פֿאָטאָ־אַרכיװ‬
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה פּאָלאַק

פֿיליס פּאָלאַק מיט אַלאַנאַ סערעטענקאָ
פֿיליס פּאָלאַק מיט אַלאַנאַ סערעטענקאָ
דער אַרכיוו פֿונעם "לאַנדישן ראַט פֿאַר סאָוועטישע ייִדן" איז, צום ערשטן מאָל,ֿ געוואָרן צוטריטלעך, אַ דאַנק דער "אַמעריקאַנער ייִדישער היסטאָרישער געזעלשאַפֿט". די בילדער פֿון דער משפּחה פּאָלאַק דערציילן די געשיכטע פֿון איין פּאָרל, משה און פֿיליס פּאָלאַק, וואָס איז אין 1975 געפֿאָרן אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, כּדי זיך צו טרעפֿן מיט די "רעפֿיוזניקעס" און זיי העלפֿן.

איידער זיי זענען געפֿאָרן, האָבן זיי זיך געטראָפֿן אויפֿן פֿליפֿעלד מיט אַריה קרול, אַ קאָנטאַקט, געשיקט פֿון דער ישׂראל־רעגירונג. קרול האָט פֿאַרשטעלט זײַן פּנים מיט אַ מאַסקע, ווי עס וואָלט געווען אַ ריכטיקע שפּיאָנאַזש־שליחות. ער האָט זיי איבערגעגעבן מיט וועמען זיי דאַרפֿן זיך טרעפֿן און ווי אַזוי זיך צו באַקענען מיט די "רעפֿיוזניקעס", זיי זאָלן האָבן צוטרוי צו די געסט.

די ברידער גאָלדשטיין מיט זייער מאַמען, טבליסי, גרוזיע
די ברידער גאָלדשטיין מיט זייער מאַמען, טבליסי, גרוזיע
ווען זיי זענען אָנגעקומען קיין מאָסקווע אין אַפּריל האָבן משה און פֿיליס, קודם־כּל באַזוכט די כאָר־שיל. כאָטש משה האָט באַקומען אַן עליה, האָט דער רבֿ געוואָרנט דעם מנין אין שיל אויף ייִדיש, אַז "עס זענען דאָ צווישן אונדז געסט פֿון אַמעריקע. מיר ווייסן ווער זיי זענען. מיר ווייסן אָבער נישט, ווער האָט זיי געשיקט. בעסער מיט זיי ניט רעדן". זענען ווייניק פֿון די מתפּללים צוגעקומען צו די אַמעריקאַנער געסט נאָכן דאַווענען; אָבער אין דרויסן, לעבן דער שיל, האָבן אויף זיי געוואַרט אַ גרופּע "רעפֿיוזניקעס", וועלכע האָבן געוואָלט מיט די אַמעריקאַנער כאַפּן אַ שמועס. "זיי האָבן בפֿירוש נישט מורא געהאַט", דערמאָנט זיך משה.

וואָלאָדיע פּרעסטין איז געווען אַן עלעקטראָנישער אינזשעניר. ער האָט פֿאַרבעטן פֿיליס און משהן צו רעדן פֿאַר אַ גרופּע וויסנשאַפֿטלער אין אַ פּריוואַטער היים. פּרעסטינס שוועסטערקינד, אויך אַ "רעפֿיוזניק"־אינזשעניר, פּאַוועל אַבראַמאָוויטש, האָט זיי באַגעגנט לעבן אַ מעטראָ־סטאַנציע און זיי באַגלייט צום צוזאַמענקום. הײַנט וווינען סײַ פּרעסטין, סײַ אַבראַמאָוויטש אין ישׂראל, און משה און פֿיליס האָבן זיך לעצטנס געטראָפֿן מיט זיי אין ירושלים.

