יעקבֿ האָט אַרויסגעוויזן אַ גרויסע ליבשאַפֿט צו יוסף, דער ערשטער זון פֿון זײַן באַליבטסטער פֿרוי, רחל, וועלכע איז געשטאָרבן נאָכן געבורט פֿון איר צווייטן זון — בנימין. יוסף האָט אויסגעזען ווי זײַן טאַטע, און האָט געהאַט אַ סך כאַראַקטער-שטריכן, וואָס זענען באַזונדער געפֿעלן יעקבֿן. כּדי אונטערצושטרײַכן זײַן ספּעציעל אָרט אין דער משפּחה, האָט יעקבֿ געגעבן יוספֿן אַ פֿיל-קאָליריקן מלבוש, "כּתונת-פּסים", וואָס האָט סימבאָליזירט יוספֿס פֿילזײַטיקע גײַסטיקע כּשרונות.
יוסף פֿלעגט דערציילן די אַנדערע קינדער פֿון יעקבֿ זײַנע נבֿואה-חלומות, אין וועלכע ער האָט געזען, ווי זײַנע ברידער, ווי אויך זײַן טאַטע, וועלן אין דער צוקונפֿט זיך בוקן צו אים; ווי עס ווערט דערציילט אין די קומענדיקע פּרשיות, זענען יוספֿס חלומות שפּעטער מקוים געוואָרן, ווען ער איז געוואָרן דער הויפּט-ראַטגעבער בײַם פּרעה אין מצרים. יוסף פֿלעגט אויך נאָכשפּירן נאָך זײַנע ברידער, און מיטטיילן יעקבֿן וועגן פֿאַרשיידענע זאַכן, וואָס זיי האָבן געטאָן, לויט זײַן מיינונג, נישט ריכטיק. יוספֿס ספּעציעלע פּאָזיציע אין דער משפּחה, ווי אויך זײַנע חלומות און טענות, האָבן אַרויסגערופֿן אַ שׂינאה בײַ די עלטערע ברידער, בפֿרט בײַ שמעון און לוי, וועלכע האָבן באַשלאָסן אים צו הרגענען.
איינער פֿון יעקבֿס קינדער, יהודה, האָט אָבער איבערצײַגט די אַנדערע ברידער נישט אומצוברענגען יוספֿן, נאָר צו פֿאַרקויפֿן אים אין שקלאַפֿערײַ, כּדי דער אייבערשטער אַליין זאָל באַשליסן, צי ער זאָל בלײַבן לעבן, צי נישט. נאָכן פֿאַרקויף, האָבן די ברידער אויסגעשמירט יוספֿס בונטן מלבוש מיטן בלוט פֿון אַ ציג, און געבראַכט עס צו ווײַזן יעקבֿן, זאָגנדיק, אַז אַ ווילדע חיה האָט אויפֿגעגעסן זײַן זון.
אין מצרים, וווּ מע האָט פֿאַרקויפֿט יוסף, איז ער, צוערשט, געוואָרן אַ משרת בײַ פּוטיפֿר — אַ הויך-ראַנגיקער באַאַמטער בײַם פּרעה; שפּעטער, צוליב אַ פֿאַלשער באַשולדיקונג פֿון פּוטיפֿרס ווײַב, וועלכע האָט געפּרוּווט אײַנצורעדן יוספֿן צו זינדיקן מיט איר, איז ער אײַנגעזעצט געוואָרן אין תּפֿיסה. לויטן מדרש, האָט פּוטיפֿרס ווײַב פֿאָרויסגעזען דורך אַסטראָלאָגישע חשבונות, אַז אירע אייניקלעך וועלן שטאַמען פֿון יוסף, דערפֿאַר האָט זי געמיינט, אַז ס׳איז איר באַשערט צו האָבן אַ קינד פֿון יוספֿן; שפּעטער, ווען יוסף האָט חתונה געהאַט מיט איר טאָכטער, זענען אירע חשבונות טאַקע מקוים געוואָרן.
די מפֿרשים דערקלערן, אַז אַלע קינדער פֿון יעקבֿ זענען געווען צדיקים, און האָבן אַלץ געמיינט לשם-שמים — אַפֿילו די סאַמע סתּירותדיקע מעשׂים. די שׂינאה צו יוספֿן האָט זיי אָבער צוגעפֿירט צו אַ שרעקלעכן טעות: זיי האָבן געטראַכט, אַז יוסף, מיט זײַנע טענות און מאַכט-חלומות, באַדראָט די גאַנצע צוקונפֿט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק; דערפֿאַר האָבן זיי אים געוואָלט פֿאַרמישפּטן צום טויט ווי אַ רודף — אַ מענטש, וואָס שטעלט אײַן די אַנדערע אין טויט-סכּנה.
