פֿאָטאָ־אַרכיװ‬


אין טאָראָנטאָ שטייען זעקס שילן, געגרינדעט פֿון פֿאַרשידענע לאַנדסמאַנשאַפֿטן. פּראָפֿעסאָר ראָבערט בערלי, אַ באַקאַנטער לאַנדשאַפֿט־פֿאָטאָגראַף האָט אַראָפּגענומען אַ סעריע בילדער און האָט אין אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" דערציילט, פֿאַר וואָס די טעמע פֿאַרכאַפּט אים אַזוי.

״כּנסת־ישׂראל״, אינעווייניק
״כּנסת־ישׂראל״, אינעווייניק
אין 2002, בעת מײַן עלטסטער זון, נתן, האָט זיך געגרייט אויף זײַן בר־מיצווה, האָב איך, אַ גר, באַטראַכט דעם יום־טובֿ ווי אַ געלעגנהייט אַליין צו לערנען מער וועגן דער ייִדישער געשיכטע און קולטור, דורך צוויי אינטערעסן מײַנע — פֿאָטאָגראַפֿיע און אַרכיטעקטור.

כ׳האָב זיך דערוווּסט, אַז דער קאָמונאַלער צענטער אויף סעסיל־גאַס איז אַמאָל געווען אַ שיל פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן, די "אַנשי אָסטראָווסער שיל". מײַן פֿרוי דעבראַס זיידע, ישׂראל ווײַנבערג, האָט געדינט ווי דער ערשטער פּרעזידענט פֿון דער שיל. ווען מע האָט אין די אָנהייב 1960ער פֿאַרקויפֿט די שיל דער שטאָט טאָראָנטאָ, האָט ישׂראל ווײַנבערג געפֿאָדערט, אַז געוויסע פֿיזישע אייגנשאַפֿטן פֿון דער שיל זאָלן פֿאַרבלײַבן: די קאַנדעלאַבראַס, דעם גרונטשיין פֿונעם בנין און די הזכּרה־טאָוולען בײַם אַרײַנגאַנג.

אַרכיטיקטור, ווי קולטור, איז ענג פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע, און מיט די מענטשן, וואָס האָבן גענוצט די בנינים. בײַם פֿאָרשן די געשיכטע פֿון די טאָראָנטער שילן, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז זיי האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם ייִדישן ייִשובֿ, וואָס האָט זיך צעוואַקסן פֿון 3,000 נפֿשות אין 1901, ביז כּמעט 50,000 אין 1931. יעדע שיל האָט געדינט נישט בלויז ווי אַ פּלאַץ צו דאַווענען, נאָר אויך ווי דער געזעלשאַפֿטלעכער און קולטורעלער צענטער פֿאַר אַ געוויסער גרופּע לאַנדסלײַט, און דערפֿאַר האָט מען די שילן אַ נאָמען געגעבן נאָך דער היימשטאָט פֿון אירע מתפּללים (למשל, "אַנשי מינסק"). ביזן יאָר 1930 האָט מען שוין געגרינדעט 30 אַקטיווע שילן אין טאָראָנטאָ, הגם עס זענען הײַנט געבליבן בלויז זעקס.

די שילן האָבן באַטאָנט מער די הייך ווי די ברייט, און דערפֿאַר זענען די מתפּללים אָפֿט מאָל געשטאַנען זייער נאָענט איינער צום צווייטן. אינעם מעבל, אין די לעמפּ און אויף דער וואַנט זעט מען די טאָוולען, וואָס באַערן די פֿאַרשטאָרבענע גרינדערס און מתפּללים. די גליִענדיקע ליכטשטראַלן באַשײַנען דעם ארון־קודש און דעם באַלעמער (בימה). אַלץ צוזאַמען, שאַפֿן אָט די שטריכן פֿון דער שיל אַ גײַסטיקע שטימונג און אַן אייגנאַרטיק געפֿיל פֿון אייביקייט.

״שערי־צדק״
״שערי־צדק״

״העברעיִשער אינסטיטוט״
״העברעיִשער אינסטיטוט״

״ערשטע נאַראַיעווער שיל״
״ערשטע נאַראַיעווער שיל״

״אַנשי־מינסק״
״אַנשי־מינסק״

״כּנסת־ישׂראל״
״כּנסת־ישׂראל״

״קיִעווער שיל״
״קיִעווער שיל״