|
דער געוועזענער ריכטער אליהו ווינאָגראַד (לינקס) גיט פּרעמיער אהוד אָלמערטן דעם באַריכט וועגן דער לבֿנון־מלחמה, אינעם פּרעמיערס ירושלימער ביוראָ, דעם 30סטן אַפּריל, |
Getty Images |
זינט דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה האָט נאָך די וואַכזאַמע, אָפֿטמאָל זעלבסטצופֿרידענע, ישׂראלדיקע עפֿנטלעכקייט נישט זוכה געווען כּמעט צו קיין איינציקן טאָג פֿון נחת־רוח — כאָטש עס האָבן אויך נישט געפֿעלט, דאָ און דאָרט, קיין מאָמענטן פֿון נחת־רוח. די צווייטע לבֿנונישע מלחמה ווערט באַצייכנט ווי — חוץ דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה — די סאַמע לאַנגדויערנדיקסטע פֿון אַלע מלחמות אין די 59 יאָר פֿון ישׂראלס אומאָפּהענגיקייט.
עס ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז די "ייִדישע מלחמות" האָבן מיט זייער דויער ווײַט איבערגעשטיגן אַלע אַנדערע מלחמות פֿון מדינת־ישׂראל.
דער טיילווײַזער באַריכט פֿון דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע, וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן בערך מיט אַ חודש צוריק, האָט אַרויסגערופֿן אַ סך אַ שטאַרקערע געזעלשאַפֿטלעכע אויפֿטרייסלונג, ווי מען האָט דערוואַרט, כאָטש נאָך נישט קיין פּאָליטישע "ערד-ציטערניש"; דאַקעגן האָט דאָס פֿאַרעפֿנטלעכן די טיילווײַזע און היפּשלעך צענזורירטע פּראָטאָקאָלן פֿון די עיקרדיקע פֿאַרהערן פֿון דער קאָמיסיע — פֿון די דרײַ פֿאַראַנטוואָרטלעכע פֿאַר דער לבֿנונישער מלחמה — אַרויסגערופֿן אַ סך אַ שוואַכערן אימפּאַקט ווי עס איז דערוואַרט געוואָרן. דער עיקר, צוליב דער סתּירה צווישן די אויסערסט שאַרפֿע רעזומירונגען, די כּמעט אולטימאַטיווע אויספֿירונגען פֿון דעם ריכטער ווינאָגראַד, דעם פֿאָרזיצער פֿון דער קאָמיסיע, אויפֿן אַדרעס פֿון דעם פּרעמיער אהוד אָלמערט, דעם זיכערהייט-מיניסטער עמיר פּרץ און דעם הויפּט-קאָמאַנדיר פֿון דער אַרמיי, גענעראַל-בריגאַדיר דן חלוץ, וועלכער האָט שוין אין צווישן, ווי באַוווּסט, דעמיסיאָנירט פֿון זײַן אַמט — און דעם כּמעט פּאָזיטיוון אײַנדרוק, וואָס עס האָבן איבערגעלאָזט די פּראָטאָקאָלן פֿון זייערע דערקלערונגען און אויפֿקלערונגען.
פֿון די אַלע דרײַ איז, צו אַלעמענס שטוינונג, צום "בעסטן אַרויסגעקומען" פֿון דער "פּראָטאָקאָלן-שלאַכט" — גראָד דער צום מערסטן באַשמוצטער און באַשפּיגענער אין זײַן אייגענער פּאַרטיי און אין דער געזעלשאַפֿט, דער מנהיג פֿון "עבֿודה", עמיר פּרץ, וועמען עס איז אָנגעהאָנגען געוואָרן די סטיגמע פֿון דעם "מיניסטער וואָס האָט נישט קיין מיליטערישע דערפֿאַרונג". אויף דעם פּרעמיער אָלמערט איז, צווישן דער אַחריות פֿאַר שלעכטער איבערוועגונג פֿון זײַנע דעציזיעס אויך געוואָרן צוגעשריבן דער חטא פֿון צוטיילן דעם "נישט דעראיבערגעכאַפּט די מאָס
יצחק לודען, ישׂראל
זינט דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה האָט נאָך די וואַכזאַמע, אָפֿטמאָל זעלבסטצופֿרידענע, ישׂראלדיקע עפֿנטלעכקייט נישט זוכה געווען כּמעט צו קיין איינציקן טאָג פֿון נחת־רוח — כאָטש עס האָבן אויך נישט געפֿעלט, דאָ און דאָרט, קיין מאָמענטן פֿון נחת־רוח. די צווייטע לבֿנונישע מלחמה ווערט באַצייכנט ווי — חוץ דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה — די סאַמע לאַנגדויערנדיקסטע פֿון אַלע מלחמות אין די 59 יאָר פֿון ישׂראלס אומאָפּהענגיקייט. עס ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז די "ייִדישע מלחמות" האָבן מיט זייער דויער ווײַט איבערגעשטיגן אַלע אַנדערע מלחמות פֿון מדינת־ישׂראל.