(פֿון רעכטס) פּאַוועל אַבראַמאָוויטש, פֿיליס פּאָלאַק, וואָלאָדיע פּרעסטין, מאָסקווע
(פֿון רעכטס) פּאַוועל אַבראַמאָוויטש, פֿיליס פּאָלאַק, וואָלאָדיע פּרעסטין, מאָסקווע
וואָלאָדיע פֿורמאַנען האָבן זיי געטראָפֿן פֿאַר דער מאָסקווער ביבליאָטעק. זיי האָבן זיך באַקענט מיט אים בײַ דער טרעפֿונג פֿון די וויסנשאַפֿטלער און ער האָט זיי שפּעטער גענומען אויף אַ טור איבערן קרעמל, וווּ ער האָט זיי דערציילט וועגן די שוועריקייטן אין לאַנד. שפּעטער האָט משה און פֿיליס׳ עלטסטע טאָכטער, דינה, וועלכע האָט שטודירט אין ישׂראל, זיך איבערגעשריבן מיט פֿורמאַנס טאָכטער. אין די בריוו האָט דינה באַשריבן די "טיולים"־רײַזעס אין לאַנד, און אירע באַשרײַבונגען האָבן די "רעפֿיוזניקעס" געניצט ווי מאַטעריאַל צו לערנען וועגן ישׂראל. פֿורמאַן האָט שפּעטער עולה געווען און זיך באַזעצט אין צפֿת.

אַלאַנאַ סערעטענקאָ האָט פֿאַרלאָזט איר מאָסקווער משפּחה כּדי צו לעבן מיט די "רעפֿיוזניקעס", ווײַל זי האָט שטאַרק געוואָלט זיך אַרויסרײַסן פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. זי האָט זיך אַליין אויסגעלערנט העברעיִש און איז געווען אַ לערערין אין אַן אונטערערדישן אולפּן. ווען משה און פֿיליס האָבן זיך געטראָפֿן מיט איר, איז זי שוין געווען אַ "רעפֿיוזניק" זיבן יאָר לאַנג. די סאָוועטישע רעגירונג האָט זי נישט אַרויסגעלאָזט פֿונעם לאַנד, ווײַל זי איז געווען אַ זיכערהייט־סכּנה.

וואָלאָדיע פֿורמאַן מיט פֿיליס פּאָלאַק פֿאַר דער מאָסקווער ביבליאָטעק
וואָלאָדיע פֿורמאַן מיט פֿיליס פּאָלאַק פֿאַר דער מאָסקווער ביבליאָטעק
אין טבליסי, גרוזיע, האָבן משה און פֿיליס זיך געטראָפֿן מיט די ברידער גאָלדשטיין, פּראָפֿעסאָרן פֿון פֿיזיק. זיי האָבן דערציילט ווי די "קאַ־גע־בע" האָט זיי גערודפֿט, און זיי אַפֿילו נאָכגעגאַנגען אין אַ קהלישער באָד. זיי זענען אויך, סוף־כּל־סוף, געקומען קיין ישׂראל. אין ראָסטאָוו, רוסלאַנד, האָבן די פּאָלאַקס געזען אַ סך מוסולמענישע פֿרויען. "עס האָט אויסגעזען ווי מיזרח־ירושלים", האָט משה באַמערקט. אויפֿן וועג אַהיים פֿון אַ דאָרטיקן צירק האָבן די "קאַ־גע־בע"־אַגענטן זיי באַפֿאַלן. משהס ברילן האָבן זיי צעבראָכן, און פֿיליס׳ טאַש האָבן זיי צוגעגנבֿעט מיט איר פּאַס אין איינעם. צום גליק, האָט איינער אין דער קאַנאַדער אַמבאַסאַדע זיי צוגעזאָגט צוצוגרייטן אַ נײַעם פּאַס. ער האָט אַפֿילו געלאַכט פֿון זייער מצבֿ — "זאָרגט זיך נישט, יעדער פֿאַרזוכט דעם דאָזיקן ׳טעם׳ איידער מע פֿאָרט אַהיים, מע זאָל וויסן, אַז מען איז אײַך נאָכגעגאַנגען."

יענע נאַכט, אָן אַ פּאַס, האָבן משה און פֿיליס זיך אײַנגעשלאָסן אין זייער האָטעל־צימער, מורא האָבנדיק אַרויסצוגיין ביז אין דער פֿרי, ווען זייערע פּאַספּאָרט־פֿאָטאָס וועלן זײַן גרייט. זיי זענען אַהיימגעפֿאָרן דעם צווייטן טאָג.