|
|
אַ פֿרויענשפּיל בײַ די ניו־יאָרקער חסידים |
|
אין ניו-יאָרק לעבן הײַנט בערך 200.000 חסידים. דאָס רובֿ פֿון זיי וווינען אין ברוקלין, אין די ראַיאָנען באָראָ-פּאַרק, וויליעמסבורג, פֿלעטבוש און קרוין-הײַטס. אַ סך פֿון זיי וווינען מחוץ דער שטאָט אין די שטעטלעך מאָנסי, מאָנראָ אָדער סקווער. עס זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשידענע "חסידותן", אָבער די סאַטמאַרער און די ליובאַוויטשער שטעלן מיט זיך פֿאָר די גרעסטע גרופּעס. די אַנדערע זײַנען די גערער, באָבאָווער, וויזשניצער, סקווערער, בעלזער, סאַנזער, ספּינקער און די פּופּאַער חסידים.
ווי אַ ייִדישיסטקע, דאַרף מען זיך פֿרעגן: ווער זײַנען זיי? ווי אַזוי לעבן זיי? ווײַל זיי רעדן דאָך ייִדיש אין דער היים. קוקנדיק פֿון דער ווײַטנס, וואָלט מען געקענט מיינען, אַז די פֿרומע ייִדן זײַנען פֿאַרמאַכטע סעקטעס, וואָס צו זיי וואָלט מען קיינמאָל נישט געקענט געפֿינען קיין צוגאַנג. פֿאַרקערט! אין ניו-יאָרק איז אַלץ מעגלעך, אַפֿילו צו האָבן חסידישע חבֿרים.
ווי אַ מיידל, לערנט מען זיך באַלד אויס זייער אַ וויכטיק וואָרט: צניעות! צו זײַן צניעותדיק באַדײַט, פֿון איין זײַט, צו זײַן אָנגעטאָן באַשיידן; הייסט עס פֿאַרקניפּט. מע דאַרף גוט באַדעקן דעם האַלדז און די אָרעמס. דעם צאָפּ בינדט מען אויפֿן נאַקן, מע טוט זיך אָן לאַנגע, טונקעלע "שטרימף" (זאָקן) און אַ לאַנג "שעסל" (קליידל) און שווערע שיך. פֿון דער צווייטער זײַט, נעמט דער באַגריף פֿון "צניעות" אויך אַרום דעם באַדײַט פֿון אינערלעכער שעמעוודיקייט פֿון אַ פֿרוי. זי דאַרף זיך פֿירן אָרנטלעך און באַשיידן. כאָטש בײַ מיר האָט דאָס קיינמאָל נישט אויסגענומען, בין איך לעצטנס געגאַנגען אין דער באָבאָווער מיידל-שול "בנות ציון ד'באבוב" אין באָראָ-פּאַרק, כּדי צו זען די פּיעסע "בשבילך" (אַרויסגערעדט: בישווילעך — "פֿאַר דיר"). די אַקטריסעס זײַנען געווען די יונגע תּלמידות פֿון דער שול. די פֿאָרשטעלונג איז אַנאָנסירט געוואָרן ווי "אַ דראַמאַטישע ערציילונג פֿון אונזער טאָג-טעגלעכער קשר מיט די געזעלשאַפֿט". נאָר פֿון אָט דעם זאַץ קען מען שוין זען דעם אונטערשיד פֿון זייער שפּראַך מיט אונדזער ייִדיש.
תּחילת, זיי האָבן שטאַרק ליב דאָס וואָרט "קשר", וואָס אין דעם קאָנטעקסט מיינט עס "פֿאַרבינדונג". אין אַלגעמיין קען מען בײַ זיי געפֿינען מער לשון-קודש-אָפּשטאַמיקע ווערטער, וואָס שטימט, פֿאַרשטייט זיך, מיט זייער פֿרומען לעבנס-שטייגער. שנית, איז כּמעט יעדעס זאַכוואָרט בײַ די חסידים — פֿעמינין. שוין אָפּגערעדט פֿון זייער "אַלטמאָדישן" אויסלייג אָדער אַ "געהעריקער" דעקלינאַציע.