דער טיילווײַזער באַריכט פֿון דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע, וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן בערך מיט אַ חודש צוריק, האָט אַרויסגערופֿן אַ סך אַ שטאַרקערע געזעלשאַפֿטלעכע אויפֿטרייסלונג, ווי מען האָט דערוואַרט, כאָטש נאָך נישט קיין פּאָליטישע "ערד-ציטערניש"; דאַקעגן האָט דאָס פֿאַרעפֿנטלעכן די טיילווײַזע און היפּשלעך צענזורירטע פּראָטאָקאָלן פֿון די עיקרדיקע פֿאַרהערן פֿון דער קאָמיסיע — פֿון די דרײַ פֿאַראַנטוואָרטלעכע פֿאַר דער לבֿנונישער מלחמה — אַרויסגערופֿן אַ סך אַ שוואַכערן אימפּאַקט ווי עס איז דערוואַרט געוואָרן. דער עיקר, צוליב דער סתּירה צווישן די אויסערסט שאַרפֿע רעזומירונגען, די כּמעט אולטימאַטיווע אויספֿירונגען פֿון דעם ריכטער ווינאָגראַד, דעם פֿאָרזיצער פֿון דער קאָמיסיע, אויפֿן אַדרעס פֿון דעם פּרעמיער אהוד אָלמערט, דעם זיכערהייט-מיניסטער עמיר פּרץ און דעם הויפּט-קאָמאַנדיר פֿון דער אַרמיי, גענעראַל-בריגאַדיר דן חלוץ, וועלכער האָט שוין אין צווישן, ווי באַוווּסט, דעמיסיאָנירט פֿון זײַן אַמט — און דעם כּמעט פּאָזיטיוון אײַנדרוק, וואָס עס האָבן איבערגעלאָזט די פּראָטאָקאָלן פֿון זייערע דערקלערונגען און אויפֿקלערונגען.
פֿון די אַלע דרײַ איז, צו אַלעמענס שטוינונג, צום "בעסטן אַרויסגעקומען" פֿון דער "פּראָטאָקאָלן-שלאַכט" — גראָד דער צום מערסטן באַשמוצטער און באַשפּיגענער אין זײַן אייגענער פּאַרטיי און אין דער געזעלשאַפֿט, דער מנהיג פֿון "עבֿודה", עמיר פּרץ, וועמען עס איז אָנגעהאָנגען געוואָרן די סטיגמע פֿון דעם "מיניסטער וואָס האָט נישט קיין מיליטערישע דערפֿאַרונג". אויף דעם פּרעמיער אָלמערט איז, צווישן דער אחריות פֿאַר שלעכטער איבערוועגונג פֿון זײַנע דעציזיעס אויך געוואָרן צוגעשריבן דער חטא פֿון צוטיילן דעם "נישט דערפֿאַרענעם" מנהיג דעם פּאָרטפֿעל פֿון נאַציאָנאַלער זיכערהייט.
אָבער אין די פּראָטאָקאָלן — אין קעגנזאַץ צו די מסקנות פֿון דעם ריכטער ווינאָגראַד — האָבן די צוויי פּאָליטישע מנהיגים דערציילט וועגן זייער אויסגעצייכנטער צוזאַמענאַרבעט און זיך קעגנזײַטיק געלויבט, ווי אין אַ גן-עדן פֿון קעגנזײַטיקער אַדאָראַציע...
