פּאָליטיק

די פּרעמיערע-פֿאָרשטעלונג אין אַנאַ­פּאָליס האָט איבערגעשטיגן אַלע פּעסי­מיסטישע דערוואַרטונגען. דאָס איז גע­ווען אַן אַמעריקאַנער ספּעקטאַקל פֿון גרויסן פֿאַרנעם, אַ גרויסער דערפֿאָלג פֿון זײַן אימפּרעסאַריאָ, דעם פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש. און אין צענטער — דער גלענצנדיקער אויפֿטריט פֿון אהוד אָלמערט, דעם פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל, ווי דער הויפּט-סטאַר, וועמען די אויסערן-מי­ניס­טאָרן פֿון כּמעט אַלע אַראַבישע לענדער האָבן פֿאַרגינעריש אַפּלאָדירט, צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון די קרובֿ זעכציק יאָר מדינת־ישׂראל, צוזאַמען מיט אַלע פֿאַרבעטענע געסט צום ספּעקטאַקל.

עס האָט אויסגעזען ממש ווי אַ פֿעס­טיוואַל פֿון אַ פּאָליטישן ווענדפּונקט. צי איז דאָס טאַקע געווען אַ ווענדפּונקט, אַ באַנײַטער אָנהייב נאָך אַזוי פֿיל פֿאַרלוירן-געגאַנגענע אָדער פֿאַרפּאַסטע געלעגנהייטן — אָדער גאָר אַ נײַע אילוזיע, וואָס קען אונדז נאָך, חלילה, ברענגען נײַע אַנטוישונגען און פֿאַרצווייפֿלונגען?

אויף דעם וועט נאָר די צוקונפֿט קענען געבן דעם ענטפֿער, אין דעם פֿאַרמעסט מיט דער פּאָליטישער ווירקלעכקייט — צי די גוטע כּוונות, וואָס זענען דעמאָנסטרירט געוואָרן אין דעם ספּעקטאַקל אויפֿן פֿוט­באָל-סטאַדיאָן אין אַנאַפּאָליס, וועלן אויס­האַלטן מיט הצלחה דעם עקזאַמען פֿון זייער פֿאַרווירקלעכונג. ביז איצט זענען זיי אַלע דורכגעפֿאַלן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז פּאָליטישע דער­גרייכונגען ווערן נישט געמאָסטן לויטן וואָליום פֿון אַפּלאָדיסמענטן. אָבער אין משך פֿון אַ לענגערער צײַט זענען מיר אַלע, און נישט נאָר די געשוווירענע פּעסי­מיסטן, נאָר אויך די גרעסטע אָפּטי­מיסטן, געווען באַווירקט פֿון דער הערשנ­דיקער גלײַכגילטיקייט בנוגע די צו­גריי­טונגען און לגבי די כּוונות און אויס­זיכטן פֿון דעם אַמעריקאַנער פּלאַן וועגן אַן אינטער­נאַציאָנעלער קאָנפֿערענץ צו באַוועגן דעם פּאָליטישן פּראָצעס אין מיטעלן מיזרח, וואָס זאָל אין דעם לעצטן יאָר פֿון פּרעזידענט בושס הערשאַפֿט אין "ווײַסן הויז" פֿאַרדעקן די בושה פֿון זײַן איראַקישן דורכפֿאַל.

מיר זענען אַלע — פֿון רעכט ביז לינק — געווען באַהערשט פֿון אַ צינישן סקעפּטיציזם און פֿון נידעריקע דערוואַרטונגען. מען האָט געפֿרעגט: וואָס קאָן מען שוין דערוואַרטן און וואָס קען אַרויסקומען פֿון אַנאַפּאָליס? צי וועט אַנאַפּאָליס בלײַבן נאָך אַ פֿאַרגעסענע סטאַנציע אויפֿן צעשטערטן און פֿאַרלייגטן וועג צו אַן ערגעץ-נישט — אָדער וועט עס באמת ווערן אַ ממשותדיקער היסטאָרישער ווענדפּונקט? און — ווי ווײַט איז אַנאַפּאָליס צום שלום?

און, וואָס שײַך די כּוונות — קענען מיר אַלע דאָס ווערטל, וואָס שטאַמט פֿון דאַנטעס "געטלעכער קאָמעדיע" (פֿון מיט אַ 700 יאָר צוריק!), אַז דער וועג צום גיהנום איז אויסגעלייגט פֿון גוטע כּוונות. מיט גוטע כּוונות זענען געווען אויסגעלייגט די וועגן צו אַלע ביז-איצטיקע באַגעגענישן אָדער קאָנפֿערענצן פֿון מלוכה-מנהיגים וועגן אײַנשטעלן אַ שלום בײַ אונדז, אין מיטעלן מיזרח, און דער עיקר, צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער.

