אַ פֿרויענשפּיל בײַ די ניו־יאָרקער חסידים
Click on the picture to listen the media clip

אין ניו-יאָרק לעבן הײַנט בערך 200.000 חסידים. דאָס רובֿ פֿון זיי וווינען אין ברוקלין, אין די ראַיאָנען באָראָ-פּאַרק, וויליעמסבורג, פֿלעטבוש און קרוין-הײַטס. אַ סך פֿון זיי וווינען מחוץ דער שטאָט אין די שטעטלעך מאָנסי, מאָנראָ אָדער סקווער. עס זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשידענע "חסידותן", אָבער די סאַטמאַרער און די ליובאַוויטשער שטעלן מיט זיך פֿאָר די גרעסטע גרופּעס. די אַנדערע זײַנען די גערער, באָבאָווער, וויזשניצער, סקווערער, בעלזער, סאַנזער, ספּינקער און די פּופּאַער חסידים.

טעאַטער

מיט דער נײַער טעאַ­טער-פֿאָרשטעלונג "קליינ­קונסט!" עפֿנט די "פֿאָלקס­בינע" איר 93סטן סעזאָן.

די שרײַבערין און פּראָ­דוצענטין פֿון דער דאָזיקער פֿאָר­שטעלונג, רעבעקאַ דזשוי פֿלעטשער, האָט געפֿאָרשט אין די אַרכיוון פֿון ישׂראל און פּוילן און אויסגעקליבן אַ ריי אָריגינעלע קאַבאַרע-לידער פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן, וועלכע זי בינדט צונויף אין איר פּראָגראַם מיט גע­רעדטע סקיצעס און מיניאַטור-סצע­נעס, אין אַ קליינ­קונסט-פֿאָרמע — קאַבאַרע. די מחברטע שעפּט אויך פֿון אַזעלכע מקורים ווי די דײַטשי­שע ווײַמאַר-קאַבאַרע, חסידישע ניגונים, אַמעריקאַנער דזשעז, אַרגענטינער טאַנגאָ און דער רוסישער פֿאָלקס-מוזיק.

חנה קוקאַ

זינט איך בין אין ניו-יאָרק, האָבן מיך שוין עטלעכע מענטשן געפֿרעגט, וווּ איך האָב אויפֿגעכאַפּט די ייִדישע שפּראַך? אין ענגליש קלינגט די פֿראַגע זייער מאָדנע, ווי מע וואָלט פֿאַרבײַגעגאַנגען אַ פּאָליצע אין אַ סופּערמאַרק און פֿון דאָרט אַראָפּגענומען ייִדיש און אַרײַנגעוואָרפֿן צו זיך אינעם קויש. אויב דאָס וואָלט טאַקע געווען אַזוי, וואָלט די ייִדיש-סחורה געדאַרפֿט זײַן די סאַמע טײַערע אויף דער וועלט.

עס איז גאָר ניט גרינג צו זײַן אַ קונה פֿון ייִדיש, מחמת ייִדיש נעמט אַרום ניט בלויז לינגוויסטישע דערשײַנונגען, נאָר פֿאַרנעמט אויך אַ גאָר גרויסן קולטורעלן שטח פֿאַר זיך אַליין. כּדי צו קענען גוט די ייִדישע שפּראַך, דאַרף מען זיך אַרײַנכאַפּן אין דער ייִדישיסטישער און ייִדישער וועלט מיט הויט און ביין.