די דאָזיקע סתּירה צווישן דעם צײַטווײַליקן באַריכט און די פּראָטאָקאָלן איז אָבער אויך געווען אַן אָביעקט פֿון דעם שפּאַנענדיקן יורידישן און געזעלשאַפֿטלעכן סיכסוך אַרום זייער פּובליקאַציע. אויף דער אָנקלאַגע פֿון דער כּנסת־דעפּוטאַטין זהבה גלאון פֿון מר"צ, האָט דאָס העכסטע געריכט באַפֿוילן דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע צו פֿאַרעפֿנטלעכן די פּראָטאָקאָלן פֿון די עיקרדיקע עדות נאָך פֿאַר דער טיילווײַזער פּובליקאַציע פֿון דעם באַריכט, וואָס האָט זיך באַצויגן נאָר צו די ערשטע פֿינף טעג פֿון דער מלחמה.
פֿון די ערשטע פּראָטאָקאָלן פֿון דעם פֿאַרהער — פֿון שמעון פּערעסן און פֿון אַ הויכן אַרמיי-אָפֿיציר, אַלוף יום-טובֿ סַמיַה — האָבן ביידע זיך געפֿילט געטראָפֿן, ווײַל מ'האָט זיי צוגעזאָגט די פֿולע דיסקרעציע פֿון זייער פֿאַרהער. אין זײַן אויפֿטריט פֿאַר דער קאָמיסיע האָט פּערעס געזאָגט, אַז ווען ער וואָלט געדאַרפֿט דעצידירן, וואָלט ער זיך אין אָט דער מלחמה נישט אַרײַנגעלאָזט. אויף דער פֿראַגע פֿון אַ זשורנאַליסט, הלמאי, אויב אַזוי, האָט ער אין דער רעגירונג געשטימט לטובֿת דעם באַשלוס צו עפֿענען די מלחמה? — האָט ער געענטפֿערט, אַז ער האָט נישט געוואָלט מבֿזה זײַן דעם פּרעמיער-מיניסטער...
אונטערן דרוק פֿון די פֿאַראינטערעסירטע פּערזאָנען האָט די שטרענגע ווינאָגראַד-קאָמיסיע איגנאָרירט דעם באַפֿעל פון דעם העכסטן געריכט, און נאָך אַ געוווּנענער אַפּעלאַציע און באַנײַטער אָנקלאַגע פֿון זהבה גלאון האָט צום סוף דאָס העכסטע געריכט נאָכגעגעבן דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע און האָט געפּסקנט לויטן מאָדעל פֿון שלמה המלך: די קאָמיסיע דאַרף די פּראָטאָקאָלן פֿארעפֿנטלעכן, אָבער ערשט צוויי וואָכן נאָכן פֿאַרעפֿנטלעכן דעם דערווײַליקן באַריכט.
דער גורל פֿון דער אָלמערט-רעגירונג ווערט אַזוי אַרום "פֿאַרהאָנגען" ביז צום פּובליקירן דעם פֿולן און ענדגילטיקן באַריכט, לויט אַלע סימנים אין די הייסע זומער-טעג פֿון חודש אויגוסט, ווען די כּנסת וועט זיך געפֿינען אויף אירע וואַקאַציעס.
* * *
די כּנסת קען זיך רויִק רוען, אָבער די פּאָליטיק אין ישׂראל, אַזוי ווי דער סמבטיון, רוט נישט אויך אין די הייסע טעג פֿון אויגוסט. ביז אויגוסט איז נאָך, לויט די ישׂראלדיקע באַגריפֿן, גענוג ווײַט. נישט געקוקט אויף דעם שטאַרקן דרוק פֿון דרויסן, נישט געקוקט אויף דער כּסדר פֿאַלנדיקער פּאָפּולאַריטעט און נישט געקוקט אויף די שטאַרקע סימנים פֿון מידקייט, ווײַזט אָלמערט אַרויס אײַזערנע נערוון און עס גיט זיך אים אײַן איבערצוקומען איין קריזיס נאָכן אַנדערן. ער איז איבערגעקומען דעם אָנגעזאָגטן "פּוטש" אין זײַן פּאַרטיי, די אַרויספֿאָדערונג און דעם כּמעט פּאָליטישן דועל מיט זײַן געוועזענער שותּפֿטע, די אויסערן-מיניסטאָרין ציפּי ליבֿני. זײַנע נערוון האָבן אָבער הײַנטיקע וואָך, קענטיק, געפּלאַצט — ווען ער איז אַרויס אין אַן אָפֿענער מלחמה קעגן דעם מדינה-קאָנטראָלער, וועלכער "דערגייט אים די יאָרן".
