קולטור
יעוו­געני יעווטושענקאָ אין "יד־ושם", 15 נאָוועמבער 2007
יעוו­געני יעווטושענקאָ אין "יד־ושם", 15 נאָוועמבער 2007
Getty Images

דער גרויסער אוידיטאָריע־זאַל פֿון "יד־ושם" אין ירושלים איז געווען איבער­געפֿולט, עס איז ניט געווען גענוג פּלאַץ פֿאַר אַלעמען. מענטשן זענען געשטאַנען אין דערבײַיִקן קאָרידאָר, אַ טייל פֿון זיי זענען אַפֿילו געזעסן אויף די טרעפּ.

דער עולם איז באַשטאַנען פֿון צענד­ליקער געראַטעוועטע פֿון חורבן, פֿון אַלטע און נײַע עולים פֿון דעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, פֿון נײַגעריקע ישׂראל־גע­בוירענע, פֿון עולים פֿון אַנדערע לענדער, וועלכע זענען נאָענט באַקאַנט מיט דער געשיכטע פֿון דעם חורבן פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום.

אַלע זענען זיי געקומען צו הערן, און טאַקע אויך צו זען מיט זייערע אייגענע אויגן, דעם באַרימטן רוסישן דיכטער יעוו­געני יעווטושענקאָ, וועלכער האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַן באַרימטער פּאָעמע "באַבי יאַר".

צווישן די געקומענע זענען געווען: דער ישׂראל־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן, דער פֿאָר­זיצער פֿון קרן־היסוד אַלכּסנדר־אַבֿי פּאַז­נער, דער ניצול־השואה פֿון בעלגיע יוסף קאַופֿ­מאַן, וועלכער האָט פֿינאַנצירט דעם אַכט־טאָגיקן באַזוך אין ישׂראל פֿון דעם דיכטער און זײַנע באַגעגענישן מיט ישׂראל־שרײַבער, פּאָליטיקער און קולטור־לײַט.

ד״ר אַבֿנר שלו (שאַלעוו), פֿאָרזיצער פֿון "יד־ושם", האָט פֿאָרשטעלנדיק דעם חשובֿן גאַסט, אויסגעדריקט אָנערקענונג און אָפּשאַצונג פֿאַר דעם דיכטער, אין נאָמען פֿון "יד־ושם" און ייִדישן פֿאָלק בכלל, פֿאַר זײַן שטעלונג און באַציִונג צו אַלץ וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דעם ייִדישן חורבן אין מיזרח־אייראָפּע אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.

באַזונדערס האָט ער אונטערגעשטראָכן די וויכטיקייט פֿון זײַן דיכטערישער שאַפֿונג, די מאָנומענטאַלע פּאָעמע "באַבי יאַר", וווּ ער דריקט אויס מיט זײַן האַרץ און זײַן נשמה, זײַן טיפֿן ווייטיק און סאָלי­דאַריטעט מיט די ייִדישע קרבנות פֿון די נאַצישע שחיטות, וועלכע זענען אומ­געבראַכט געוואָרן אין די וועלדער פֿון באַבי יאַר, נעבן קיִעוו, דורך די דײַטשן און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער, און מיט דער ייִדישער טראַגעדיע אין דער צווייטער וועלט־מלחמה בכלל.

שטאַרק גערירט פֿון די ווערטער פֿון אבֿנר שלו, האָט דער 75־יאָריקער יעווטו­שענקאָ אָנגעקוקט פֿון דער טריבונע דעם גרויסן עולם אין זאַל. עס איז געווען קאָנטיק אויף זײַן געזיכט זײַן אינערלעכע, עמאָציאָנעלע אויפֿרודערונג וואָס די דאָ­זיקע באַגעגעניש אין "יד־ושם" האָט אין אים אַנטוועקט, זיך צו טרעפֿן פּנים־אל־פּנים מיט די לעצטע לעבעדיקע עדות פֿון דעם ייִדישן חורבן אין די לענדער פֿון מיזרח־אייראָפּע.

