געשיכטע
Joanna Wiszniewicz.
And Yet I Still Have Dreams:
A Story of a Certain Loneliness.
Translated from Polish by
Regina Grol.
Evanston: Northwestern
University Press, 2004
Joanna Wiszniewicz. And Yet I Still Have Dreams: A Story of a Certain Loneliness. Translated from Polish by Regina Grol. Evanston: Northwestern University Press, 2004

די אַמעריקאַנער פֿאַרלאַגן האָבן ניט ליב איבערזעצונגען פֿון מיזרח־אייראָ­פּעיִשע שפּראַכן, בפֿרט נאָך פֿון ווייניק־באַקאַנטע מחברים. אין דעם פּרט איז דער "נאָרטוועסטערן יוניווערסיטי פּרעס" אַ לאַנגע צײַט געווען אַ יוצא־מן־הכּלל, כאָטש לעצטנס, דאַכט זיך, האָט אויך דער דאָזיקער בכּבֿודיקער פֿאַרלאַג פֿאַרלוירן דעם חשק צו אַזאַ מין ליטעראַטור. אָבער אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿופֿצן־צוואַנ­ציק יאָר האָט דווקא דער פֿאַרלאַג שטאַרק באַרײַכערט די אַמעריקאַנער ליטע­ראַטור מיט זײַנע מוסטערהאַפֿטיקע פּוב­ליקאַציעס.

דער זשאַנער פֿון ייִדישע זכרונות האָט אַן אַלטע געשיכטע, אָבער אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָט ער פֿאַרנומען אַ ביז גאָר וויכטיקע פּאָזיציע אין ליטעראַטור און געשיכטע. פֿון אַלע ייִדישע ציבורים האָט פּוילן די סאַמע טראַגישע געשיכטע, וואָס דער ווייטיק לעבט נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג אין דעם זכּרון פֿונעם עלטערן דור. צוויי ביכער פֿון דער סעריע "ייִדישע לעבנס" געהערן צו די פּוילישע ייִדן פֿון די אַסימילירטע וואַרשעווער משפּחות, וועלכע האָבן דורכגעמאַכט די וואַרשעווער געטאָ און זײַנען פֿאַרבליבן לעבעדיק. איינער איז פֿאַרבליבן אין פּוילן און איז שפּעטער געוואָרן אַ חשובֿער פּוילישער ליטעראַטור־פֿאָרשער. דער צווייטער איז געפֿאָרן קיין אַמעריקע און האָט אָנגעהויבן זײַן לעבן פֿון דאָס נײַ.

דאָס בוך "און דאָך האָב איך נאָך אַלץ חלומות" — איז ניט קיין אויטאָביאָגראַפֿיע אין אַ געוויינטלעכן זין. דאָס איז אַן איבערדערציילטע לעבנס־געשיכטע פֿון אַ מענטשן, וועלכער האָט ניט געוואָלט פֿאַרעפֿנטלעכן זײַן אמתן נאָמען. דאָס בוך איז אויסגעוואַקסן פֿון אַ ריי שמועסן, וואָס די פּוילישע פֿאָרשערין יאָאַנאַ וויש­ניע­וויטש האָט געפֿירט מיט דעם מחבר, וועלכער ווערט גערופֿן "אַלעקס". גע­בוירן אין 1927 אין אַ פֿאַרמעגלעכער ייִדישער משפּחה, פֿאַרקערפּערט אַלעקס די טענדענץ צו אַסימילאַציע, וואָס האָט דאָמינירט אינעם ייִדישן מיטלשטאַנד אין פּוילן צווישן די ביידע וועלט־מלחמות. זײַן זיידע איז געווען איינער פֿון די פֿירער פֿון "אגודת ישׂראל" און האָט פֿאָרגעשטעלט זײַן פּאַרטיי אינעם פּוילישן סענאַט. זײַנע עלטערן האָבן גערעדט פּויליש אין דער היים, און פּויליש איז געווען אַלעקסעס מאַמע־לשון. ער איז געוואַקסן ווי אַ מוסטערהאַפֿטיקער פּוילישער פּאַטריאָט, אָבער ער האָט געהאַט זייער ווייניק צו טאָן מיט די פּאָליאַקן גופֿא, ווײַל די סבֿיבֿה פֿון זײַן משפּחה איז געווען אַ ריין ייִדישע. ווען די מלחמה האָט אויסגעבראָכן, האָט אַלעקס געדאַרפֿט אָנהייבן זײַנע לימודים אין דער פּוילישער גימנאַזיע, אָבער אַנשטאָט דעם, איז ער פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין וואַרשעווער געטאָ.