דער פּרעמיער אָלמערט האָט זיך געוואָנדן צום יורידישן ראַטגעבער פֿון דער רעגירונג, ער זאָל באַפֿעלן דער פּאָליציי צו פֿאַרפֿירן אַ קרימינעלע אויספֿאָרשונג קעגן דעם מדינה-קאָנטראָלער מיכה לינדענשטראַוס. ער באַקלאָגט זיך אויף אים וועגן זײַן "איבערגעטריבענעם אַקטיוויזם" און באַשולדיקט אים אין טענדענציעזע אַרויסטריפֿונגען פֿון ידיעות צו דער פּרעסע, וועגן כּלערליי געפֿאָרשטע ענינים, דער עיקר, וועגן פאַרדאַכטן פֿון קאָרופּציע קעגן דעם פּרעמיער — כּדי אים צו דיסקרעדיטירן.
דאָס איז הײַנטיקע וואָך דער הויכפּונקט פֿון דעם פּאָליטישן קעסלגרוב אין ישׂראל. די דאָזיקע פּרעצעדענטלאָזע רעוועלאַציע האָט אַוועקגעשטעלט אין שאָטן די אַלע פֿילצאָליקע סקאַנדאַלן, וואָס קומען אויף יעדן טאָג און ווערן דעם אַנדערן טאָג פֿאַרגעסן, און אונטער זייער אַלעמענס שאָטן ווערט פֿאַרטונקלט און פֿאַרוואַנדלט אין גרינגגעשאַצטער רוטין די היסטאָרישע ווענדונג אין דעם כראָנישן ישׂראל-אַראַבישן קאָנפֿליקט — די איניציאַטיוו פֿון סאודיע וועגן אַ פֿילזײַטיקן שלום־פּראָצעס, צו וועלכן ישׂראל באַציט זיך מיט... "פּאָזיטיווער אַפּאַטיע".
דערווײַל אָבער, אויב מען האָט ביז איצט געוואַרט אויף ווינאָגראַדן, וועלכער האָט נאָך זײַן מלאכה נישט פֿאַרענדיקט — וואַרטן איצט אָלמערט, פּרץ און אַלע אַנדערע פּאָליטישע עסקנים אויף דעם 28סטן מײַ, וועלכער דערנענטערט זיך מיט גיכע טריט. צו דעם פֿירער-פֿאַרמעסט אין "עבֿודה", וואָס דאַרף דעם טאָג באַשטימען נישט נאָר די נײַע אָנפֿירונג פֿון דער פּאַרטיי, נאָר אויך דעם גורל פֿון דער רעגירונג און פֿון דער מדינה, האָבן זיך צוגעשטעלט פֿינף קאַנדידאַטן: דער איצטיקער מנהיג עמיר פּרץ; דער געוועזענער קאָמאַנדיר פֿון שב"כּ און (פֿאַר דעם) קאָמאַנדיר פֿון ים-פֿלאָט, עמי אילון; דער צוריקגעקומענער פּאַרטיי-מנהיג מיט אַלע העכסטע מיליטערישע און מלוכישע אַמטן און מיט זײַן פֿאַרתּכלעוועטער פּאָליטישער דערפֿאַרונג הינטער זיך — אהוד ברק; דער געוועזענער אינערן-מיניסטער אופֿיר פּינעס און דער געוועזענער שב"כּ־פֿונקציאָנאַר דני יתום. דער עיקרדיקער פֿאַרמעסט וועט זײַן צווישן עמי אילון און אהוד ברק, אָבער די לעצטע אַנטשיידונג וועט קענטיק זײַן אין דער צווייטער וואַל-רונדע.
דער "אידעאָלאָגישער פֿאַרמעסט" צווישן זיי איז אין גאַנצן אָן אַן אידעאָלאָגישן אינהאַלט. אַלע רעדן וועגן אַרויפֿגיין אויף אַ "נײַעם וועג" — אָבער קיינער זאָגט נישט וואָס איז דאָס פֿאַר אַ וועג און וווּהין ער דאַרף פֿירן.