זיי האָבן אים אויפֿגענומען מיט וואַ­רעמ­קייט און ענטוזיאַזם. זיי האָבן אויס­גע­דריקט זייער אָנערקענונג פֿאַר זײַן מוט און דרייסטקייט אַרויסצוקומען נאָך אין די 1960ער יאָרן מיט זײַן פּאָעמע "באַבי יאַר", אין וועלכער ער האָט אָן שרעק און מורא פֿאַרדאַמט און באַשולדיקט ניט נאָר די דײַטשישע רוצחים, נאָר אויך זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער — רוסן, אוק­ראַיִנער און אַנדערע אנטיסעמיטן אין דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג — "די צעיושעטע שיכּורים, פֿון וועלכע עס טראָגט זיך אַ מין געשטאַנק פֿון ציבעלעס און בראָנפֿן".

...אָט האָט אַ וואָרף געטאָן זיך אויף מײַן מוטער
אַ זשלאָב אַ פֿינצטערער, אַ ווילדע בריאה...
און ווי אַרײַן אין זיי וואָלט דער ניט־גוטער
זיי שרײַען — 'בעי זשידאָוו, ספּאַסײַ ראָסיו!' (שלאָג ייִדן, ראַטעווע רוסלאַנד!).

יעווטושענקאָ האָט העפֿלעך באַדאַנקט אַלעמען פֿאַר דעם וואַרעמען קבלת־פּנים און מיט זײַן באַקאַנטן, טעאַטראַלן סטיל און הילכיק קלאָר־קול, האָט ער אָנגעהויבן רעצעטירן זײַן "באַבי יאַר".

אַ ציטער האָט אַרומגענומען יעדן איינעם אין זאַל, יעדעס וואָרט פֿון דעם דיכ­טער האָט מען אויפֿגענומען מיט אַ פֿאַר­כאַפּטן אָטעם.

אָט זענען נאָך עטלעכע אָפּגעקליבענע סטראָפֿעס פֿון דער לאַנגער פּאָעמע "באַבי יאַר", אין דער איבערזעצונג פֿון רוסיש אין ייִדיש, געמאַכט פֿון דעם פֿאַרשטאָרבענעם דיכטער זיאַמע טעלעסין ז"ל.

קיין דענקמאָל איז ניטאָ אין באַבי יאַר.
אַליין דער אָפּרײַס איז דאָ די מצבֿה.
ווי ס'ייִדיש פֿאָלק כ'ווער אַלט פֿון גרויל און צער
צוויי טויזנט יאָר כ'בין אַלט בײַ אָט דעם קבֿר.

- - - - - - - - -

...מיר נעמט זיך דוכטן, איך בין דאָס דער ייִד,
וואָס דורך דעם אוראַלטן מצרים וואָגלט,
און מײַנע וווּנדן פֿון די טשוועקעס נאָגן —
דאָס האָט מען מיך צום צלם צוגעשמידט.

- - - - - - - - -

...מײַן רוסיש פֿאָלק! ביסט אינטערנאַציאָנאַל.
נאָר די וואָס פֿלעגן מאַכן פּאָגראָמען —
זיי פֿלעגן שמוציק האַנדלען ווי דער כּלל
דאַן מיט דײַן שיינעם, זויבער־ריינעם נאָמען.

- - - - - - - - -

...דער באַבי יאַר אין ווילדן גראָז דורכויס.
די שטרענגע ביימער קוקן מיט באַדויער.
אַלץ שרײַט דאָ שטומערהייט, מײַן קאָפּ כ'אַנטבלויז.
כ'ווער גרוי, מיט יעדער רגע גרויער, גרויער.

- - - - - - - - -

איך ווער אַליין אַ שטומער אויסגעשריי
פֿון טײַכן בלוט, וואָס זענען דאָ פֿאַרגאָסן,
מיט קינד און קייט איך פֿאַל דאָ ריי נאָך ריי
און ידעס מאָל איך ווער אויף ס'נײַ צעשאָסן...

