פּאָליטיק
פֿון אַנקאַ שמיר (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
וויקטאָר גראַיעווסקי
וויקטאָר גראַיעווסקי

מיט אַ חודש צוריק איז אַוועק אין דער אייביקייט וויקטאָר גראַיעווסקי, וועלכער איז יאָרן־לאַנג געווען מײַן דירעקטאָר אין ראַדיאָ. ער האָט געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר די פֿרעמדע שפּראַכן־אוידיציעס, ספּעציעל אויף ראַטן־פֿאַרבאַנד און די נײַע עולים. איך בין געווען די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם ייִדישן אָפּטייל אויף "קול־ישׂראל", און גראַיעווסקי האָט אַרויסגעוויזן אַ סך סימפּאַטיע און פֿאַרשטענדעניש פֿאַר דעם ספּעציעלן סטאַטוס און פֿאָדערונגען פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. אין יענע פֿינצטערע יאָרן פֿון דער קאָמוניס­טישער דיקטאַטור האָבן די אוידיציעס אין ייִדיש געהאַט אַ באַזונדערן באַטײַט, ווען אויף אַן אומלעגאַלן אופֿן פֿלעגן די ייִדן אַרויסגיין אין די וועלדער און הערן פֿון די קליינע טראַנזיסטאָר־ראַדיאָס די ידיעות פֿון "קול־ישׂראל". אָפֿט מאָל איז דאָס גע­ווען זייער איינציקער קאָנטאַקט מיט דער מערבֿ־וועלט.

קיינער האָט דעמאָלט נישט געוווּסט, אַז הינטער דעם העפֿלעכן דזשענטלמען באַהאַלט זיך אַ שפּיאָן לטובֿת מדינת־ישׂראל. אין גאָרבאַטשאָווס צײַט, ווען די אַטמאָספֿער אינעם מיזרח־בלאָק איז געוואָרן לײַכטער, האָט זיך אָרגאַניזירט אַ באַזוך פֿון זשורנאַליסטן פֿון די מערבֿ־לענדער קיין פּוילן, ווי געסט פֿון דעם פּוילישן מלוכישן זשורנאַליסטן־ פֿאַרבאַנד. וויקטאָר האָט מיר דעמאָלט פֿאָרגעלייגט צו פֿאָרן קיין פּוילן ווי אַ פֿאָרשטייערין פֿון דעם ישׂראלדיקן ראַדיאָ. האָב איך זיך געוווּנדערט: "וויקטאָר, פֿאַרוואָס לייגסטו מיר פֿאָר צו פֿאָרן קיין פּוילן, אין דער צײַט ווען דו קומסט פֿון דאָרטן. דו רעדסט די שפּראַך, דו קענסט די מענטאַליטעט, דו ביסט אַ הויך־ראַנגיקער זשורנאַסליט". וויקטאָר האָט מיר געענטפֿערט אין זײַן געלאַסענעם טאָן: "דערווײַל, נאָך נישט! עס וועט קומען אַ צײַט, ווען איך וועל קענען דערציילן פֿאַרוואָס נישט, אָבער איצט וועסטו פֿאָרן, און נישט איך".

וויקטאָר גראַיעווסקי איז געבוירן גע­וואָרן אין יאָר 1925 אין קראָקע, גאַליציע, מיטן נאָמען וויקטאָר שפּילמאַן. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז ער מיט זײַן משפּחה אַנטלאָפֿן קיין רוסלאַנד און אין יאָר 1946 האָבן זיי זיך צוריקגעקערט קיין פּוילן. ער האָט געענדערט זײַן נאָמען אויף גראַיעווסקי, ווײַל עס קלינגט מער פּויליש. זײַן משפּחה איז עולה געווען קיין ישׂראל אין 1949, אָבער וויקטאָר, אַן איבערצײַגטער קאָמוניסט, איז פֿאַרבליבן אין לאַנד, כּדי שטודירן זשורנאַליסטיק. נאָך די לימודים אין אוניווערסיטעט האָט ער באַקומען אַ שטעלע בײַ דער פּוילישער נײַעס־אַגענטור. אין רעזולטאַט פֿון אַ באַזוך אין מאָסקווע, איז וויקטאָר צוריקגעקומען קיין וואַרשע אַנטוישט פֿון דער קאָמויסטישער אידעאָ­לאָגיע. אין 1955 איז זײַן פֿאָטער קראַנק געוואָרן און וויקטאָר איז געקומען אים באַזוכן אין ישׂראל. דעמאָלט האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז זײַן אָרט איז אין ישׂראל, אָבער דאָך איז ער צוריקעגפֿאָרן קיין פּוילן, ווײַל ער האָט געוואָלט קומען קיין ישׂראל לעגאַל. ער האָט ממשיך געווען זײַן אַרבעט ווי אַ זשורנאַליסט אין דער פּוילישער נײַעס־אַגענטור.

