פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פּרעמיער און געוועזענער ירושלימער בירגערמײַסטער אהוד אָלמערט, מיטן איצטיקן בירגערמײַסטער, אורי לופּאָליאַנסקי, און דער אויסערן־מיניסטאָרין ציפּי ליבֿני, בעת אַ קאַבינעט־זיצונג, זונטיק, וואָס מע האָט ספּעציעל אָפּגעהאַלטן אינעם
פּרעמיער און געוועזענער ירושלימער בירגערמײַסטער אהוד אָלמערט, מיטן איצטיקן בירגערמײַסטער, אורי לופּאָליאַנסקי, און דער אויסערן־מיניסטאָרין ציפּי ליבֿני, בעת אַ קאַבינעט־זיצונג, זונטיק, וואָס מע האָט ספּעציעל אָפּגעהאַלטן אינעם
Getty Images

די וואָך, אין כ"ח אייר, האָבן מיר אָפּגעמערקט און געפֿײַערט דעם "יום־ירושלים", 40 יאָר זינט דער באַפֿרײַונג פֿון דער עיר־העתּיקה — דער אַלטשטאָט פֿון ירושלים.

נאָך שווערע, בלוטיקע שלאַכטן, מיט אַ גרויסער צאָל מענטשלעכע קרבנות און פֿאַרוווּנדעטע, האָבן די העלדישע ישׂראל־זעלנער דורכגעבראָכן דעם ווידערשטאַנד פֿון דעם יאָרדאַנישן לעגיאָן, דערגרייכט דעם כּותל־מערבֿי און מיט טרערן, פֿרייד און עקזאַלטאַציע אַרויפֿגעצויגן די ווײַס־בלויע פֿאָן אויף דער הייליקער וואַנט, צו וועלכער עס האָבן אַרויסגעקוקט פֿון נאָענט און ווײַט, זינט דעם חורבן בית־שני מיט צוויי טויזנט יאָר צוריק, דורות פֿון ייִדישן פֿאָלק, אומעטום אין דער גאָרער וועלט.

מיר געדענקען נאָך אַלץ די שאַלן פֿון דעם שופֿר, געבלאָזן פֿון הרבֿ שלמה גורן זצ"ל, די האַרצרײַסנדיקע געשרייען פֿון די העלדישע זעלנער "העיר העתּיקה בידינו!" — די אַלטשטאָט איז אין אונדזערע הענט!

מיר געדענקען די רירנדיקע בילדער, ווען די מאַסן יונג און אַלט — חרדים און פֿרײַע, גלייביקע און סעקולערע — האָבן געשטראָמט איבער די חורבֿות פֿון די צעשטערטע הײַזער, איבער וועגן און שטעגן, אין ריכטונג פֿון דער באַפֿרײַטער אַלטשטאָט, כּדי צו דערגרייכן, צו זען און אָנטאַפּן מיט זייערע אייגענע הענט די הייליקע שטיינער פֿון דעם כּותל־מערבֿי — דער "וואַנט פֿון טרערן", צו מאַכן "שהחיינו", וואָס זיי האָבן דערלעבט דעם דאָזיקן היסטאָרישן, לאַנג־אויסגעגאַרטן נצחון איבער דעם שׂונא, די פֿאַרווירקלעכונג פֿון דעם חלום און תּפֿילה פֿון דורות: "שיר המעלות לדוד, שׂמחתּי באומרים לי בית השם נלך עומדות היו רגלינו בשערייך ירושלים: ירושלים הבנויה, כּעיר שחוברה־לה יחדיו" (תּהילים, קכ"ב).

"אַ געזאַנג פֿון די אַרויפֿגאַנגען, פֿון דודן. איך פֿריי זיך, אַז מע זאָגט מיר: לאָמיר גיין אין גאָטס הויז, אונדזערע פֿיס שטייען אין דײַנע טויערן, ירושלים: ירושלים וואָס איז אויפֿגעבויט ווי אַ שטאָט, וואָס איז באַהעפֿט אין איינעם" (ייִדיש: יהואש). זיי האָבן געוואָלט זען, ממש מיט זייערע אייגענע אויגן די פֿאַרווירקלעכונג פֿון דעם דאָזיקן טרוים און חלום... אויף אַלעמענס ליפּן האָבן זיך געטראָגן די ווערטער "כּעיר שחוברה־לה יחדיו" — "די שטאָט וואָס איז צוריק פֿאַראייניקט געוואָרן אויף אַלע אייביקייטן"...