- - - - - - - - -

...לויט מײַנע בלוטן בין איך ניט קיין ייִד.
נאָר אָנגעפֿילט מיט שׂינאה מיט גערעכטער,
בין איך אַ ייִד פֿאַר דעם אנטיסעמיט.
און אָט דערפֿאַר בין איך אַ רוס אַן עכטער.

איך בין זיך מודה: יעדעס מאָל ווען איך לייען דאָס דאָזיקע ליד סײַ אין אָריגינאַל אין רוסיש און סײַ אין דער אויסגעצייכנטער ייִדישער איבערזעצונג "קאָרטשע איך זיך אין קראַמפֿן" פֿון צער און ווייטיק. זינט איך בין עולה געווען קיין ישראל, מיט קרובֿ 30 יאָר צוריק, זענען מיר, איך און מײַן פֿרוי, געווען צוויי מאָל בײַ די מאַסן־קבֿרים אין באַבי יאַר.

מיט ציטערנדיקע, צעבראָכענע הערצער זענען מיר געשטאַנען בײַ דעם קאָלאָסאַלן דענקמאָל וואָס עס שטייט דאָרטן איצט, מיט פּאַסיקע גראַווירטע ווערטער אין די שטיינערנע טאָוולען. ווען יעווטושענקאָ האָט פֿאַרפֿאַסט זײַן מאָנומענטאַלע פּאָעמע, איז די דאָזיקע מצבֿה נאָך דאָרטן ניט געווען. אפֿשר וואָלט עס אַנדערש געווירקט אויף דעם דיכטער, ווען ער וואָלט איצט געשטאַנען פֿאַר דעם דאָזיקן דענקמאָל... אָדער אפֿשר אַ דאַנק אים שטייט דאָרטן איצט דער דאָזיקער דענקמאָל.

מיר זענען דאַן אַרונטער צו די קבֿרים, אונטן אין דעם "עמק־הבכא" — אינעם טאָל פֿון טרערן און געוויין, און געשטאַנען שטיל און פֿאַרגליווערט. און אין אונדזערער טיפֿע געדאַנקען האָבן מיר אַרומגעטראָגן יענע שוידערלעכע, גרויליקע טעג, ווען טויזנטער און טויזנטער מאַמעס און טאַ­טעס, ברידער און שוועסטער, קינדער און אַלטע לײַט, זענען דאָרטן מערדערלעך אויס­געשאָכטן און אַרײַנגעוואָרפֿן געוואָרן אין די טיפֿע גריבער אַרום...

אין 1960 איז יעווטושענקאָ געווען צווישן די ערשטע וועלכע האָבן געוואַגט אַרויסצופֿאָרן פֿון הינטערן אײַזערנעם פֿאָר­האַנג אין די מערבֿ־לענדער, וווּ ער האָט געלייענט זײַנע לידער. זײַן ערשטן באַזוך אין ישׂראל האָט ער געמאַכט בײַם סוף פֿון די 1980ער יאָרן.

זײַנע לידער זענען איבערגעזעצט גע­וואָרן אין 72 שפּראַכן, פֿאַר וועלכע ער האָט באַקומען אַ צאָל ליטעראַרישע פּרעמיעס.

אין 1961 האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן פּאָעמע "באַבי יאַר" אין וועלכער ער האָט דאַן פּראָטעסטירט קעגן דעם הערשנדיקן אַנטיסעמיטיזם אין דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די פּאָעמע "באַבי יאַר" איז פֿאַרוואַנדלט גע­וואָרן אין אַ סימבאָל וואָס האָט אויס­געשריִען זײַן צער און ווייטיק צוליב דעם אומקום פֿון די ייִדן אין באַבי יאַר און אין די אַנדערע נאַצי־אָקופּירטע לענדער.