חוץ פּרצן און ברקן, האָבן אַלע אַנדערע קאַנדידאַטן זיך פֿאַרפֿליכטעט צו פֿאַרלאָזן די אָלמערט־רעגירונג גלײַך נאָך די פּרײַמעריס. ברק, וועלכער האָט בײַם אָנהייב זיך דערקלערט וויליק צו באַזײַטיקן פּרצן פֿון דעם זיכערהייט- מיניסטעריום און איבערצונעמען דעם אַמט אין דער רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט, האָט זיך לעצטנס אָנגעשלאָסן מיט אַ האַלב מויל צו די אַנדערע קאַנדידאַטן און איז פֿאַר "פֿאַרלאָזן די רעגירונג נאָר אויף דערווײַל". די טעג האָט דער מיניסטער בן-אליעזר, וועלכער האָט רעזיגנירט פֿון זײַן קאַנדידאַטור און זיך אָנגעשלאָסן צו ברקן, גערופֿן אים נישט אַרויסצופֿירן די "עבֿודה" פֿון דער רעגירונג נאָך די "פּרײַמעריס".
פּרץ, וועמעס פּאָפּולאַריטעט איז געפֿאַלן ביז צום גרונט כּמעט, אָבער צוליב זײַן אומגעצוימטער אָרגאַניזאַטאָרישער ענערגיע, קאָן מען אים נאָך נישט מספּיד זײַן — איז, אגבֿ, דער איינציקער פֿון די אַלע קאַנדידאַטן, וועלכער קומט צו דעם פֿארמעסט מיט אַן אַלזײַטיקער פּאָליטישער און סאָציאַלער פּלאַטפֿאָרם. אויב ער האָט ביז נישט לאַנג געהאַט עקשנותדיק געטענהט, אַז ער וועט זײַן זיכערהייטלעכן אַמט נישט אויפֿגעבן, האָט ער זיך אין די לעצטע טעג אונטערגעגעבן דעם געזעלשאַפֿטלעכן דרוק און האָט דערקלערט, אַז ער וועט אַוועקגעבן דעם קריגס-פּאָרטפֿעל און וועט פֿאַרלאַנגען דעם פֿינאַנץ-מיניסטעריום, וואָס אָלמערט האָט בשום אופן נישט געוואָלט אָנטרויען דעם מנהיג פֿון דער אַרבעטער-פּאַרטיי. ער האָט פֿון פֿאָרויס געהאַט באַשטימט דעם אַמט פֿאַר זײַן נאָענטסטן פֿאַרטרויונגסמאַן אברהם הירשזאָן. וואָס זאָל ער אָבער טאָן, אַז די קרימינעלע פּאָליציייִשע אויספֿאָרשונג איבער הירשזאָנס קאָרומפּירטער פֿאַרגאַנגענהייט — ווען ער האָט אָנגעפֿירט מיט דער "סאָציאַלער" רעוויזיאָניסטישער פּראָפֿעסיאָנעלער אָרגאַניזאַציע — האָט אים געצוווּנגען צו פֿאַרמשכּונען צום פּרעמיער "זײַן" פֿינאַנץ-מיניסטעריום.
פּרץ מעג איצט נאָר טרוימען וועגן דער געעפֿנטער געלעגנהייט — ווײַל אויפֿן האָריזאָנט האָט זיך צוריקגעקערט דער פֿאַרזינדיקטער און באַזײַטיקטער מיניסטער חיים רמון, וואָס דער פֿאַטאַלער קוש, צוליב וועלכן ער איז פּאַרמישפּט געוואָרן פֿאַר סעקסועלער באַלעסטיקונג, איז איצט, טאַקע הײַנטיקע וואָך, געוואָרן דורך דעם קרײַז-געריכט אָפּגערייניקט פֿון דער בושה, פֿון דער קאַטעגאָריע "שאַנד" — און אָלמערט וואַרט שוין אויף אים טאַקע מיטן פֿינאַנץ-מיניסטעריום: די שולד איז געבליבן, נאָר די שאַנד איז אַוועק...
אָט אַזוי דרייט זיך דאָס ראָד פֿון דער פּאָליטישער קאַרוסעל, וואָס באַשטימט דעם גורל פֿון דער מדינה לויט די כּללים פֿון דעם קאַזינאָ-שפּיל.
תּל-אבֿיבֿ, 15־טער מײַ 2007