אין פֿעברואַר 1956 איז פֿאָרגעקומען אין מאָסקווע דער 20סטער צוזאַמענפֿאָר פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אין ראַטן־פֿאַרבאַנד מיטן אָנטייל פֿון 1,200 דעלעגאַטן פֿון די קאָמוניסטישע מדינות אין מיזרח־בלאָק. דאָס איז געווען די ערשטע קאָנפֿע­רענץ נאָכן טויט פֿון סטאַלין. עס זענען באַהאַנדלט געוואָרן פֿאַרשיידעמע פּראָב­לעמען און ספּעציעל די צוקונפֿט פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד. אויפֿן 11טן טאָג פֿונעם קאָנגרעס, דעם 24סטן פֿעברואַר, האָט ניקיטאַ כרושטשאָוו, דער ערשטער סעקרעטאַר פֿון דער פּאַרטיי און פֿאַקטיש דער ערשטער מענטש אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, געהאַלטן זײַן געהיימע רעדע. אַלע דעלעגאַטן פֿון די מדינות אויסערהאַלב דעם ראַטן־פֿאַר­באַנד האָבן געמוזט פֿאַרלאָזן דעם זאַל, ווײַל דאָס איז בפֿירוש געווען אַ געהיימע רעדע, אין וועלכער כרושטשאָוו האָט אַנטפּלעקט, געטאַדלט און פֿאַראורטיילט די פֿאַרברעכנס וואָס סטאַלין איז באַגאַנגען. אין דער וועלט האָבן זיך פֿאַרשפּרייט פֿאַרשיידענע קלאַנגען וועגן דעם אינהאַלט פֿון דער געהיימער רעדע און אַלע אויס­שפּיר־דינסטן פֿון די מערבֿ־לענדער האָבן זיך באַמיט צו באַקומען דעם דאָזיקן דאָקו­מענט. די אַמעריקאַנער האָבן באַשטימט אַ סומע פֿון אַ מיליאָן דאָלאַר צו באַקומען די רעדע.

אַ קורצע צײַט שפּעטער זענען אַרויסגע­שיקט געוואָרן קאָפּיעס פֿון דער רעדע מיטן קעפּל "שטרענג געהיים" צו די סעק­רעטאַרן פֿון די קאָמוניסטישע פּאַרטייען אין מיזרח־בלאָק און אויך קיין פּוילן. גראַיעווסקי איז געווען באַפֿרײַנדעט מיט אַ יונג פּויליש מיידל, לוציאַ, וועלכע איז געווען סעקרעטאַרין אין דעם ביוראָ פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. ער איז אָפֿט געקומען זי באַזוכן אין ביוראָ און אַלע האָבן אים דאָרט געקענט. אין איינעם אַזאַ באַזוך האָט ער דערזען אויפֿן טיש די קאָפּיע פֿון דער געהיימער רעדע. ווי אַ נײַגעריקער זשורנאַליסט, האָט ער בײַ זײַן חבֿרטע געבעטן אַ דערלויבעניש אַהיים צו נעמען די בראָשור, זי איבעלייענען און באַלד, אין דעם זעלבן טאָג, זי צוריקברענגען אין ביוראָ. ער האָט באַלד פֿאַרשטאַנען וואָס די בראָשור אַנטהאַלט און ווי וויכטיק איר אינהאַלט איז. "איך בין נישט געווען קיין שפּיאָן", זאָגט גראַיעווסקי, "איך בין בלויז געווען נײַגעריק און דער צופֿאַל האָט מיט זיך געבראַכט די ווײַטערדיקע געשעענישן".

