבן זיי זיך געוואָרפֿן די פֿעלקער צו די פֿיס און געבעטן פֿאַר אונדז רעטונג?
פֿאַר וואָס האָט איר נישט באַלאַגערט די מנהיגים פֿון מלוכות?
פֿאַר וואָס האָט איר זיך נישט אויסגעלייגט אויף די גאַסן,
די וועלט זאָל נישט קענען אַריבערגיין איבער אונדזער הריגה?
פֿאַר וואָס האָסטו זיך אַליין נישט פֿאַרהונגערט צום טויט,
און נישט געריסן קריעה יעדן טאָג, יעדע שעה, יעדע רגע?
דו האָסט קיין ייִדישע מסירת־נפֿש פֿאַר אונדז נישט אַרויסגעוויזן.
און בײַ אונדז מאָנסטו עשׂוס גבֿורה?
ווער עס זאָגט אַז מיר זײַנען חייבֿ פֿאַר אונדזער שוואַכקייט,
דער האָט נישט קיין רחמנות אין זײַן האַרצן.