- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיר האָבן געבראַכט דאָ דעם איבערפֿראַזירטן זאָג, נישט, חלילה, כּדי צו דערהייבן אַמעריקעס ווילן צו גאָטס מעגלעכקייטן. אָבער דווקא אין די טעג, ווען עס קומט פֿאָר די קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאָליס, האָט זיך דערמאָנט דאָס אַלטע ייִדישע ווערטל: אַז גאָט וויל, שיסט אַ בעזעם. די פּרעמיערע-פֿאָרשטעלונג אין אַנאַפּאָליס האָט איבערגעשטיגן אַלע פּעסימיסטישע דערוואַרטונגען. דאָס איז געווען אַן אַמעריקאַנער ספּעקטאַקל פֿון גרויסן פֿאַרנעם, אַ גרויסער דערפֿאָלג פֿון זײַן אימפּרעסאַריאָ, דעם פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש. און אין צענטער — דער גלענצנדיקער אויפֿטריט פֿון אהוד אָלמערט, דעם פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל, ווי דער הויפּט-סטאַר, וועמען די אויסערן-מיניסטאָרן פֿון כּמעט אַלע אַראַבישע לענדער האָבן פֿאַרגינעריש אַפּלאָדירט, צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון די קרובֿ זעכציק יאָר מדינת־ישׂראל, צוזאַמען מיט אַלע פֿאַרבעטענע געסט צום ספּעקטאַקל. צווישן די אומגעבראַכטע סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער איז קיינער ניט געווען אַזוי ברייט באַוווּסט אין דער מערבֿדיקער וועלט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי דוד בערגעלסאָן. באַזונדערס גוט האָט מען אים געקענט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, כאָטש ער האָט פֿאַרבראַכט אין אַמעריקע ווייניקער פֿון זעקס חדשים — אין סוף 1928 און אָנהייב 1929. אָבער אין די 1920ער יאָרן און שפּעטער איז זײַן נאָמען ניט אַראָפּ פֿון די אַמעריקאַנער צײַטונגען — לכתּחילה אין "פֿאָרווערטס" און, זינט 1926, אין דער קאָמוניסטישער "פֿרײַהייט". אַ געגטע פֿרוי מיט אַ קינד האָט מיר אַמאָל דערקלערט, פֿאַר וואָס זי זוכט נישט קיין נײַעם מאַן. "מײַן קינד האָט שוין אַ טאַטן, וואָס ער זעט אים יעדע צווייטע סוף־וואָך," האָט זי דערקלערט. "מיר דאַכט זיך, ס׳וואָלט געווען טראַוומאַטיש פֿאַר אים, ווען איך ברענג אַרײַן אַ פֿרעמדן מאַן אין מײַן שלאָפֿצימער." ביז לעצטנס האָב איך געהאַלטן, אַז דער באַשלוס פֿון דער מאַמען מקריבֿ צו זײַן אירע אייגענע באַדערפֿענישן לטובֿת איר קינד, איז צו עקסטרעם. פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך אָבער געלייענט אַ לענגערן אַרטיקל בײַ "איי־פּי" (AP), וואָס האָט מיך איבערצײַגט, אַז איר צוגאַנג איז אפֿשר נישט אַזוי אומשׂכלדיק. אויב די אַמעריקאַנער וואַלן קען מען פֿאַרגלײַכן מיט אַ לאַנגער טראַגישער טעאַטראַלער פֿאָרשטעלונג, שטעלן מיט זיך פֿאָר די רוסישע וואַלן, וועלכע דאַרפֿן געהאַלטן ווערן דעם 2טן דעצעמבער — אַ פֿריילעכן צירק, אַ מין קאַרנאַוואַל; דערצו אין אַ סאָוועטישן נוסח. וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי, דער רוסישער רעוואָלוציאָנער פּאָעט-טריבון, וואָס האָט געהאַט אַ סך חסידים און עפּיגאָנען צווישן די ייִדישע ליטעראַטן, האָט מיט אַכט יאָרצענדליק צוריק אָנגעשריבן אַזעלכע פּאָעטישע שורות: "מיר זאָגן לענין און מיינען די פּאַרטיי, מיר זאָגן די פּאַרטיי און מיינען לענין". יעקבֿ האָט אַרויסגעוויזן אַ גרויסע ליבשאַפֿט צו יוסף, דער ערשטער זון פֿון זײַן באַליבטסטער פֿרוי, רחל, וועלכע איז געשטאָרבן נאָכן געבורט פֿון איר צווייטן זון — בנימין. יוסף האָט אויסגעזען ווי זײַן טאַטע, און האָט געהאַט אַ סך כאַראַקטער-שטריכן, וואָס זענען באַזונדער געפֿעלן יעקבֿן. כּדי אונטערצושטרײַכן זײַן ספּעציעל אָרט אין דער משפּחה, האָט יעקבֿ געגעבן יוספֿן אַ פֿיל-קאָליריקן מלבוש, "כּתונת-פּסים", וואָס האָט סימבאָליזירט יוספֿס פֿילזײַטיקע גײַסטיקע כּשרונות. מיט דער נײַער