|
נ. זאַלאָוויץ אין די 1920ער יאָרן |
|
נחום־נתניאל זאַלאָוויץ, אַ "פֿאָרווערטס"־מיטאַרבעטער במשך פֿון 50 יאָר, האָט צווישן אַנדערע, געשריבן וועגן אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־פּראָגראַמען פֿאַר די לייענער פֿון דער צײַטונג. נ. זאַלאָוויץ איז געבוירן געוואָרן אין ביאַליסטאָק אין 1892 און געשטאָרבן אין 1971. ייִנגלווײַז איז ער געקומען צו דער איסט־סײַד. זײַן זשורנאַליסטישע קאַריערע האָט ער אָנגעהויבן בײַם "מאָרגן־זשורנאַל", אָבער שפּעטער איז ער אַריבער אַרבעטן אויף אַ פֿולער שטעלע אין "פֿאָרווערטס".
נ. זאַלאָוויץ האָט געשריבן אויף קולטורעלע טעמעס, ווי אויך וועגן פּאָליטיק און קהילה־לעבן. אין זײַנע רובריקן האָט ער איבערגעגעבן דעם לייענער די נײַעסן וועגן די לעצטע טעכנאָלאָגישע אַנטוויקלונגען אין אַ סטיל, וואָס יעדער איינער האָט געקענט פֿאַרשטיין. אַן אינטערעסאַנטע סעריע וואָס ער האָט מחבר געווען האָט זיך אָפּגעגעבן מיט דער געשיכטע פֿון דער פּרעסע אין אַמעריקע. פּראָפֿילן פֿון אינטערעסאַנטע מענטשן און טשיקאַווע שטייגערישע ענינים האָט ער אויך באַשריבן. ווען די טעלעוויזיע איז אַרײַן אין יעדער היים אין די 1950ער יאָרן, האָט מען אים געבעטן צו שרײַבן אויף דער טעמע.
|
בײַ דער אַרבעט אין "פֿאָרווערטס" מיט ב. פֿײַגענבוים און דזשין ליסיצקי, 1920ער יאָרן |
|
|
מיט זײַן פֿרוי און קינד , 1920ער יאָרן |
|
ווי אַ מוסטער פֿון זאַלאָוויצעס היימישן אופֿן פֿון שרײַבן, קען מען נעמען זײַן אַרטיקל פֿון יאָר 1969, אין וועלכן ער באַשרײַבט די באַמיִונגען פֿון די טעלעוויזיע־נעצן צו באַזײַטיקן די באַליבטע "וועסטערן"־פּראָגראַם — "באָנאַנזאַ" פֿונעם ערשטן אָרט. קיין סטראַטעגיע האָט זיי נישט געהאָלפֿן — די פּראָגראַם פֿונעם הויפּט־אַקטיאָר פֿון "באָנאַנזאַ", לאָרן גרין, איז געבליבן אויפֿן ערשטן אָרט. האָט זאַלאָוויץ אין זײַן רובריק — "וואָס מע זעט אויף טעלעוויזיע" — געשריבן כּלומרשט צו דער מאַמען פֿון לאָרן גרין, "פֿרוי דבֿורה גרין, איר דאַרפֿט וועגן אײַער זונס פּרנסה זיך נישט זאָרגן".
אין זײַנע אַרטיקלען האָט נחום זאַלאָוויץ אַרײַנגעלייגט זײַן גאַנצן וויסן פֿון פֿאַרשיידענע פֿעלדער: ליטעראַטור, פּאָליטיק און געשיכטע. אַזוי האָט ער אַרײַנגעפֿירט דעם נײַעם מעדיום פֿון טעלעוויזיע פֿאַרן ברייטערן עולם. אינעם פֿאָטאָ־אַרכיוו פֿונעם "פֿאָרווערטס" געפֿינען זיך פּערזענלעכע בילדער פֿונעם הײַנט אומבאַקאַנטן "פֿאָרווערטס"־שרײַבער נ. זאַלאָוויץ, וועלכער איז געווען, לויט הלל ראָגאָף, "אַן אויפֿקלערער, אַ קולטור־טרעגער".