אויב די אַמעריקאַנער וואַלן קען מען פֿאַרגלײַכן מיט אַ לאַנגער טראַגישער טעאַטראַלער פֿאָרשטעלונג, שטעלן מיט זיך פֿאָר די רוסישע וואַלן, וועלכע דאַרפֿן געהאַלטן ווערן דעם 2טן דעצעמבער — אַ פֿריילעכן צירק, אַ מין קאַרנאַוואַל; דערצו אין אַ סאָוועטישן נוסח.
וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי, דער רוסישער רעוואָלוציאָנער פּאָעט-טריבון, וואָס האָט געהאַט אַ סך חסידים און עפּיגאָנען צווישן די ייִדישע ליטעראַטן, האָט מיט אַכט יאָרצענדליק צוריק אָנגעשריבן אַזעלכע פּאָעטישע שורות: "מיר זאָגן לענין און מיינען די פּאַרטיי, מיר זאָגן די פּאַרטיי און מיינען לענין".
עפּעס אַזוינס — זאָגן איינס און מיינען עפּעס אַנדערש — קומט איצט פֿאָר מיט וולאַדימיר פּוטינען און דער פּאַרטיי "געאייניקטע רוסלאַנד".
די דאָזיקע פּאַרטיי טענהט, אַז איר פּראָגראַם פֿאַלט אין גאַנצן צונויף מיט פּוטינס פּראָגראַם. אָבער גלײַכצײַטיק סײַ פּוטין, סײַ די פּאַרטיי דרייען זיך אויס פֿון פֿאָרמולירן קלאָר די דאָזיקע פּראָגראַם. די רייד גייט פֿאַקטיש וועגן אַזאַ אידעע: פּוטין איז אַ וווילער יאַט, שיכּורט ניט (אַ גרויסע מעלה אין רוסלאַנד), רעדט אַ גראַמאָטנעם רוסיש און, דער עיקר, אין די יאָרן פֿון זײַן ממשלה איז דאָס לעבן געוואָרן בעסער און רויִקער, סײַ פֿינאַנציעל, סײַ פּסיכאָלאָגיש. האָט מען מורא, אַז טאָמער אַ נײַער מענטש וועט קומען אויף זײַן אָרט, קען עס אַלץ רויִנירט ווערן. וויל, נעבעך, דער איבערגעשראָקענער רוסישער עולם, אַז פּוטין זאָל אַזוי אָדער אַנדערש בלײַבן בײַם רודער. מע האָט אַפֿילו געשאַפֿן אַ באַוועגונג, וואָס שרײַט ממש: "פּוטין, טײַערער, גיי ניט אַוועק!"
און דאָ הייבן זיך אָן מיסטישע זאַכן, ווײַל פּוטין טאָר ניט אַרויסשטעלן זײַן קאַנדידאַטור צום דריטן מאָל. אַזוי שטייט קלאָר געשריבן אין דער קאָנסטיטוציע פֿון רוסלאַנד. מע קען, פֿאַרשטייט זיך, בײַטן די דאָזיקע קאָנסטיטוציע. דער פּאַרלאַמענט (דומע) איז אין די הענט פֿון "דעם געאייניקטן רוסלאַנד" און אַנדערע גרופּירונגען, וועלכע זײַנען געטרײַ דעם פּרעזידענט. אָבער פּוטין האָט זיך פֿאַרעקשנט, ער וויל עס ניט. ס׳איז דאָך ניט שיין פֿאַר דער וועלט. גלײַכצײַטיק, שיקט ער די גאַנצע צײַט סיגנאַלן, אַז די מאַכט קלײַבט ער זיך ניט אָפּגעבן. טראַכט טאַקע דאָס לאַנד — אי דער פּראָסטער המון, אי די פּראָפֿעסיאָנעלע פּאָליטיקער — וואָס זשע וועט זײַן ווײַטער?
