אַ פֿרויענשפּיל בײַ די ניו־יאָרקער חסידים
Click on the picture to listen the media clip

אין ניו-יאָרק לעבן הײַנט בערך 200.000 חסידים. דאָס רובֿ פֿון זיי וווינען אין ברוקלין, אין די ראַיאָנען באָראָ-פּאַרק, וויליעמסבורג, פֿלעטבוש און קרוין-הײַטס. אַ סך פֿון זיי וווינען מחוץ דער שטאָט אין די שטעטלעך מאָנסי, מאָנראָ אָדער סקווער. עס זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשידענע "חסידותן", אָבער די סאַטמאַרער און די ליובאַוויטשער שטעלן מיט זיך פֿאָר די גרעסטע גרופּעס. די אַנדערע זײַנען די גערער, באָבאָווער, וויזשניצער, סקווערער, בעלזער, סאַנזער, ספּינקער און די פּופּאַער חסידים.

‫ייִדישע מאָזאַיִק

הלל קאַזאָווסקי איז אַ באַקאַנטע פֿיגור אין די קרײַזן, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט ייִדישער קונסט. אַ ישׂראלדיקער בירגער, וווינט ער אין ירושלים און אין מאָסקווע, וואָס איז די שטאָט וווּ ער איז געווען אַ תּושבֿ פֿאַר דער עליה. אין דער רוסישער הויפּט-שטאָט פֿירט ער שוין עטלעכע יאָר אַ גרויסע און וויכטיקע אַרבעט, וועלכע מוז זיך, סוף-כּל-סוף, פֿאַרענדיקן מיטן עפֿענען אַ גרויסן ייִדישן מוזיי.

קולטור־געשיכטע

קיִעוו

די איצטיקע הויפּט-שטאָט פֿון אוקראַיִנע איז ביז דער רעוואָלוציע, אין יאָר 1917, געווען באַקאַנט ווי אַ רוסישע שטאָט. נאָך מער: זי איז דאָך די "וויג" פֿון דער רוסישער ציוויליזאַציע. קיִעוו איז געווען אַזוי הייליק פֿאַר די פּראַוואָסלאַוונע רוסן, אַז די שטאָט האָט מען געהאַלטן פֿאַרמאַכט פֿאַר ייִדן. בלויז זייער רײַכע, ווי אויך הויך-געבילדעטע און הויך-קוואַליפֿיצירטע ייִדן פֿלעגן באַקומען אַ דערלויבעניש צו באַזעצן זיך אין דעם כּרך. דערצו נאָך האָט קיין אַנדער שטאָט אין רוסלאַנד ניט געהאַט אַזוי פֿיל ייִדישע סטודענטן.

אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

אונדזער לייענער, בנימין פּאָלאַק, אַ סטודענט אין ען־אַרבאָר, מישיגען־אוניווערסיטעט, האָט אונדז אַרײַנגעשיקט אַ פֿריילעכע געשיכטע פֿון צוויי חבֿרים, בערעלע און משהלע, וואָס האָבן געשיקט איינער דעם צווייטן סודותדיקע בריוולעך. וואָס איז געווען זייער סוד? לייענט זייער בריוון־אויסטויש און שרעקט זיך נישט!

רעדאַקציע