אין די ערשטע טעג, וואָכן און חדשים, די וואָך, אין כ"ח אייר, האָבן מיר אָפּגעמערקט און געפֿײַערט דעם "יום־ירושלים", 40 יאָר זינט דער באַפֿרײַונג פֿון דער עיר־העתּיקה — דער אַלטשטאָט פֿון ירושלים.

נאָך שווערע, בלוטיקע שלאַכטן, מיט אַ גרויסער צאָל מענטשלעכע קרבנות און פֿאַרוווּנדעטע, האָבן די העלדישע ישׂראל־זעלנער דורכגעבראָכן דעם ווידערשטאַנד פֿון דעם יאָרדאַנישן לעגיאָן, דערגרייכט דעם כּותל־מערבֿי און מיט טרערן, פֿרייד און עקזאַלטאַציע אַרויפֿגעצויגן די ווײַס־בלויע פֿאָן אויף דער הייליקער וואַנט, צו וועלכער עס האָבן אַרויסגעקוקט פֿון נאָענט און ווײַט, זינט דעם חורבן בית־שני מיט צוויי טויזנט יאָר צוריק, דורות פֿון ייִדישן פֿאָלק, אומעטום אין דער גאָרער וועלט.

מיר געדענקען נאָך אַלץ די שאַלן פֿון דעם שופֿר, געבלאָזן פֿון הרבֿ שלמה גורן זצ"ל, די האַרצרײַסנדיקע געשרייען פֿון די העלדישע זעלנער "העיר העתּיקה בידינו!" — די אַלטשטאָט איז אין אונדזערע הענט!

מיר געדענקען די רירנדיקע בילדער, ווען די מאַסן יונג און אַלט — חרדים און פֿרײַע, גלייביקע און סעקולערע — האָבן געשטראָמט איבער די חורבֿות פֿון די צעשטערטע הײַזער, איבער וועגן און שטעגן, אין ריכטונג פֿון דער באַפֿרײַטער אַלטשטאָט, כּדי צו דערגרייכן, צו זען און אָנטאַפּן מיט זייערע אייגענע הענט די הייליקע שטיינער פֿון דעם כּותל־מערבֿי — דער "וואַנט פֿון טרערן", צו מאַכן "שהחיינו", וואָס זיי האָבן דערלעבט דעם דאָזיקן היסטאָרישן, לאַנג־אויסגעגאַרטן נצחון איבער דעם שׂונא, די פֿאַרווירקלעכונג פֿון דעם חלום און תּפֿילה פֿון דורות:

"שיר המעלות לדוד, שׂמחתּי באומרים לי בית השם נלך עומדות היו רגלינו בשערייך ירושלים: ירושלים הבנויה, כּעיר שחוברה־לה יחדיו" (תּהילים, קכ"ב).

"אַ געזאַנג פֿון די אַרויפֿגאַנגען, פֿון דודן. איך פֿריי זיך, אַז מע זאָגט מיר: לאָמיר גיין אין גאָטס הויז, אונדזערע פֿיס שטייען אין דײַנע טויערן, ירושלים: ירושלים וואָס איז אויפֿגעבויט ווי אַ שטאָט, וואָס איז באַהעפֿט אין איינעם" (ייִדיש: יהואש). זיי האָבן געוואָלט זען, ממש מיט זייערע אייגענע אויגן די פֿאַרווירקלעכונג פֿון דעם דאָזיקן טרוים און חלום... אויף אַלעמענס ליפּן האָבן זיך געטראָגן די ווערטער "כּעיר שחוברה־לה יחדיו" — "די שטאָט וואָס איז צוריק פֿאַראייניקט געוואָרן אויף אַלע אייביקייטן"...

אין די ערשטע טעג, וואָכן און חדשים, האָבן ייִדן מאַסנווײַז באַזוכט די באַפֿרײַטע אַראַבישע, קריסטלעכע, אַרמענישע קוואַרטאַלן, און פֿאַרקערט, אויך די אײַנוווינער פֿון די דאָזיקע קוואַרטאַלן האָבן געטאָן דאָס זעלבע אין דער "נײַ־שטאָט" פֿון ירושלים. מען האָט זיך באַמיט צו געניסן פֿון דער געלעגנהייט צו פֿאַרקערן, באַזוכן און אַפֿילו פֿאַרברענגען פֿרײַ אין דער באַפֿרײַטער שטאָט ירושלים... דער דאָזיקער שטילער מצבֿ צווישן די אײַנוווינער פֿון ביידע טיילן האָט לאַנג ניט געדויערט.