איידער די פּיעסע פֿון די באָבאָווער מיידלעך האָט זיך אָנגעהויבן, האָט זיך די רעזשיסאָרין געוואָנדן צו אירע תּלמידות און גערעדט וועגן נעכט פֿון צוגרייטונגען און רעפּעטיציעס, וועגן דער איבערגעגעבנקייט און דער אייניקייט פֿון די מיידלעך. אַחוץ דעם, האָט זי שוין אַנטפּלעקט דעם מוסר-השׂכּל פֿון דער שפּיל, וואָס זי האָפֿט, וועט זיי שטענדיק ליגן אין די ביינער: "די חשובֿסטע מעלה פֿון אַ מיידל איז איר צניעות!" (אַרויסגערעדט: "דע כושעווסטע מײַלע פֿין אַ מײַדל איז איר צניִעס"). אַפּלאָדיסמענטן און דער פֿירהאַנג האָט זיך געעפֿנט.
וואָס קען איך זאָגן? איך בין טאַקע אַנטציקט געוואָרן פֿון די אַקטריסעס, דער מעשׂה, די טענץ, קאָסטיומען, געזאַנגען, זייער שפּראַך און אויך פֿונעם עולם אויף די בענקלעך. דער זאַל איז געווען אָנגעפּאַקט מיט אַן ערך 200 יונגע צושויערינס. סע זײַנען אויך געווען טעכניקערינס, וואָס האָבן באַוועגט די ליכט-פּראָיעקטאָרן אָדער געהאָלפֿן מיט די סקריפּנדיקע מיקראָפֿאָנען און שרײַענדיקע פֿאַרשטאַרקערס.
די געשיכטע איז פֿאָרגעקומען אין דער באָבאָווער סבֿיבֿה גופֿא. צוויי חבֿרטעס, ליבי און סימי, קריגן זיך צוליב אַ רוסיש-אָפּשטאַמיק מיידל, טאַני, וואָס איז געוואָרן אַ בעל-תּשובֿניצע, נאָכדעם, ווי זי איז צום ערשטן מאָל געקומען צו גאַסט אין דער חסידישער מיידל-שול. די נישט-גוטע פּערזאָן אין דער פּיעסע איז געווען די רוסישע מאַמע פֿון טאַני, ווײַל זי האָט נישט געוואָלט לאָזן איר טאָכטער ווערן אַ פֿרומע. די מאַמע איז געווען אָנגעטאָן אין רויטע מלבושים, אירע אויגן-לעפּלעך זײַנען געווען בלאָ געשמינקט ביז צום שטערן, די ליפּן אָנגעמאָלט מיט אַ רויטן קאָליר. איר חלום איז געווען, אַז די טאָכטער זאָל באַקומען אַ דיפּלאָם פֿון אַן אוניווערסיטעט.
ליבי פֿילט אַזאַ גרויסן עגמת-נפֿש און אַזאַ שטאַרקע קינאה צו דער בעל-תּשובֿניצע, אַז זי פֿאַרוויקלט אַלעמען אין אַן אינטריגע. סוף-כּל-סוף, באַנעמט זי, אַז זי האָט זיך נישט געפֿירט צניעותדיק, און אַז איר חבֿרטע סימי באַלאַנגט אויך צו אַנדערע מיידלעך. ליבי זינגט ווי עס שטייט געשריבן אין דער פּראָגראַמקע:
יעצט אנערקען איך קלאר
וואו מיין נסיון ליגט
א שליחות האט דער בורא מיר געשיקט
נאכגעבן צו די נייע פֿריינט וואס אט זי טרעפֿט
איך בין נישט די איינציגע צו איר באהעפֿט
צום סוף, האָט מען נאָך אַ מאָל מסביר געווען דעם מוסר-השׂכּל פֿון דער פֿיר-שעהיקער פֿאָרשטעלונג מיט דער הילף פֿון אַן עקראַן. עס זײַנען געוויזן געוואָרן פֿליִענדיקע פֿייגעלעך ווי אַ מאָטיוו פֿון דער פּיעסע און אַ שטימע האָט גערעדט וועגן תּאווה און אַוודאי צניעות. נאָך זײַענדיק אונטער דער רושמדיקער השפּעה פֿון יענער באָבאָווער וועלט, בין איך אַרויס פֿון דער שול, געביטן מײַן קליידל אויף הויזן און אַוועק קיין מאַנהעטן.