אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

אונדזער לייענער, בנימין פּאָלאַק, אַ סטודענט אין ען־אַרבאָר, מישיגען־אוניווערסיטעט, האָט אונדז אַרײַנגעשיקט אַ פֿריילעכע געשיכטע פֿון צוויי חבֿרים, בערעלע און משהלע, וואָס האָבן געשיקט איינער דעם צווייטן סודותדיקע בריוולעך. וואָס איז געווען זייער סוד? לייענט זייער בריוון־אויסטויש און שרעקט זיך נישט!

רעדאַקציע


אַ בריוו פֿון בערעלען

טײַערער משה!

דאָס איז מײַן ערשטער לערן־יאָר אין דער נײַער שול. אין דער פֿרי גיט מיר די מאַמע אַן עפּל און אַ שניטקע. דאַן גיי איך אין שול. ווען אין דרויסן איז אַ רעגן, פֿירט מיך דער טאַטע אין זײַן אויטאָ. אונדזער לערער איז זייער אַ שטרענגער. אין קלאַס דאַרפֿן מיר זאָגן אויף אַ קול דעם אַלף־בית דרײַסיק מאָל. מע טאָר ניט שמועסן בעתן לימוד. מע מעג עסן נאָר נאָכן קלאַס, ווײַל דער לערער איז אַ דיקער און האָט אַ גרויסן אַפּעטיט. ער קאָן אויפֿעסן אַלץ וואָס די תּלמידים ברענגען פֿון דער היים. מײַן חבֿר מענדעלע האָט מיר געזאָגט, אַז דער לערער איז אַ וואַמפּיר. דאָס איז ריכטיק, ווײַל די וואַמפּירן עסן אַ סך און זיי האָבן פֿײַנט קינדער.

משה, דו טאָרסט דאָס קיינעם ניט זאָגן! דאָס איז אַ סוד!

זײַ געזונט, בערעלע


אַ בריוו פֿון משהן

טײַערער בערעלע!

דאָס איז אַן ערנסטע זאַך! וואַמפּירן זײַנען זייער געפֿערלעך. איך האָב וועגן דעם געפֿרעגט וועלוולען. ער ווייסט אַלץ וועגן וואַמפּירן. דאָ איז זײַן רשימה:

1. וואַמפּירן טרינקען בלוט. ווען זיי האָבן ניט קיין בלוט, טרינקען זיי פּאָמידאָרן־זאַפֿט, אָדער ווײַנטרויבן־זאַפֿט.

2. וואַמפּירן וווינען אין טראַנסילוואַניע. טראַנסילוואַניע איז נאָענט צו ניו־דזשערזי און קאָנעקטיקוט.

3. וואַמפּירן האָבן פֿײַנט צו האָבן הנאה!

זײַ געזונט, משה

ע״ש: מיר דאַרפֿן האָבן אַ געהיים־פּאַראָל. איך לייג פֿאָר — "טראַנסילוואַניע"!


אַ בריוו פֿון בערעלען

"טראַנסילוואַניע"!

דאָס איז אמת! דער לערער איז טאַקע אַ וואַמפּיר! איך האָב ניט געקענט געפֿינען קיין פּאָמידאָרן־זאַפֿט, האָב איך געבראַכט זשורעכלינען*־זאַפֿט. דער לערער האָט געזאָגט, אַז ער האָט ליב זשורעכלינען־זאַפֿט און ער האָט אים געטרונקען. ווײַטער האָב איך געהאַט הנאה פֿונעם שפּילן זיך מיט אַבֿי. אַבֿי האָט מיך אַ קלאַפּ געטאָן מיט זײַן בלײַער, און דערנאָך האָב איך אים אַ קלאַפּ געטאָן מיט מײַן העפֿט. דער לערער איז געוואָרן זייער בייז. איצט ווייס איך אויף זיכער, אַז ער איז אַ וואַמפּיר, אָבער ווי קען מען אים בײַקומען?

זײַ געזונט, דײַן בערעלע

ע״ש: דער פּרינציפּאַל איז זייער האָריק. איך מיין, אַז ער איז אַ וואָלקעלאַק!


אַ בריוו פֿון משהן

טײַערער בערעלע!

זײַ ניט קיין נאַר! אַלע ווייסן, אַז וואָרקעלאַקעס עקזיסטירן ניט. מיר דאַרפֿן דאָך זײַן ערנסט!

איך האָב אַ פּלאַן. ווען עס קומט דעם לערערס געבוירן־טאָג, מאַך אים אַ סורפּריז. טראָג אים צו אַ גרויסן טאָרט פֿון אײַזקרעם. ער וועט דעם טאָרט אויפֿעסן און אָפּגעשוואַכט ווערן. דעמאָלט זינגט אים אַלע צוזאַמען: "מיט מזל אויף לאַנגע יאָרן" — ער וועט שטאַרבן פֿון אײַער זינגען!

זײַ געזונט און זאָג ניט גאָרניט דײַנע עלטערן. זיי קאָנען האַלטן מיטן לערער!

משה

ע״ש: איך האָב פֿאַרגעסן אונדזער געהיים־פּאַראָל.


אַ בריוו פֿון בערעלען

טײַערער משה!