פֿון זיי אַלע האָט זיך אײַנגעגעבן ווי אַ סטאַבילער און ביז הײַנט צו טאָג גיל­טיקער אַקט נאָר איינער, וואָס איז געוואָרן אַ היסטאָרישער ווענדפּונקט: אין קעמפּ דייוויד ("נומער איינס") איז דערגרייכט געוואָרן אין יאָר 1979 דער ערשטער שלום אין דעם ראַיאָן — דער שלום צווישן ישׂראל און עגיפּטן. עס איז אָבער געבליבן אָפֿן דער על-תּנאי — דער נישט געלייזטער צוגאָב-דאָקומענט, וועגן אַ "פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע". די דאָזיקע טעמע איז גע­וואָרן אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק, וואָס האָט אַנדערטהאַלבן ביז צוויי יאָר נאָכן אונ­טערשרײַבן דעם שלום-קאָנטראַקט, נאָכן רעאַליזירן דעם לעצטן אַקט פֿון דעם שלום-אָפּמאַך מיטן צעשטערן די מתנחלים-שטאָט ימית אין סיני, געבראַכט אין דעם זעלבן יאָר די אינוואַזיע אין לבֿנון — און דאָס יאָר פֿון שלום איז געוואָרן אַ יאָר פֿון מלחמה.

ביידע קאָנפֿערענצן — די אין מאַדריד און די אין אַנאַפּאָליס, זעכצן יאָר שפּעטער — ביידע זענען זיי אויפגעקומען אויפֿן פֿאָן פֿון דער אַמעריקאַנער אינטערווענץ אין איראַק. אָבער פֿון יענער ערשטער מלחמה איז דזשאָרדזש בוש, דער טאַטע, אַרויסגעקומען מיט אַ נצחון. דאַקעגן זײַן זון, דער איצטיקער פּרעזידענט, איז נאָך אַלץ אין איר פֿאַרשטעקט און איז דערווײַל געבליבן דאָרט אַ הינקענדיקער.

למעשׂה ווערן אַלע דרײַ מנהיגים, די צענטראַלע פֿיגורן אין דעם צוזאַמענקום אין אַנאַפּאָליס, באַטראַכט ווי "הינקענדיקע גענדז" אין לשון און אין דער אויפֿפֿאַסונג פֿון די זשורנאַליסטן. און, כאָטש למעשׂה האָט זיך אין די זעכצן יאָר צווישן ביידע קאָנפֿערענצן "פֿאַר אַ שלום אין מיטעלן מיזרח" אין פּרינציפּ און אין דער פּאָליטיק כּמעט גאָרנישט געענדערט, איז אָבער פֿאַראַן אַ וועזנטלעכער אונטערשייד צווישן די צוויי פּאָליטישע ספּעקטאַקלען.

פֿון מאַדריד ביז אַנאַפּאָליס איז אַ מרחק פֿון אַן ערך זעקס טויזנט קילאָמעטער, און עטוואָס מער ווי זעכצן יאָר איז דער צײַט-מהלך צווישן די ביידע שטעט אין אונדזער באַוווּסטזײַן, אין וועלכן זיי זענען געוואָרן צוויי וויכטיקע סטאַנציעס אויף דער וועגן-מאַפּע פֿון דעם געראַנגל פֿון מדינת־ישׂראל, דעם געראַנגל צו געווינען די רעגיאָנעלע און די אינטערנאַציאָנאַלע לעגיטימאַציע פֿאַר איר אָרט אויף דער דאָזיקער מאַפּע. די מאַדרידער קאָנפֿערענץ אין 1991 איז געוואָרן אַרויפֿגעצוווּנגען דורך דעם פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש סעניאָר און זײַן אויסערן-מיניסטער דזשעימס בייקער אויף דעם דעמאָלטיקן פּרעמיער-מיניסטער יצחק שמיר. וועגן אים פֿלעגט מען זאָגן, אַז ווי נאָר ער דערהערט דאָס וואָרט "שלום", אַנטלויפֿט ער אין בונקער... זײַן "פּאַראָל" איז געווען: "עס ברענט נישט" און בעת דער שלום-קאָנפֿערענץ האָט ער אָפֿן זיך אויסגעדריקט, אַז ער קען פֿאַרשלעפּן די פֿאַרהאַנדלונגען אויף צען און אַפֿילו צוואַנציק יאָר. "וואָס ברענט?"

יצחק שמיר האָט זיך נישט נאָר "נישט געאײַלט" צו קיין שלום מיט די אַראַבישע שכנים; ווי דער פֿאָרזיצער פֿון דער כּנסת, האָט ער געשטימט קעגן בעגינס שלום-געשפּרעכן מיט סאַדאַטן און קעגן דעם שלום מיט עגיפּטן. זעקס יאָר נאָך דעם, האָט ער געשטרויכלט דעם הסכּם, וועלכן שמעון פּערעס, ווי דער אויסערן-מיניסטער אין דער "רעגירונג פֿון נאַציאָנאַלער אייניקייט", האָט געהאַט דערגרייכט מיט דעם יאָרדאַנישן קעניגרײַך.