בײַם אָנהייב, האָבן די ברידער ערנסט געגלייבט, אַז יוסף האָט פֿאַרדינט, על-פּי־הלכה, געהרגעט צו ווערן. יהודה האָט אָבער באַטראַכט דעם ענין לויטן מענטשלעכן שׂכל, און באַשלאָסן, אַז אַזאַ האַרבע שטראָף איז נישט באַרעכטיקט. יהודהס ברידער האָבן געמישפּט יוספֿן על-פּי־הלכה, אָבער האָבן זיך טועה געווען, צוליב זייערע נעגאַטיווע געפֿילן צו זייער ברודער; יהודה האָט אָבער באַטאָנט, אַז לויט דעם מענטשלעכן שׂכל, וואָלט אַזאַ פּסק-דין געווען צו אַכזריותדיק. דווקא צוליב דעם, וואָס יהודה האָט זיך באַנוצט מיט זײַן אינטויִציע, און האָט זיך נישט באַגרענעצט בלויז מיט די פֿאָרמעלע כּללים, האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז מע טאָר נישט הרגענען יוספֿן; יהודהס אינטויִציע איז געווען נעענטער צום רצון-השם, ווי די הלכהדיקע חשבונות פֿון זײַנע ברידער.
וויסנדיק, אַז די אַנדערע ברודער וואָלטן, מסתּמא, נישט מסכּים געווען צו באַפֿרײַען יוספֿן אינגאַנצן, האָט יהודה פֿאָרגעלייגט אַ שרעקלעכן קאָמפּראָמיס. הגם יהודה האָט גורם געווען יוספֿס פֿאַרקויף, האָט ער געראַטעוועט זײַן ברודער פֿונעם טויט, ווי אויך, נישט וויסנדיק, איניציִיִרט דעם גלות-מצרים, וועלכער האָט, צום סוף, געבראַכט צו די וויכטיקסטע געשעענישן — יציאת-מצרים און מתּן-תּורה. הגם גלות-מצרים איז געווען אַ טראַגישער פּעריאָד אין דער ייִדישער געשיכטע, איז ער פֿאָרויסגעזאָגט געוואָרן אין דער תּורה, און האָט געמוזט געשען; כּדי זוכה צו זײַן צו קבלת-התּורה, האָבן די ייִדן געמוזט דורכמאַכן דעם שווערן מיצרישן גלות.
די אַנדערע ברידער האָבן געהאַלטן יהודה פֿאַר זייער פֿירער; צוליב זײַנע פֿירערשאַפֿט-כּשרונות, איז דווקא פֿון שבֿט-יהודה אַרויס דוד-המלך און דאָס גאַנצע מלכות-בית-דוד. יוסף און יהודה רעפּרעזענטירן די פּראָטאָטיפּן פֿון צוויי פֿאַרשיידענע מינים פֿירערשאַפֿט און פּערזענלעכע אויפֿפֿירונג. הגם די ג-טלעכע השגחה האָט אַ סך מאָל אַרײַנגעפֿירט יוספֿן אין פֿאַרשיידענע סכּנות און נסיונות, איז ער אַליין געווען זייער אַן אײַנגעהאַלטענער מענטש, און האָט געפּרוּווט צו לעבן אויף אַ רויִקן שטייגער. יהודה, ווי אויך זײַנע אייניקלעך, די ייִדישע מלכים, האָבן אָבער אָפֿט אָנגענומען פֿאַרשיידענע חידושדיקע באַשלוסן אין אומגעוויינטלעכע סיטואַציעס, באַגרינדעט אויף זייערע פּערזענלעכע השׂגות און געפֿילן, וואָס זעען צומאָל אויס אומגעוויינטלעך און אַפֿילו סתּירותדיק.
דער גואל-צדק, משיח-צדקנו, וועט אָנווײַזן דער גאַנצער וועלט, ווי אַזוי די פּערזענלעכע השׂגות און חידושדיקע אויפֿפֿירונגען קאָנען אויסגענוצט ווערן לשם-שמים. די הײַנטיקע תּורה-וועלט באַשטייט פֿון צוויי "לאַגערן": די רויִקע "אײַנגעבוירענע" פֿרומע ייִדן און די בעלי-תּשובֿה, וועלכע פֿירן זיך צומאָל אומקאָנווענציאָנעל און חידושדיק. מע קען זאָגן, אַז די דאָזיקע צוויי גרופּעס רעפּרעזענטירן, אין אַ געוויסער מאָס, די דרכים פֿון יוסף און יהודה, וועלכע בלײַבן, דערווײַל, אָפֿט אין סתּירה איינער מיטן צווייטן. ווי עס שטייט אין ספֿרי-חסידות, וועט משיח — אַן אייניקל פֿון יהודה — ברענגען די צדיקים צו "תּשובֿה"; משיח וועט אָנווײַזן, ווי אַזוי מע קאָן "צונויפֿשמעלצן" די אײַנגעהאַלטנקייט פֿון יוסף-הצדיק מיטן אומאָפּהענגיקן און נאָוואַטאָרישן "תּשובֿה-גײַסט" פֿון יהודה, לייזנדיק די סתּירות צווישן די דאָזיקע צוויי דרכים אין עבֿודת-השם.