דאָס איז אַ בריליאַנטענער פּלאַן! דעם לערערס געבוירן־טאָג וועט זײַן אין אַ צוויי וואָכן אַרום. איך וועל אַלץ צוגרייטן.

דו ביסט געווען גערעכט וועגן דעם פּרינציפּאַל. ער איז טאַקע ניט קיין וואָלקעלאַק. איך מיין, אַז ער האַלט פֿון מיר. הײַנט האָט ער אַרײַנגערופֿן דעם לערער צו זיך אין ביוראָ. דער לערער האָט געמוזט איבעררײַסן די לעקציע.

איך זאָרג זיך זייער וועגן אַבֿי. ער איז ניט געקומען אין שול הײַנט. נעכטן איז ער געבליבן נאָך די לימודים אין קלאַס צו קריגן הילף פֿונעם לערער. איך האָב אים געוואָרנט, אָבער די מאַמע האָט אים געצוווּנגען דאָס צו טאָן. אַיצט בין איך דער איינציקער תּלמיד וואָס ווייסט דעם לערערס סוד. איך מיין, אַז איך וועל זײַן דער קומענדיקער קרבן זײַנער!

בערעלע


אַ בריוו פֿון משהן

טײַערער בערעלע,

ביסט אָלרײַט? דו האָסט מיר ניט געשריבן שוין עטלעכע טעג! איך בין זייער באַזאָרגט! שרײַב מיר באַלד אַ בריוועלע!

דײַן חבֿר משה

אַ בריוו פֿון בערעלען

טײַערער משה!

זײַ ניט באַזאָרגט! איך בין געווען פֿאַרנומען מיטן צוגרייטן דעם סורפּריז. און הײַנט איז עס געשען. אין דער פֿרי האָב איך געבראַכט דעם אײַזקרעם־טאָרט אין שול. דער פּרינציפּאַל האָט אים געהאַלטן בײַ זיך אין ביוראָ ביזן אָנבײַסן. אָבער מיר האָבן ניט געהאַט די געלעגנהייט צו זינגען! באַלד נאָך דעם ווי דער לערער האָט פֿאַרזוכט דעם טאָרט האָט ער געחלשט. וועלוול איז געווען גערעכט: אײַזקרעם איז טאַקע סם פֿאַר וואַמפּירן!

אַבֿי האָט זיך נאָך ניט אָפּגעזוכט. איך האָב דערציילט דעם פּרינציפּאַל וועגן דעם לערער. ער האָט אַרויסגעוויזן אַ סך פֿאַרשטענדעניש. ער האָט געזאָגט, אַז מיר דאַרפֿן גלײַך עפּעס טאָן! מיר וועלן רעדן מיט אים וועגן דעם בײַ אים אין ביוראָ נאָך די קלאַסן. איך האָף, אַז מיר קענען נאָך ראַטעווען אַבֿי!

זײַ געזונט, בערעלע


אַ בריוו פֿון משהן

טײַערער בערעלע!

איך האָב אַלץ דערציילט דער מאַמען, אָבער זי זאָגט, אַז וואַמפּירן עקזיסטירן ניט. זי האָט אויך געזאָגט, אַז דו טוסט מיר אָפּ אַ שפּיצל. איך ווייס, אַז זי איז ניט גערעכט! דערוואַקסענע פֿאַרשטייען גאָרניט!

דײַן חבֿר משה


אַ בריוו פֿון בערעלען

טײַערער משה!

איך בין שוין געזונט. מיטן פּרינציפּאַל האָב איך זיך ניט געטראָפֿן. ריכטיקער געזאָגט, איך בין שוין געשטאַנען בײַ דער טיר פֿון זײַן ביוראָ, ווען כ'האָב דערהערט, אַז עמעצער הינטער מיר ברומט. איך האָב אויסגעדרייט דעם קאָפּ און דערזען אַ פֿאַרוואַקסן פּנים. איך האָב אויך דערזען זײַנע שאַרפֿע ציין. ס'איז מיר געוואָרן פֿינצטער אין די אויגן. משה, דער פּרינציפּאַל איז טאַקע אַ וואָלקעלאַק! וואָס איז געשען מיט מיר ווײַטער, געדענק איך ניט...

ווען איך האָב אויפֿגעמאַכט די אויגן, האָב איך געזען, אַז אַ מאַן טראָגט מיך אויף די הענט. בײַם אָנהייב האָב איך זיך איבערגעשראָקן, ווײַל געטראָגן האָט מיך מײַן לערער. משה, מיר זײַנען געווען ניט גערעכט — דער לערער איז ניט קיין וואַמפּיר! ער האָט מיך געראַטעוועט! ער איז אַ מענטש!

ווי איך פֿאַרשטיי, האָט דער פּרינציפּאַל געפּרוּווט אים אָפּסמען, אָבער ער איז געבליבן לעבן.

זײַ געזונט, דײַן געראַטעוועטער חבֿר בערעלע

ע״ש: אַבֿי האָט זיך אָפּגעזוכט! ער איז געפֿאָרן מיט זײַן מאַמען צו דער באָבען אויף עטלעכע טעג.


*) זשורעכלינע(ן) - אַ רויטע יאַגדע, Cranberry