ריזיקירנדיק מיט זײַן לעבן, איז ער באַלד אַוועק אין דער ישׂראלדיקער אַמבאַ­סאַדע אין וואַרשע. דער אַטאַשע אין דער אַמבאַסאַדע איז געוואָרן בלאַס, ווען ער האָט דערזען די בראָשור און געבעטן וויקטאָרן צוצווואַרטן. ער איז אַוועק אין אַן אַנדער צימער און פֿאָטאָקאָפּירט דעם דאָקומענט, וועלכער איז באַלד אַריבער­געפֿירט געוואָרן צו די ישׂראלדיקע זיכער­הייט־אָרגאַנען. דעם אָריגינאַל האָט וויקטאָר אין אַ פּאָר שעה אַרום צוריקגעבראַכט צו זײַן חבֿרטע.

מען מוז דאָ באַמערקן, אַז אין די 1950ער יאָרן, אין דער צײַט פֿונעם אַמערי­קאַנער פּרעזידענט אײַזענהאַוער, האָבן די פֿאַר­אייניקטע שטאַטן נישט אָנגעהאַלטן קיין מיליטערישע באַציִונגען מיט מדינת־ישׂראל און אויך נישט דערמעגלעכט קיין ליפֿערונג פֿון געווער. אָבער בלויז אויף איין געביט — שפּיאָנאַזש — איז געווען אַ קאָאָפּעראַציע צווישן ביידע מדינות.

די בראָשור איז איבערגעשיקט געוואָרן צום אַמעריקאַנער אויסשפּיר־דינסט און די אַמעריקאַנער פּרעסע האָט זײַן אינהאַלט פֿאַרעפֿנטלעכט. אַגבֿ, אין רוסלאַנד איז די רעדע פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן ערשט אין יאָר 1987. גראַיעווסקי האָט מיט דעם דאָזיקן טאַט דערפֿירט דערצו, אַז דער יונגער אויסשפּיר־דינסט פֿון מדינת־ישׂראל האָט זיך קונה־שם געווען אין דער אינטער­נאַציאָנאַלער קהילה פֿון שפּיאָנאַזש. דאָס דערגרייכן דעם דאָקומענט האָט אויפֿגע­רודערט די וועלט און איז פֿאַררעכנט גע­וואָרן ווי אַ היסטאָרישער אויפֿטו.

אויף דער פֿראַגע, צי האָט ער נישט פֿאַרראַטן זײַן פֿאָטערלאַנד מיטן פֿאַרעפֿנט­לעכן דעם דאָקומענט, האָט וויקטאָר געעטנפֿערט: "ניין. פֿאַרקערט! מיט דעם דאָזיקן אַקט האָב איך קודם־כּל געהאַנדלט אויך לטובֿת מײַן פֿאָטערלאַנד פּוילן, ווײַל אויף דעם 20סטן צוזאַמענפֿאָר האָט זיך פֿאַקטיש אָנגעהויבן דער אונטערגאַנג פֿון קאָמוניסטישן ראַטן־פֿאַרבאַנד און זײַנע אָנהענגער, צווישן זיי אויך פּוילן".

אין חודש יאַנואַר 1957 איז גראַיעווסקי עולה געווען קיין ישׂראל אין די ראַמען פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "גאָמולקאַ־עליה". ער האָט באַקומען אַ שטעלע אינעם אויסערן־מיניסטעריום אין אָפּטייל פֿאַר מיזרח־אייראָפּע. ווען "קול־ישׂראל" האָט אָנגע­הויבן טראַנסמיטירן אין דער פּוילישער שפּראַך האָט וויקטאָר געאַרבעט דאָרט ווי אַ דיקטאָר און רעדאַקטאָר אין פּויליש, און פֿון יאָר 1965 ביז 1990 איז ער געווען דירעקטאָר פֿון "קול־ציון לגולה" — די אוידיציעס פֿאַר מיזרח־אייראָפּע אין פֿאַר­שיי­דענע שפּראַכן פֿונעם מיזרח־בלאָק און צווישן זיי אויך אין ייִדיש.