די אָפֿיציעלע דעקלאַראַציעס וועגן דער פֿאַראייניקונג פֿון ביידע טיילן ירושלים איז, ליידער, מיט דער צײַט געבליבן בלויז אַ פֿאָרמעלער, דעקלאַראַטיווער אַקט. אָפֿיציעל איז זי פֿאַראייניקט ווי איין מוניציפּאַליטעט, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אַ ייִדישן מעיאָר — ראָש־העיר. די אײַנוווינער פֿון דער אַלטשטאָט באַצאָלן זייערע שטײַערן און באַקומען די נאָרמאַלע נייטיקע באַדינונגען און רעגירונגס־בודזשעטן.

אָבער אין דער ווירקלעכקייט זענען די באַציִונגען צווישן ביידע טיילן אָנגעפֿילט מיט שפּאַנונגען, אומצוטרוי, קעגנזײַטיקע טענות און מענות. מיט דער צײַט האָבן אויפֿגעהויבן זייערע קעפּ אַראַבישע שׂונאי־ישׂראל — אַנטיסעמיטישע עלעמענטן, פּאָליטיקער און פּריידיקער אין די מעטשעטן, וועלכע האָבן פֿאַרסמט די קעגנזײַטיקע באַציִונגען צווישן דער געמישטער באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט.

עס האָבן זיך אָנגעהויבן די טעראָר־אַקטן און אינטיפֿאַדעס, וואָס האָבן פֿאַראורזאַכט הונדערטער קרבנות און פֿאַרוווּנדעטע. אויפֿגעהעצטע, פֿאַנאַטישע גרופּעס האָבן באַפֿאַלן ייִדן וועלכע זענען געגאַנגען דאַווענען בײַם כּותל־מערבֿי; עס האָבן זיך געמערט די צוזאַמענשטויסן אַרום דעם הר־הבית. דער ריס און די מחלוקתן האָבן זיך פֿאַרשטאַרקט און פֿאַרברייטערט.

דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט ניט אויפֿגעגעבן די דורות לאַנגע שבֿועה: "אם־אשכּחך ירושלים, תּשכּח ימיני" — "אויב איך וועל דיך פֿאַרגעסן, ירושלים (גאנץ ירושלים), זאָל מײַן רעכטע האַנט זיך פֿאַרגעסן (צו רירן)". די ישׂראל־רעגירונג און די כּנסת האָבן דעמאָנסטרירט פֿאַר דער גאַנצער וועלט די פֿעסטקייט און אַנטשלאָסנקייט, אַז ירושלים איז ניט צעטיילבאַר און וועט בלײַבן די הויפּטשטאָט פֿון דער זעלבשטענדיקער מדינה לנצח־נצחים — אויף אייביק.

די אַראַבער גיבן ניט אויף זייער שטרעבונג צו אַן אַראַביש לאַנד מיט ירושלים ווי זײַן הויפּטשטאָט. עס זענען אויך דאָ אַזעלכע, וועלכע זענען גרייט צו האָבן אַן אַראַביש לאַנד, זײַט בײַ זײַט מיט ישׂראל, מיט דער אַלטשטאָט ווי זײַן הויפּטשטאָט. עס ווענדט זיך אין די פּאָליטישע, אַראַבישע וואָרטזאָגער און פֿירער, וועלכע שטייען הײַנט בײַם רודער פֿון זייערע רעגירונגען.

* * *

ניט געקוקט אויף די אַלע שוועריקייטן און שטערונגען, אינטיפֿאַדעס און אומאויפֿהערלעכע טעראָר־אַקטן, אויף צו להכעיס די אַלע אינערלעכע און אויסערלעכע שׂונאים אונדזערע, איז ירושלים אויסגעוואַקסן במשך פֿון די לעצטע 40 יאָר אין אַ מאָדערנער, פֿאָרגעשריטענער מעטראָפּאָליע, מיט קרובֿ צו 750,000 אײַנוווינער — נײַן מאָל גרעסער פֿון דער צאָל אײַנוווינער, וואָס ירושלים האָט פֿאַרמאָגט אין 1948.

לויט אַ ספּעציעל געזעץ פֿון דער כּנסת, פֿאַרזיכערט מדינת־ישׂראל גלײַכע רעכט פֿאַר אַלע רעליגיעזע גלויבנס און די באַשיצונג פֿון זייערע הייליקטימער.

