געשיכטע, פֿאָטאָ־אַרכיװ‬
פֿון חנה פּאָלאַק
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 29סטן אָקטאָבער 1933, האָט דער "פֿאָרווערטס" אָנגעהויבן צו דרוקן אַ נײַע סעריע אין דער זונטיקדיקער אויסגאַבע, געשריבן פֿון דער גראַפֿיניע אַלעקסאַנדראַ טאָלסטוי (1884 — 1979), די ייִנגסטע טאָכ­טער פֿונעם גרויסן רוסישן שרײַבער גראַף לעוו טאָלסטוי. מענדל אָשעראָוויטש, דער דעמאָלטיקער רעדאַקטאָר פֿון דער זונטיק­דיקער אויסגאַבע האָט איבערגעזעצט אירע אַרטיקלען פֿון רוסיש אויף ייִדיש, און אַזוי האָבן די לייענער פֿונעם "פֿאָרווערטס" זיך באַקענט מיט דער פֿאַרכאַפּנדיקער געשיכטע פֿון לעוו טאָלסטויס משפּחה.

איידער מע האָט געדרוקט דעם ערשטן אַרטיקל אין דער סעריע, האָט מען קודם פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרײַנפֿיר־אַרטיקל פֿון דער רעדאַקציע — "פֿאַמיליע־ערינערונגען פֿון טאָלסטויס טאָכטער" — אין וועלכן מע האָט דערציילט, אַז דער "פֿאָרווערטס" פֿאַרמאָגט דאָס עקסקלוסיווע רעכט פֿון דער גראַפֿיניעס ווערק אויף ייִדיש און די "פֿאָרווערטס"־לייענער וועלן זײַן די ערשטע צו לייענען די ביאָגראַפֿיע אויף מאַמע־לשון.

צו יענער צײַט איז אַלעקסאַנדראַ טאָל­סטוי אַליין געווען אַ כּמעט נײַע אימיגראַנטקע אין אַמעריקע און האָט געוווינט אויף אַ פֿאַרם. זי איז געבוירן געוואָרן אין דעם באַרימטן מאַיאָנטיק פֿונעם טאַטן, "יאַסנאַיאַ פּאָליאַנאַ", אין צענטראַל־רוסלאַנד. זי וואָלט גערן גליקלעך געווען אויסצולעבן אירע יאָרן דאָרטן, אָבער נאָך עטלעכע אַרעסטן איז זי אָנגעקומען קיין אַמעריקע אין 1929. זי האָט געגרינדעט דאָ די "טאָלסטוי־פֿונדאַציע" אויף איר פֿאַרם צו העלפֿן די פּאָליטישע פּליטים. אין 1948 האָט די סאָוועטישע רעגירונג זי אָפֿיציעל געשטעמפּלט ווי אַ "פֿאַררעטער" פֿון איר היימלאַנד.

גראַפֿיניע טאָלסטוי איז געבליבן פּאָליטיש אַקטיוו סײַ אין אַמעריקע, סײַ איבער דער וועלט. אויף דער עלטער, אין 1970. האָט זי זיך באַטייליקט אין אַ פֿאָרלייענונג פֿון איר טאַטנס קלאַסיש ווערק "מלחמה און שלום" (מע קען נאָך הערן איר קול אינעם קלאַנג־אַרכיוו פֿון WBAI־ראַדיאָ־סטאַנציע).

פֿאָטאָגראַפֿן פֿון דער "קונסט־בײַ­לאַגע" בײַם "פֿאָרווערטס" האָבן גענומען בילדער פֿון איר פֿאַרם, און די אָריגינעלע פֿאָטאָגראַפֿיעס געפֿינען זיך אין אונדזער אַרכיוו. דער אַרײַנפֿיר־אַרטיקל פֿונעם "פֿאָרווערטס" האָט צוגעזאָגט די לייענער, אַז אין דער סעריע פֿון גראַפֿיניע טאָלסטוי וועט מען קענען לייענען וועגן אירע פּערזענלעכע ראַנגלענישן, ווי אויך וועגן איר טאַטנס ליבעס.