Michał Głowiński.
The Black Seasons.
Translated from Polish by
Marci Shore.
Evanston: Northwestern
University Press, 2005
Michał Głowiński. The Black Seasons. Translated from Polish by Marci Shore. Evanston: Northwestern University Press, 2005

אַלעקסעס באַריכט וועגן זײַנע יאָרן אין געטאָ און שפּעטער אין פֿאַרשידענע דײַטשישע אַרבעטס־לאַגערן איז ניכטער און פֿול מיט פּײַנלעכע פֿראַגעס. ער באַ­ציט זיך זייער קריטיש צו אַלע פּרוּוון אַרויס­צוציִען אַ "מוסר־השׂכּל" פֿונעם חורבן, וואָס זײַנען פֿאַרשפּרייט אין דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער קולטור. ער איז געוואָרן אַ קעגנער פֿון נאַציאָנאַליזם אין וואָסער־ניט־איז פֿאָרעם, הגם ער האָט וואַרעמע געפֿילן צו מדינת־ישׂראל. צום סוף פֿון זײַן דערציילונג קומט ער צו אַזאַ אויספֿיר: "אין אָנהייב פֿון מײַן לעבן האָב איך גאָר ניט געוווּסט, חוץ ייִדישקייט און חורבן", אָבער קיין באַזונדערע ליבע צו ייִדן און ייִדישקייט האָט ער ניט באַ­קומען. אויסגעהאָדעוועט אין דער פּוילישער קולטור און גערודפֿט פֿאַר זײַן ייִדישקייט, האָט אַלעקס געפֿונען אַ פֿיזישן און גײַסטלעכן מקום־מקלט אין אַמעריקע, וווּ "דו ביסט ווער דו ביסט" און מען קאָן אויסקלײַבן אַזאַ אידענטיטעט, וואָס מען וויל.

דאָס צווייטע בוך איז פֿון גאָר אַן אַנדער מין. מיכאַל גלאָווינסקי שטאַמט אויך פֿון אַן אַסימילירטער פּויליש־ייִדישער משפּחה, אָבער ער איז געווען בלויז זעקס יאָר אַלט, ווען די אַלטע וועלט איז חרובֿ געוואָרן. גלאָווינסקי פֿאַרפֿיקסירט פֿראַגמענטן פֿון זײַנע קינדערשע זכרונות, וועלכע ער האָט אָפּגעהיט פֿון דער צײַט פֿון וואַרשעווער געטאָ און דעם קאַטוילישן מאָנאַסטיר, וווּ עס האָבן אים פֿאַרבאַהאַלטן פּוילישע מאָנאַשקעס. להיפּוך צו אַלעקס, איז מיכאַל גרלאָווינסקי פֿאַרבליבן געטרײַ פּוילן און דער פּוילישער קולטור. זײַן קריסטלעכע דערציִונג, האָט אים ניט באַשיצט פֿון די אַנטיסעמיטישע אָנפֿאַלן אַפֿילו נאָך דער מלחמה. זײַנע מיטשילער פֿלעגן אים שלאָגן פֿאַר זײַן פּערזענלעכער שולד — דעם מאָרד פֿון קריסטוסן. אַזאַ קוק אויף ייִדן איז געווען פֿאַרשפּרייט אין געוויסע קאַטוילישע קרײַזן. גלײַך נאָך דער באַ­פֿרײַונג האָט איינער אַ לערער, אַ גלח, דערקלערט זײַנע תּלמידים, אַז היטלער איז געווען שולדיק אין זײַן מלחמה קעגן פּוילן, אָבער איין מעלה האָט ער טאַקע יאָ געהאַט׃ "ער האָט געלייזט פֿאַר אונדז די ייִדישע פֿראַגע". אָבער צוזאַמען מיטן קריסטלעכן אַנטיסעמיטיזם האָט עקזיסטירט די העראָיִשע גרייטקייט פֿון קריסטלעכע פּאָליאַקן מקריבֿ צו זײַן זייערע לעבנס אַבי צו ראַטעווען די ייִדן.

מיכאַל גלאָווינסקי אַנטפּלעקט טיפֿע סתּירות אין די קאָמפּליצירטע פּויליש־ייִדישע באַציִונגען, וואָס ער האָט שאַרף געפֿילט זינט זײַן קינדהייט, צומאָל אומ­באַוווּסטערהייט. די דײַטשן שפּילן אין זײַנע דערציילונגען ניט קיין גרויסע ראָלע, ווײַל ווי אַ קינד, האָט ער ניט געהאַט קיין דירעקטן קאָנטאַקט מיט זיי. ער דערמאָנט זיך, דער עיקר, אָן זײַנע קינדערישע געפֿילן, פּחד און פֿאַנטאַזיעס, וואָס ער האָט געהאַט בעתן חורבן, באַטראַכטנדיק בעת־מעשׂה, ווי אַזוי זיי האָבן באַשטימט זײַן גאַנץ לעבן. ביידע מחברים סטאַרען זיך צו זײַן פּרעציז אין זייערע דערציילונגען, וואָס זיי רעקאָנסטרויִרן מיט די מינדסטע פּרטים. דערבײַ זײַנען זיי זייער אָפּגעהיט, ווען עס קומט צו מישפּטן און אויסטײַטשן דעם מיין פֿון דער געשיכטע. זייערע ביכער באַריכטן וועגן די סאַמע טיפֿע יסודות פֿונעם מענטשלעכן קיום, דערזען דורך דעם שוואַרצן שפּאַקטיוו פֿון גיהנום.