דאָס דאָזיקע געזעץ דערקלערט, אַז דער 28סטער טאָג אין חודש אייר, איז דער אָפֿיציעלער נאַציאָנאַלער פֿײַערטאָג פֿון "יום־ירושלים", וואָס סימבאָליזירט דעם היסטאָרישן בונד פֿון ייִדישן פֿאָלק צו גאַנץ ירושלים, ווי די הויפּטשטאָט פֿון דער זעלבשטענדיקער ייִדישער מדינה.

אין אַ לענגערן שמועס מיט דעם וואָרטזאָגער פֿון ירושלימער מוניציפּאַליטעט, בשײַכות מיט די הײַיאָריקע צוגרייטונגען צו די פֿײַערונגען, 40 יאָר פֿון דער פֿאַראייניקטער שטאָט, האָט ער מיר איבערגעגעבן די פֿאָלגנדיקע פּרטים און אינטערעסאַנטע סטאַטיסטיקעס, וועגן דעם וווּקס און אַנטוויקלונג פֿון אונדזער הויפּטשטאָט:

ירושלים פֿאַרמאָגט דעם גרעסטן פּראָצענט פֿון יוגנטלעכע אײַנוווינער אין לאַנד — 53 פּראָצענט פֿון איר באַפֿעלקערונג איז אין עלטער פֿון ביז 24 יאָר.

איר נעץ פֿון דער דערציִונג און שול־סיסטעמען איז די גרעסטע אין לאַנד. אין די קינדער־גערטנער און אין די מיטלשול־קלאַסן לערנען אַרום 220 טויזנט תּלמידים. דער ירושלימער אוניווערסיטעט איז איינער פֿון די פֿירנדיקע לערן־אינסטיטוציעס אין דער וועלט.

דאָ קאָן מען באַזוכן די באַרימטע לערן־אַנשטאַלטן, ווי די בצלאל־אַקאַדעמיע, די אַקאַדעמיע פֿון מוזיק און טאַנץ, די סעם שפּיגל פֿילם־ און טעלעוויזיע־שול, די טעאַטער־סטודיע פֿון ניסן נתיבֿ און אַ צאָל אַנדערע וויכטיקע נאַציאָנאַלע אינסטיטוציעס. וועגן די רעליגיעזע חדרים און ישיבֿות איז דאָך שוין אָפּגערעדט, אַז דאָ ווערט פֿאַרווירקלעכט דער זאָג: "כי מציון תּצא תורה ודבֿר ה' מירושלים".

אין ירושלים געפֿינט זיך דער נאַציאָנאַלער "ישׂראל־מוזיי", וואָס איז באַוווּסט איבער דער גאָרער וועלט מיט זײַנע רײַכע, זעלטענע זאַמלונגען פֿון אַנטיקן, היסטאָרישע דאָקומענטן, רעליקוויעס, אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען, ייִדישע און אַלגעמיינע אָביעקטן, ווי אויך אַ ריי פּאַוויליאָנען מיט קונסט פֿון דער גאָר אַלטער ביז דער מאָדערנער תּקופֿה.

אין ירושלים געפֿינען זיך אַרום 60 מוזייען פֿון פֿאַרשיידענעם כאַראַקטער און היסטאָרישער ווערט, וואָס ווערן באַזוכט אין לויף פֿון יאָר פֿון מיליאָנען מענטשן, טוריסטן פֿון לאַנד גופֿא און פֿון דער גאָרער וועלט.

ירושלים איז דער צענטער פֿון די דרײַ הויפּט־רעליגיעס, און עס איז ניט קיין וווּנדער וואָס מיליאָנען גלייביקע און ניט־גלייביקע קומען אַהער ווי טוריסטן־פּילגרימען, און פֿרומע ייִדן פֿון די תּפֿוצות קומען אַהער צו די ימים־טובֿים, ווי די ייִדן פֿון אַמאָל פֿלעגן מקיים זײַן די מיצווה פֿון עולה־רגל זײַן אין די "שלש־רגלים" — סוכּות, פּסח און שבֿועות...

ירושלים פֿאַרמאָגט הײַנט צו טאָג 70 האָטעלן מיט 9,000 צימערן. ניט געקוקט אויף דעם אַלגעמיינעם פּאָליטישן און זיכערהייט־מצבֿ האָט די טוריסטיק קיין ירושלים זיך קיין מאָל ניט אָפּגעשטעלט, נאָר פֿאַרקערט — זי האַלט אין איין וואַקסן.