אונטער דעם אײַנדרוק וואָס די פּאָעמע האָט געמאַכט אויף דעם קאָמפּאָזיטאָר דמיטרי שאָסטאַקאָוויטש, האָט ער פֿאַר­פֿאַסט זײַן צענטע סימפֿאָניע און עס טאַקע אָנגערופֿן "באַבי יאַר". קיין ישׂראל איז יעווטושענקאָ איצט געקומען פֿון אַמעריקע, וווּ ער איז גאַסט־פּראָפֿעסאָר פֿון ליטעראַטור און פֿילם אויפֿן אוניווערסיטעט פֿון טולסאַ אין אָק­לאַהאָמאַ.

* * *

אין אַ לענגערן שמועס מיט דעם קאָ­רעס­פּאָנדענט פֿון "האָרץ" חגי חיטרון, האָט יעווטושענקאָ אים דערציילט געוויסע ביאָגראַפֿישע פּרטים וועגן זײַן משפּחה־אָפּשטאַם און דאָס וואָס האָט באַווירקט אים אָנצושרײַבן די פּאָעמע "באַבי יאַר", זײַן וועלט־באַרימטע פּאָעטישע שאַפֿונג.

ער שטאַמט פֿון אַן אינטעלעקטועלער משפּחה. אין זײַן יוגנט האָט ער שוין גע­לייענט אַ סך פֿון דער רוסישער און אייראָ­פּעיִשער קלאַסישער ליטעראַטור. "אינ­טער­נאַציאָנאַליזם איז שטענדיק געווען אין מײַן בלוט"... "מײַן משפּחה־אורשפּרונג איז אַ גאַנץ־קאָמפּליצירטער", — האָט ער געזאָגט.

זײַן פֿאָטער איז געווען אַ מאַטעמאַטיקער. זײַן מוטער האָט געשטאַמט פֿון אַ ווײַס­רוסיש־אוקראַיִנישער און עטוואָס נאָך אויך פֿון אַ טאָטערישער משפּחה. איר זיידע איז געווען אַ פּוילישער פּריץ, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט אַ פּויערים־אויפֿשטאַנד נעבן זשיטאָמיר אין דעם 19טן י"ה.

יעווטושענקאָ איז געווען דער מיידלשער נאָמען פֿון זײַן מוטערס משפּחה. ער אַליין איז געבוירן געוואָרן ווי יעווגעני גאַנגוס. אין זײַן יוגנט האָט מען אים געראַטן צוליב טאַקטישע סיבות אויסצוקלײַבן אַ סלאַווישן נאָמען. וועגן זײַנע דײַטשישע וואָרצלען האָט ער דערציילט, אַז ווען ער איז נאָך געווען אַ קליין ייִנגל האָט זײַן משפּחה אויסגעוואַנדערט אין דער סיבירער שטאָט "סטאַנציע זימאַ" (ווינטער־סטאַנציע), וואָס ליגט 300 ק"מ פֿון אירקוטסק.

איין מאָל האָט ער געהערט ווי זײַן לערערין האָט באַמערקט צו זײַן חבֿר אין קלאַס: "ווי קענסטו זיך חבֿרן מיט דעם דאָ­זיקן דײַטש?" — אָנווײַזנדיק אויף אים. ער איז געווען דערשטוינט דאָס צו הערן. קומענ­דיק אַהיים האָט ער עס דערציילט זײַן באָבען.

אויף צו מאָרגנס האָט די באָבע גענומען אין האַנט אַ וואַלגערהאָלץ און איז אַוועק מיט דעם קליינעם יעווגעני אין זײַן קלאַס אַרײַן. די לערערין איז געזעסן בײַ איר טיש, הינטער איז געהאָנגען דאָס בילד פֿון קאַרל מאַרקס. די באָבע האָט מיט כּעס גע­פֿרעגט די לערערין: "ווי קענסטו זיצן אונ­טערן בילד פֿון דעם דאָזיקן דײַטש, קאַרל מאַרקס?"

