פֿאָטאָ־אַרכיװ‬
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה פּאָלאַק

נאַכע קאַליש
נאַכע קאַליש
אין 1941, ווען נאַכע קאַליש — די ייִנגסטע פֿון נײַן קינדער — איז געווען 19 יאָר אַלט, האָבן די נאַציס דורכגעפֿירט אַ דעפּאָרטאַציע־אַקציע אין איר שטעטל דאַבראָוואַ גורניצאַ (דאָמבראָווע), דרום־מיזרח פּוילן. געזאָלט האָט אַרויסגעשיקט ווערן אין לאַגער איר עלטערע שוועסטער, אַ ווײַבל מיט קינדער, אָבער אַנשטאָט איר האָט נאַכע זיך אַליין געמאָלדן צו גיין. זי האָט זיך געזעגנט מיט דאָמבראָווע, מיט איר משפּחה און פֿרײַנד, און אירע חבֿרים פֿון "השומר הצעיר". געבראַכט האָט מען זי אינעם אַרבעט־לאַגער פּאָרזניאָר האַנדסדאָרף, אין סודעטנלאַנד, טשעכאָסלאָוואַקײַ, וווּ זי איז פֿאַרבליבן ביז דער באַפֿרײַונג אין 1945.

נאַכע האָט זיך געלערנט פֿינף יאָר אין גימנאַזיע און האָט גראַדויִרט אין 1939. זי שטייט לינקס
נאַכע האָט זיך געלערנט פֿינף יאָר אין גימנאַזיע און האָט גראַדויִרט אין 1939. זי שטייט לינקס
הגם נאַכע האָט נישט געקענט שיקן בריוו צו איר משפּחה וועגן די אוממענטשלעכע באַדינגונגען אינעם לאַגער, אָדער באַקומען פּעקלעך פֿון זיי, האָט מען איר געמעגט שיקן פֿאָטאָגראַפֿיעס. ביז אָנהייב 1942 האָט די משפּחה איר געשיקט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון דאָמבראָווע. עד־היום ווייסט נאַכע נישט, וואָס עס איז געשען מיט איר משפּחה און פֿרײַנד נאָך דעם ווי זיי זענען אַלע דעפּאָרטירט געוואָרן; דערפֿאַר ניצט זי די דאַטע פֿון דער לעצטער פֿאָטאָגראַפֿיע — דער 16טער יוני 1942 — ווי די דאַטע פֿון זייער יאָרצײַט.

נאַכעס עלטערע שוועסטער, שבֿע, וועלכע האָט אויך איבערגעלעבט דעם חורבן, האָט בײַם דעפּאָרטירט ווערן אין בערגען־בעלזען מיטגעבראַכט אַ זאַמלונג פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס זי האָט אַרײַנגענייט אין איר קלייד. ווען שבֿע איז אָנגעקומען אין לאַגער, האָט מען באַפֿוילן די פֿרויען זיך אויסטאָן נאַקעט, האָט שבֿע נישט געהאַט קיין ברירה און עס אויך געטאָן.

נאַכעס שוועסטער שבֿע, מיט איר מאַן הערמאַן גראַניק און נאַכע (רעכטס) אינעם שארית־הפּליטה־לאַגער אין באַרי, איטאַליע 1946
נאַכעס שוועסטער שבֿע, מיט איר מאַן הערמאַן גראַניק און נאַכע (רעכטס) אינעם שארית־הפּליטה־לאַגער אין באַרי, איטאַליע 1946
אָבער בשעת די פֿרויען האָבן געוואַרט אויף דער אינספּעקציע, איז אויסגעבראָכן אַ מהומה, און די נאַציס האָבן געהייסן די פֿרויען זיך ווידער אָנטאָן און אַרויסלויפֿן. עמעצער האָט געכאַפּט שבֿעס קלייד מיט די פֿאָטאָגראַפֿיעס, און שפּעטער, נאָכן דערוויסן זיך צו וועמען דאָס קלייד געהערט, האָט זי עס שבֿען, מיט די פֿאָטאָגראַפֿיעס, אומגעקערט. נאָך דער באַפֿרײַונג האָבן נאַכע און שבֿע זיך ווידער פֿאַראייניקט, און צוזאַמען צונויפֿגעשטעלט אַ פֿאָטאָ־געשיכטע פֿון דער משפּחה און פֿונעם שטעטל.

אין אַ "די־פּי"־לאַגער אין באַרי, איטאַליע, האָט נאַכע זיך באַקענט מיט וואָלף שענקלער, אַ געוועזענער סאָלדאַט פֿון דער רויטער אַרמיי, און מיט אים חתונה געהאַט. נאָך דעם האָבן זיי אימיגרירט קיין דאָווער, ניו־דזשערזי, וווּ זיי האָבן דערצויגן צוויי זין. איינער פֿון זיי, אירוו, און זײַן פֿרוי, לין, האָבן לעצטנס דערציילט נאַכעס געשיכטע אונדזער קאָרעספּאָנדענטקע, חנה פּאָלאַק, ווי אויך דערלויבט אָפּצודרוקן אַ טייל פֿון די בילדער אין אונדזער צײַטונג.

אין דאָמבראָוו האָט נאַכע אָנטיילגענומען אין דער גרופּע ״השומר הצעיר״. אַ מאַרש ל״ג בעומר דורך די אַרומיקע פֿעלדער מיט אַנדערע ציוניסטישע גרופּעס. דאָס טיכל אַרום דעם האַלדז האָט מען גערופֿן אַ ״בינדל״

נאַכע און וואָלף שענקלער האָבן חתונה געהאַט דעם 1טן אויגוסט 1947, צוזאַמען מיט נאָך אַ פּאָרל אינעם שארית־הפּליטה־לאַגער אין באַרי, איטאַליע. זיי זיצן אונטן, רעכטס
נאַכע און וואָלף שענקלער האָבן חתונה געהאַט דעם 1טן אויגוסט 1947, צוזאַמען מיט נאָך אַ פּאָרל אינעם שארית־הפּליטה־לאַגער אין באַרי, איטאַליע. זיי זיצן אונטן, רעכטס

די משפּחה קאַליש האָט פֿאַרמאָגט עטלעכע בעקערײַען אין שטעטל, און האָט געדונגען נאָך אַרבעטער פֿאַר פּסח צו העלפֿן באַקן מצות. נאַכע שטייט לינקס
די משפּחה קאַליש האָט פֿאַרמאָגט עטלעכע בעקערײַען אין שטעטל, און האָט געדונגען נאָך אַרבעטער פֿאַר פּסח צו העלפֿן באַקן מצות. נאַכע שטייט לינקס

עונג־שבת אין דאָמבראָוו, 1938. נאַכע שטייט רעכטס
עונג־שבת אין דאָמבראָוו, 1938. נאַכע שטייט רעכטס