נאַכע קאַליש |
נאַכע האָט זיך געלערנט פֿינף יאָר אין גימנאַזיע און האָט גראַדויִרט אין 1939. זי שטייט לינקס |
נאַכעס עלטערע שוועסטער, שבֿע, וועלכע האָט אויך איבערגעלעבט דעם חורבן, האָט בײַם דעפּאָרטירט ווערן אין בערגען־בעלזען מיטגעבראַכט אַ זאַמלונג פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס זי האָט אַרײַנגענייט אין איר קלייד. ווען שבֿע איז אָנגעקומען אין לאַגער, האָט מען באַפֿוילן די פֿרויען זיך אויסטאָן נאַקעט, האָט שבֿע נישט געהאַט קיין ברירה און עס אויך געטאָן.
נאַכעס שוועסטער שבֿע, מיט איר מאַן הערמאַן גראַניק און נאַכע (רעכטס) אינעם שארית־הפּליטה־לאַגער אין באַרי, איטאַליע 1946 |
אין אַ "די־פּי"־לאַגער אין באַרי, איטאַליע, האָט נאַכע זיך באַקענט מיט וואָלף שענקלער, אַ געוועזענער סאָלדאַט פֿון דער רויטער אַרמיי, און מיט אים חתונה געהאַט. נאָך דעם האָבן זיי אימיגרירט קיין דאָווער, ניו־דזשערזי, וווּ זיי האָבן דערצויגן צוויי זין. איינער פֿון זיי, אירוו, און זײַן פֿרוי, לין, האָבן לעצטנס דערציילט נאַכעס געשיכטע אונדזער קאָרעספּאָנדענטקע, חנה פּאָלאַק, ווי אויך דערלויבט אָפּצודרוקן אַ טייל פֿון די בילדער אין אונדזער צײַטונג.
אין דאָמבראָוו האָט נאַכע אָנטיילגענומען אין דער גרופּע ״השומר הצעיר״. אַ מאַרש ל״ג בעומר דורך די אַרומיקע פֿעלדער מיט אַנדערע ציוניסטישע גרופּעס. דאָס טיכל אַרום דעם האַלדז האָט מען גערופֿן אַ ״בינדל״ |
נאַכע און וואָלף שענקלער האָבן חתונה געהאַט דעם 1טן אויגוסט 1947, צוזאַמען מיט נאָך אַ פּאָרל אינעם שארית־הפּליטה־לאַגער אין באַרי, איטאַליע. זיי זיצן אונטן, רעכטס |
די משפּחה קאַליש האָט פֿאַרמאָגט עטלעכע בעקערײַען אין שטעטל, און האָט געדונגען נאָך אַרבעטער פֿאַר פּסח צו העלפֿן באַקן מצות. נאַכע שטייט לינקס |
עונג־שבת אין דאָמבראָוו, 1938. נאַכע שטייט רעכטס |