טעאַטער-פֿאָרשטעלונג "קליינקונסט!" עפֿנט די "פֿאָלקסבינע" איר 93סטן סעזאָן. די שרײַבערין און פּראָדוצענטין פֿון דער דאָזיקער פֿאָרשטעלונג, רעבעקאַ דזשוי פֿלעטשער, האָט געפֿאָרשט אין די אַרכיוון פֿון ישׂראל און פּוילן און אויסגעקליבן אַ ריי אָריגינעלע קאַבאַרע-לידער פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן, וועלכע זי בינדט צונויף אין איר פּראָגראַם מיט גערעדטע סקיצעס און מיניאַטור-סצענעס, אין אַ קליינקונסט-פֿאָרמע — קאַבאַרע. די מחברטע שעפּט אויך פֿון אַזעלכע מקורים ווי די דײַטשישע ווײַמאַר-קאַבאַרע, חסידישע ניגונים, אַמעריקאַנער דזשעז, אַרגענטינער טאַנגאָ און דער רוסישער פֿאָלקס-מוזיק. מיט אַ חודש צוריק איז אַוועק אין דער אייביקייט וויקטאָר גראַיעווסקי, וועלכער איז יאָרן־לאַנג געווען מײַן דירעקטאָר אין ראַדיאָ. ער האָט געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר די פֿרעמדע שפּראַכן־אוידיציעס, ספּעציעל אויף ראַטן־פֿאַרבאַנד און די נײַע עולים. איך בין געווען די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם ייִדישן אָפּטייל אויף "קול־ישׂראל", און גראַיעווסקי האָט אַרויסגעוויזן אַ סך סימפּאַטיע און פֿאַרשטענדעניש פֿאַר דעם ספּעציעלן סטאַטוס און פֿאָדערונגען פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. דער גרויסער אוידיטאָריע־זאַל פֿון "יד־ושם" אין ירושלים איז געווען איבערגעפֿולט, עס איז ניט געווען גענוג פּלאַץ פֿאַר אַלעמען. מענטשן זענען געשטאַנען אין דערבײַיִקן קאָרידאָר, אַ טייל פֿון זיי זענען אַפֿילו געזעסן אויף די טרעפּ. דער עולם איז באַשטאַנען פֿון צענדליקער געראַטעוועטע פֿון חורבן, פֿון אַלטע און נײַע עולים פֿון דעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, פֿון נײַגעריקע ישׂראל־געבוירענע, פֿון עולים פֿון אַנדערע לענדער, וועלכע זענען נאָענט באַקאַנט מיט דער געשיכטע פֿון דעם חורבן פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. די אַמעריקאַנער פֿאַרלאַגן האָבן ניט ליב איבערזעצונגען פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע שפּראַכן, בפֿרט נאָך פֿון ווייניק־באַקאַנטע מחברים. אין דעם פּרט איז דער "נאָרטוועסטערן יוניווערסיטי פּרעס" אַ לאַנגע צײַט געווען אַ יוצא־מן־הכּלל, כאָטש לעצטנס, דאַכט זיך, האָט אויך דער דאָזיקער בכּבֿודיקער פֿאַרלאַג פֿאַרלוירן דעם חשק צו אַזאַ מין ליטעראַטור. אָבער אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿופֿצן־צוואַנציק יאָר האָט דווקא דער פֿאַרלאַג שטאַרק באַרײַכערט די אַמעריקאַנער ליטעראַטור מיט זײַנע מוסטערהאַפֿטיקע פּובליקאַציעס. (דריטער אַרטיקל) כּן־ירבו, זאָלן זיי זיך מערן, די ייִדישע סטודענטן, וואָס וועלן מיטנעמען מיט זיך אַ פּאָר טראָפּן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. זיכער וואָלט געווען ניחא און געזונט ווען זיי האָבן אַ ייִדישע וועלט ווי ס'האָט אַמאָל עקזיסטירט פֿאַרן חורבן, וווּ פֿרומע און פֿרײַע ייִדן האָבן געלעבט צווישן זיך בשלום און בשותּפֿות, און ממשיך געווען אַ וועלט פֿון אמונה און וויסן, מסורה און קולטור, מיט אַ ייִדישער פּרעסע און אַקאַדעמיע, טעאַטער און קונסט, אַן אייגענער פֿאַרזאָרגונגס־סיסטעם. נחום־נתניאל זאַלאָוויץ, אַ "פֿאָרווערטס"־מיטאַרבעטער במשך פֿון 50 יאָר, האָט צווישן אַנדערע, געשריבן וועגן אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־פּראָגראַמען פֿאַר די לייענער פֿון דער צײַטונג. נ. זאַלאָוויץ איז געבוירן געוואָרן אין ביאַליסטאָק אין 1892 און געשטאָרבן אין 1971. ייִנגלווײַז איז ער געקומען צו דער איסט־סײַד. זײַן זשורנאַליסטישע קאַריערע האָט ער אָנגעהויבן בײַם "מאָרגן־זשורנאַל", אָבער שפּעטער איז ער אַריבער אַרבעטן אויף אַ פֿולער שטעלע אין "פֿאָרווערטס". |