דער סצענאַר פֿון דעם דאָזיקן "ווײַטער" האַלט מען בסוד-סודות. דערווײַל, אָבער, האָט פּוטין זיך געשטעלט בראָש פֿון דער פּאַרטיי "געאייניקטע רוסלאַנד", אָבער אויך מיט אַ קונץ — קיין מיטגליד פֿון דער פּאַרטיי איז ער ניט געוואָרן. דערמיט וויל ער אונטערשטרײַכן זײַן איבערפּאַרטיייִשע ראָלע. און נאָך איין זאַך האָט ער מיט דעם אונטערגעשטראָכן, דהײַנו: אַז ער קען טאָן וואָס ער וויל. ער פּאַסט זיך ניט צו צו קיין כּללים, נײַערט ער שאַפֿט אייגענע כּללים.
באַקומט זיך, אַז דעם 2טן דעצעמבער וועלן אין רוסלאַנד פֿאַקטיש פֿאָרקומען ניט קיין נאָרמאַלע וואַלן אין דער "דומע", נאָר אַ רעפֿערענדום פֿון וולאַדימיר פּוטינס פּאָפּולערקייט. די וואָס וועלן שטימען פֿאַר "געאייניקטע רוסלאַנד", וועלן גלײַכצײַטיק שטימען פֿאַר פּוטינען. כאַראַקטעריסטיש, אַז דאָס "געאייניקטע רוסלאַנד" האָט זיך אַפֿילו אָפּגעזאָגט צו פֿירן דעבאַטן מיט אַנדערע פּאַרטייען. ניט נאָר וואָס עס שטייט זיי ניט אָן, אָבער ס׳איז, בכלל, ניטאָ וועגן וואָס צו רעדן; מיט איין וואָרט: דו ביסט פֿאַרן פּרעזידענט, אָדער קעגן אים.
אַ סבֿרא, אַז די ווײַטערדיקע עפּיזאָדן אין דעם סצענאַר פֿון פּוטינס בלײַבן בײַם רודער פֿונעם לאַנד זײַנען אָפּהענגיק פֿון דעם פּראָצענט שטימען, וועלכע מע וועט אָפּגעבן דעם "געאייניקטן רוסלאַנד", דאָס הייסט — פּוטינען. קיינער האָט ניט קיין ברעקל ספֿק, אַז דאָס "געאייניקטע רוסלאַנד" וועט דאָמינירן אין דער נײַער "דומע". עפּעס אַ צאָל ערטער וועלן בלי-ספֿק באַקומען אויך די קאָמוניסטן. אויספֿרעגן ווײַזן, אַז די איבעריקע פּאַרטייען האָבן זייער אַ קליינעם שאַנס צו זײַן רעפּרעזענטירט אין דעם נײַעם פּאַרלאַמענט, בפֿרט נאָך, אַז כּמעט די גאַנצע טעלעוויזיע, דאָס הייסט, דער וויכטיקסטער פּראָפּאַגאַנדיסטישער כּוח, געפֿינט זיך אין די הענט פֿון דער רעגירונג.
ניט געקוקט אויף דעם, איז עס פֿון דעסטוועגן אַ גרויסער אונטערשייד, אויב די פּאַרטיי "געאייניקטן רוסלאַנד" וועט באַקומען 55 צי 85 פּראָצענט שטימען. מיט אַנדערע ווערטער, וועלן די וואַלן ווײַזן די מדרגה פֿון די פּוטיניזאַציע פֿון רוסלאַנד.
די פּוטיניזאַציע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ געמיש פֿון צאַריש-רוסישע און סאָוועטישע עלעמענטן, וועלכע זײַנען צום האַרצן דעם גרעסטן טייל פֿון דער רוסישער באַפֿעלקערונג. צענטראַליזירטע סאָציאַלע פּראָגראַמען שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע אין דעם דאָזיקן געמיש, בפֿרט נאָך, אַז רוסלאַנד באַקומט גרויסע געלטער פֿאַר נאַפֿט און גאַז.
די מדרגה פֿון פּוטיניזאַציע וועט אויך ווײַזן, ווי ווײַט איז די רוסישע געזעלשאַפֿט אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער מערבֿדיקער וועלט. דאָס וועט אָפּשפּיגלען די שווערע טראַוומע פֿונעם רוסישן פֿאָלק, וואָס לעבט נאָך אַלץ איבער די צעפֿאַלונג פֿון דער סאָוועטישער מלוכה.