* * *

די פֿײַערונגען פֿון 40 יאָר פֿון "יום־ירושלים" האָט זיך אָנגעהויבן גלײַכצײַטיק מיט דעם 59טן יום־העצמאות. עס וועט דויערן אַ גאַנץ יאָר, ביז דעם קומענדיקן חודש מײַ, ווען ישׂראל וועט פֿײַערן דעם 60סטן יאָר פֿון איר זעלבשטענדיקייט.

די מוניציפּאַליטעט פֿון ירושלים האָט אויסגעטיילט אַ מיליאָן שקלים פֿאַר די צוגרייטונגען צו די פֿײַערונגען, באַזונדערס, צו באַלויכטן די גאַסן פֿון שטאָט און אַ גרויסע צאָל פֿון די רעגירונגס־ און ציווילע, געזעלשאַפֿטלעכע בנינים.

ספּעציעלע סעסיעס פֿון כּנסת וועלן אָפּגעהאַלטן ווערן אין לויף פֿון דער וואָך, אָנהייבנדיק פֿון דעם 13טן יוני. אין די טעג פֿון 13־14טן מײַ וועט פֿאָרקומען אַ ספּעציעלע פֿײַערלעכע סעסיע פֿון דעם ישׂראלדיקן ציוניסטישן קאָנגרעס מיט דער באַטייליקונג פֿון דעלעגאַציעס פֿוּן אַלע עקן לאַנד.

מאָנטיק, דעם 14טן מײַ וועט אין "שאַגאַל־זאַל" פֿון דער כּנסת פֿאָרקומען אַ גרויסע אימפּרעזע אונטערן נאָמען "שירת ירושלים לדורותיה" — "געזאַנג וועגן ירושלים אין לויף פֿון דורות", אויסגעפֿירט פֿון אַ גרויסער צאָל פּראָמינענטע זינגער און אַרטיסטן פֿון לאַנד (אין דער רשימה פֿון די אויספֿירער פֿון דער אימפּאָזאַנטער פּראָגראַם געפֿינט זיך אויך רות לווי). עס וועלן זיך באַטייליקן די העכסטע רעגירונגס־פּערזענלעכקייטן, ווי דליה איציק, די פֿאָרזיצערין פֿון דער כּנסת וואָס איז איצט די פֿאַרטרעטערין פֿון נשׂיא, מיניסטאָרן, דער ראָש־העיר, דער דיפּלאָמאַטישער קאָרפּוס און אַ צאָל אַמבאַסאַדאָרן.

(ווען איך שרײַב די דאָזיקע שורות ווערט געמאָלדן אויף דער ראַדיאָ און טעלעוויזיע, אַז דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד האָט באַשלאָסן צו בויקאָטירן די דאָזיקע אימפּרעזע. אײַנגעשלאָסן אין דעם חרם איז אויך דער אַמבאַסאַדאָר פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע!!!)

מיר ווייסן אַז אונדזערע אַזוי־גערופֿענע אייראָפּעיִשע און אַמעריקאַנער פֿרײַנד, זענען שוין לאַנג פֿײַנטלעך צו דעם פֿאַקט, וואָס מדינת־ישׂראל האָט אָפֿיציעל פֿײַערלעך און אַנטשלאָסן דערקלערט, אַז ירושלים, די גאַנצע שטאָט און די מוניציפּאַלע גרענעצן אַרום איר, זענען אַן אינטעגראַלע, אומצעטיילבאַרע איינהייט פֿון דער הויפּטשטאָט פֿון דער זעלבשטענדיקער מדינת־ישׂראל (אויף צו להכעיס אַלע אונדזערע פֿײַנד און "פֿרײַנד"...)

* * *

די שטאָט ירושלים וויבלט און שוויבלט מיט טויזנטער טוריסטן פֿון לאַנד און אויסלאַנד. די גאַסן זענען פֿאַרפּוצט מיט די בלוי־ווײַסע פֿאָנען אויף די הײַזער און מאַסטן. ניט געקוקט אויף דער אָנגעשטרענגטער לאַגע אין עזה־פּאַס, די אָפֿטע "קאַסאַם"־ראַקעטן פֿון איבער דער גרענעץ, און די פּאָליטישע געשעענישן אין און אַרום די שכנותדיקע לענדער, גרייטן זיך ירושלים און גאַנץ מדינת־ישׂראל אויף אַ גרויסן פֿאַרנעם, מיט פֿרייד און פֿײַערלעכקייט, צו פֿײַערן איר גרויסן יום־טובֿ "יום־ירושלים" — 40 יאָר פֿון איר באַפֿרײַונג און איר פֿאַראייניקונג.