"מיט אונדז, — דערציילט יעווטושענקאָ, — האָבן געלעבט אין סטאַנציע זימאַ מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע נאַציאָנאַליטעטן און גלויבנס: קאַטוילן, ייִדן, אָרטאָדאָקסן, סו­באָט­ניקעס א"אַנד. די שותּפֿותדיקע, טאָג־טעג­לעכע ליידן און דער אָרטיקער בית־על­מין האָבן אונדז אַלעמען פֿאַראייניקט", — האָט יעווטושענקאָ באַטאָנט מיט אַ קרעכץ.

אויף דער פֿראַגע, צי האָט ער וועלכע עס איז משפּחה־אָנגעהעריקייט מיטן ייִדישן פֿאָלק, האָט ער געענטפֿערט: "ניין! די אַנטי­סעמיטן און שׂונאי־ישׂראל באַמיִען זיך אַלע יאָרן צו אונטערשטרײַכן, אַז לויט מײַן באַציִונג צו ייִדן און צו דער טראַ­געדיע פֿון ייִדישן פֿאָלק אין דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז ניט מעגלעך, אַז איך זאָל ניט האָבן וועלכע ניט איז ייִדישע וואָרצלען אין מײַן משפּחה..."

אויף דער פֿראַגע ווי אַזוי האָט ער זיך דערוווּסט וועגן דער שחיטה אין באַבי יאַר, האָט ער געענטפֿערט, אַז שוין אין 1944 האָט ער געלייענט וועגן דעם אין אַ ליד פֿון איליאַ ערענבורג, און אין אַ ליד פֿון לעוו אָזעראָוו, אין וועלכן עס ווערט געשילדערט ווי אַ קליין ייִנגעלע שטייט בײַם ראַנד פֿון גרוב און ווען די מערדער באַפֿוילן אַלעמען זיך אויסטאָן נאַקעט, פֿרעגט דאָס ייִנגעלע זײַן טאַטן, צי דאַרף ער אויך אַראָפּציִען זײַנע זאָקן?

די דאָזיקע לידער האָבן אויף אים גע­מאַכט אַ דערשיטערנדיקן רושם און זיך זיכער שטאַרק אָפּגערופֿן ווען ער איז געשטאַנען בײַ די מאַסן־קבֿרים אין באַבי יאַר, ווען דאָרטן איז נאָך אַפֿילו קיין מצבֿה אויף זיי ניט געווען, — האָט ער געזאָגט.

אויף דער פֿראַגע וועגן זײַן באַציִונג צו מיכאָעלסן האָט ער באַטאָנט, אַז מיכאָעלס איז געווען אַ געניאַלער אַקטיאָר. "איר ווייסט, — האָט ער געזאָגט, — אַז ער איז אומגעקומען אין אַ פֿיקטיווער אויטאָ־קאַטאַסטראָפֿע אין מינסק, וואָס סטאַלינס אַגענטן האָבן געהאַט אַ האַנט אין דעם."

"די רציחה פֿון מיכאָעלס און די דאָק­טוירים־פּרשה האָבן בײַ מיר אַרויסגערופֿן צער און טרויער, זיי האָבן פֿאַר מיר אַנט­פּלעקט דעם נידערטרעכטיקן וועזן און די פֿאַרברעכערישע מעשׂים פֿון דעם סאָווע­טישן רעזשים אונטער סטאַלינען", — האָט ער עמפּאַטיש אונטערגעשטראָכן.

די דאָזיקע ווערטער פֿון יעווגעני יעוו­טושענקאָ האָבן געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק אויף די וועלכע האָבן עס געהערט פֿון זײַן מויל און אויף די וועלכע האָבן עס געלייענט אין די צײַטונגען.

זײַן לעצטן באַזוך אין ישׂראל וועלן מיר לאַנג געדענקען.