פֿון דער שלום-קאָנפֿערענץ אין מאַדריד איז אָבער אַרויסגעקומען דער ערשטער אָפּמאַך מיט פּל"אָ, וועלכער איז דערגרייכט געוואָרן אין געהיימע אונטערהאַנדלונגען אין אָסלאָ. צו דער קאָנפֿערענץ אין מאַדריד איז דער פּל"אָ געוואָרן צוגעלאָזט נאָר ווי אַ באַשטאַנד-טייל פֿון דער יאָרדאַנישער דעלעגאַציע, און אַפֿילו ראַבין, דער דע­מאָלטיקער זיכערהייט-מיניסטער, האָט גע­מאָלדן, אַז טאָמער וועלן די פּאַלעסטינער זיך דעקלאַרירן אין מאַדריד ווי פּל"אָ, וועט די קאָנפֿערענץ ווערן אויפגעלייזט. דאָך איז ער, שוין ווי דער פּרעמיער, גע­וואָרן אין 1993 דער וויכטיקסטער זײַל פֿון דעם אָסלאָ-קאָנטראַקט — און איז דערפֿאַר, ווי באַוווּסט, באַלוינט געוואָרן מיט דער נאָבעל-פּרעמיע, און איז צוויי יאָר שפּע­טער געוואָרן דערמאָרדעט. דאָס איז געווען דער הויכפּונקט פֿון דעם רוצחישן פּאַלעסטינער טעראָר און פֿון דער פֿונ­דאַמענטאַליסטישער — פּאַלעסטינער און רעכט-ייִדישער — צעווילדעוועטער העץ-קאַמפּאַניע קעגן דעם שלום. פֿינף יאָר שפּעטער, אין יאָר 2000, נאָכן דורכפֿאַל פֿון "קעמפּ דייוויד נומער צוויי", נאָך שרונס אויפֿמאַרש אויפֿן הר־הבית און די בלוטיקע צוזאַמענשטויסן מיט די אַראַ­בער, איז אויסגעבראָכן די צווייטע אינטי­פֿאַדע און די זיבן מאָגערע יאָרן פֿון אומ­אויפֿהערלעכע קריזיסן, דערפֿאָלגן און דורכפֿאַלן.

בעת דער שלום-קאָנפֿערענץ פֿאַרן מי­טעלן מיזרח, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין מאַדריד צווישן דעם 30סטן אָקטאָבער און דעם 1טן נאָוועמבער 1991, סך הכּל דרײַ טעג, — איז דער באַגריף "וועגן-מאַפּע" נאָך נישט געווען אין באַנוץ. ער איז אויפֿגעקומען ערשט צען יאָר שפּעטער אין מוח פֿון איצטיקן פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש, ווי אַן ענטפֿער אויף דעם דעמאָלט פּאָפּולערן "זשענעווער מאָדעל-הסכּם" צווישן דעם מנהיג פֿון ר"צ, ד"ר יוסי ביילין, און אַבו מאַזען, דעם מנהיג פֿון פּל"אָ און איצט פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ. אַריאל שרון, דער פּרעמיער-מיניסטער פֿון ישׂראל אין יענע טעג, האָט זיך געהאַלטן בײַ דער טעזע פֿון אהוד ברק, אַז ישׂראל האָט נישט קיין פּאַרטנער צום שלום, און אַז אַבו מאַזען איז ווי אַ קורטשאַקל, וואָס עס זענען אים נאָך נישט אויסגעוואַקסן קיין פֿעדערן... דאַקעגן האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט דעמאָלט נאָך געמיינט, אַז אין משך פֿון דרײַ יאָר קאָן מען אויספּלוידערן דעם שלום, וועלכער האָט געזאָלט, לויט זײַן "וועגן-מאַפּע", געחתמעט ווערן ענדגילטיק ביז דעם יאָר 2005, וועלכער איז שוין כּמעט געוואָרן פֿאַרגעסן. אַנשטאָט דעם האָט שרון אין דעם יאָר אַדורכגעפֿירט די איינזײַטיקע אָפּשיידונג און די עוואַקואַציע פֿון עזה־פּאַס.

