- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם 29סטן אָקטאָבער 1933, האָט דער "פֿאָרווערטס" אָנגעהויבן צו דרוקן אַ נײַע סעריע אין דער זונטיקדיקער אויסגאַבע, געשריבן פֿון דער גראַפֿיניע אַלעקסאַנדראַ טאָלסטוי (1884 — 1979), די ייִנגסטע טאָכטער פֿונעם גרויסן רוסישן שרײַבער גראַף לעוו טאָלסטוי. מענדל אָשעראָוויטש, דער דעמאָלטיקער רעדאַקטאָר פֿון דער זונטיקדיקער אויסגאַבע האָט איבערגעזעצט אירע אַרטיקלען פֿון רוסיש אויף ייִדיש, און אַזוי האָבן די לייענער פֿונעם "פֿאָרווערטס" זיך באַקענט מיט דער פֿאַרכאַפּנדיקער געשיכטע פֿון לעוו טאָלסטויס משפּחה. יעדער אַרכיוו, ווי באַוווּסט, איז אַ גײַסטיקער אוצר. דער אַרכיוו פֿון "פֿאָרווערטס" איז דערווײַל אַן אוצר, וואָס זײַנע ווערטן זײַנען נאָך ווייניק געפֿאָרשט, און וואַרטן אויף זייער שעה. אָבער יעדעס מאָל, אַ דאַנק דער רובריק "אַ בליק אויף צוריק", וואָס גייט שוין אָן עטלעכע יאָר, האָט אונדזער לייענער די מעגלעכקייט זיך אומצוקוקן אויף צוריק און זיך צורירן מיטן בליק צו אונדזער פֿאַרגאַנגענהייט. נישט זעלטן טרעפֿט זיך, אַז נאָך אַ פּובליקאַציע, רופֿן זיך די לייענער אָפּ אויף איר מיט זייערע דערמאָנונגען, פֿאַרבונדן מיט אַ קאָנקרעט בילד, געשעעניש, פּערזענלעכקייט. אַזוי וואַרפֿט זיך איבער אַ בריקל פֿון צײַט — פֿון הײַנט אינעם נעכטן און פֿאַרקערט. אַזוי ווערט פֿאַרהיט דער אָנדענק פֿון אַוועקגעגאַנגענע דורות.
אין טאָראָנטאָ שטייען זעקס שילן, געגרינדעט פֿון פֿאַרשידענע לאַנדסמאַנשאַפֿטן. פּראָפֿעסאָר ראָבערט בערלי, אַ באַקאַנטער לאַנדשאַפֿט־פֿאָטאָגראַף האָט אַראָפּגענומען אַ סעריע בילדער און האָט אין אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" דערציילט, פֿאַר וואָס די טעמע פֿאַרכאַפּט אים אַזוי.
|