באַלד נאָך זײַן אָנקומען אין לאַנד האָט גראַיעווסקי דורכגעמאַכט, אַזוי ווי אַלע נײַע אײַנוואַנדערער, קורסן פֿון לערנען העברעיִש. אויף די קורסן האָבן זיך אויך באַטייליקט סאָוועטישע דיפּלאָמאַטן, וועל­כע האָבן זיך באַפֿרײַנדעט מיט דעם נײַעם עולה. ווען גראַיעווסקי האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אין אויסערן־מיניסטעריום, האָבן זיי זיך געטראָפֿן מיט אים פּריוואַט און אים פֿאָרגעלייגט צו אַרבעטן ווי אַן אַגענט פֿון דער "קאַ־גע־בע". וויקטאָר האָט באַלד וועגן דעם געמאָלדן די ישׂראלדיקע זיכער­הייט־אָרגאַנען, וועלכע האָבן אים באַשטע­טיקט מיט זיי צו קאָאָפּערירן. דער "מוסד" האָט אויסגעאַרבעט פֿאַלשע אָנגאַבעס, אָבער טייל מאָל אויך ריכטיקע, כּדי נישט צו דערוועקן דעם פֿאַרדאַכט פֿון די סאָוועטן. זײַן פֿונקציע ווי דירעקטאָר פֿון די רוסישע אוידיציעס אויף דעם ראַדיאָ האָט אים דערמעגלעכט אָנצוהאַלטן באַציִונגען מיט רוסישע פֿאַקטאָרן אין ישׂראל, צווישן זיי פּערזענלעכקייטן פֿון דער רוסישער קירכע און סאָוועטישע דיפּלאָמאַטן. די באַגעגע­נישן פֿלעגן פֿאָרקומען אין רעסטאָראַנען, און בײַ אַ גלעזל בראָנפֿן, פֿלעגט וויקטאָר איבערגעבן די רוסן פֿאַלשע און אויך ריכטיקע אָנגאַבעס לגבי דעם פּאָליטטישן, סאָציאַלן און זיכערהייטלעכן מצבֿ אין ישׂראל, וואָס די מאַכט־אָרגאַנען אין ישׂראל האָבן פֿאַר אים צוגעגרייט. אַזוי אַרום איז וויקטאָר גראַיעווסקי געוואָרן אַ טאָפּלטער אַגענט: סײַ פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד און סײַ פֿון מדינת־ישׂראל.

די וויכטיקסטע באַגעגעניש מיט די רוסישע אַגענטן איז פֿאָרגעקומען אין חודש מײַ 1967. דאָס עגיפּטישע מיליטער איז אַרײַן אויפֿן האַלב־אינדזל סיני, פֿאַר­לעצנדיק דעם הסכּם, און עגיפּטן האָט בלאָקירט דעם פֿאַרקער פֿון שיפֿן קיין אילת. עס האָט זיך געשאַפֿן אַ קריזיס וואָס האָט דערפֿירט צו דער זעקס־טאָגיקער מלחמה. די ישׂראלריקע מאַכט־אָרגאַנען האָבן פֿאַראָרדנט וויקטאָרן ער זאָל זיך טרעפֿן מיטן סאָוועטישן אַגענט. וויקטאָר האָט אים איבערגעגעבן, אַז ישׂראל וועט נישט קענען שווײַגן וואָס שייך די פֿאַר­בלאָקירטע טיראַן־דורכגענג און וועט אַרויס מיט אַ מלחמה קעגן דעם עגיפּטישן הערשער, נאַצער. דאָס מאָל איז די אינ­פֿאָרמאַציע געווען אַ ריכטיקע און גענויע. די סבֿרה איז געווען, אַז ישׂראל, מיטן פּרעמיער־מינסיטער לוי אשכּול בראָש, האָט געוואָלט אויסמײַדן אַ מלחמה און גע­האָפֿט, אַז אַזוי אַרום וועט די ידיעה דערגיין קיין עגיפּטן. מ׳האָט געהאָפֿט, אַז דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד וועט צוימען נאַצערן. אָבער אַזוי איז נישט געשען.

"איך בין נישט געווען קיין טאָפּלטער שפּיאָן", זאָגט גראַיעווסקי, "עס איז אויף מיר אַרויפֿגעלייגט געוואָרן אַ געוויסע אויפֿגאַבע און איך האָב זי דורכגעפֿירט".

די דאָזיקע טעטיקייט פֿון אַ טאָפּלטן שפּיאָן איז אָנגעגאַנגען אין משך פֿון 14 יאָר, און גראַיעווסקי האָט אַפֿילו באַקומען די "לענין־אויסצייכענונג" פֿאַר זײַן בײַטראָג לטובֿת דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. מיט אַ פּאָר חדשים צוריק האָט דאָס ישׂראלדיקע זיכער­הייט־דינסט צוגעטיילט גראַיעווסקין אַן אויסצייכענונג מיט דער אויפֿשריפֿט: "ווי אַן אָנערקענונג און אָפּשאַצונג לגבי דײַן באַזונדערן בײַטראָג פֿאַר דער זיכרהייט פֿון מדינת־ישׂראל".