די געשיכטע פֿון די יאָרן, וואָס ער "זיצט" אין "ווײַסן הויז", האָט אים שוין מסתּמא געלערנט, אַז אַ שלום מאַכט זיך נישט אַזוי גיך — פּונקט אַזוי ווי ער האָט געמיינט, אַז די מלחמה אין איראַק וועט ער קענען טשיק-טשאַק פֿאַרענדיקן, אַזוי ווי זײַן טאַטע האָט עס געמאַכט אין געציילטע חדשים. צען יאָר נאָך דער ערשטער איראַ­קישער מלחמה, אין נאָוועמבער 2001, האָט דאָס צעשטערן די צווילינג-טורעמס אין ניו־יאָרק אַרויסגעריסן דעם יונגן בוש פֿון זײַן פּאָליטישער בטלנות און אים געשטויסן צו דער מיליטערישער אַקטיוויטעט, וואָס באַשעפֿטיקט אים אין דער לעצטער פֿאַזע פֿון זײַן קאַדענץ אין "ווײַסן הויז".

זייער שוואַכע האָפֿענונגען זענען איצט געלייגט געוואָרן אויף דער געגרייטער קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאָליס. מענטשן האָבן נישט געגלייבט, אַז דער שלום זאָל דערגרייכט ווערן אין משך פֿון איין יאָר, וואָס איז געבליבן ביז דעם סוף פֿון בושס צווייטער קאַדענץ און דעם אויסוואַל פֿון אַ נײַעם פּרעזידענט. אַזוי ווי בײַ אַ לאַנג דויערנדיקן שטרײַק, איז אויך די מחלוקת אַרום דער בשותפֿותדיקער ישׂראל-פּאַלעס­טינער דעקלאַראַציע פֿון כּוונות געלייזט געוואָרן ממש "אין דער לעצטער מינוט".

מען האָט אויך נישט געגלייבט, אַז אַפֿילו מיט די בעסטע כּוונות וועלן די דרײַ מנהיגים, די "הינקענדיקע" אָדער "לאָ­מענדיקע" גענדז, זײַן בכּוח איבער­צוקומען די שאַרפֿע מחלוקותן און דעם טיפֿן תּהום פֿון די קעגנזעצלעכע פּרינציפּיעלע פֿאַרלאַנגען פֿון די צדדים — און דערצו נאָך מקיים צו זײַן די דערגרייכטע פֿאַרפֿליכטונגען, וואָס זיי וועלן נעמען אויף זיך: פּרעזידענט בוש, וועלכער טראָגט אויף זיך די לאַסט פֿון דעם איראַקישן דורכפֿאַל, אַבו מאַזען, וועלכער האָט פֿאַרלוירן אַ העלפֿט פֿון זײַן "דאָמיניע" צום "כאַמאַס", און אָלמערט, וואָס זײַן פּאָפּולאַריטעט איז די נידעריקסטע פֿון אַלע ביז-איצטיקע און הײַנטיקע מנהיגים, און אויף וועמען עס וואַרטן איצט, נאָכן צוריקקומען פֿון אַנאַפּאָליס, אין די נאָענטסטע טעג און וואָכן, גאָר ערנסטע קלעפּ "פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק": די לעצטע מסקנות פֿון דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע וועגן דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה, די פּאָליציייִשע אויספֿאָרשונגען מיט די פֿאַרדאַכטן וועגן קאָרופּציע און פּראָטעקציע, און די אינערלעכע פּאָליטישע קעגנערשאַפֿט אין דער קאָאַליציע. און צום סוף — די שטאַרקע אָפּאָזיציע אין זײַן אייגענער פּאַרטיי. דאָס זענען זײַנע גע­וועזענע חבֿרים פֿון "ליכּוד", וועלכע האָבן געזוכט זיך אָנצוּוואַרעמען נעבן אים אין דער הערשנדיקער פּאַרטיי, אין "קדימה".

אהוד אָלמערט האָט אָבער זיך אַרויס­געוויזן גראָד ווי אַ נישט־הינקענדיקער טאַקטיקער, אויב ער איז ביז איצט בשלום אַרויסגעקומען פֿון די אַלע קריזיסן. אפֿשר דאָס אַליין, און זײַן גלענצנדיקער, ווי געזאָגט, אויפֿטריט אין דעם ספּעקטאַקל פֿון אַנאַפּאָליס, וועלן אים העלפֿן ברענגען אין אַ יאָר אַרום דעם נס פֿון חנוכּה. לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז גענוי מיט דרײַסיק יאָר צוריק איז דאָס אוממעגלעכע געוואָרן מעגלעך — מיטן דערגרייכן דעם שלום מיט עגיפּטן. און אפֿשר וועט דאָס אויך צוריקקערן דעם צויבער פֿון שלום, און די אופֿאָריע און באַגײַסטערונג, פֿון וועלכער דער שרײַבער פֿון די דאָזיקע שורות איז געווען דאַן אַן עדות אין תּל-אָבֿיבֿ און אין זײַן זשורנאַליסטישער שליחות אין קאַיִר.

תּל-אָבֿיבֿ, 28סטער נאָוועמבער 2007