- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
הלל קאַזאָווסקי איז אַ באַקאַנטע פֿיגור אין די קרײַזן, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט ייִדישער קונסט. אַ ישׂראלדיקער בירגער, וווינט ער אין ירושלים און אין מאָסקווע, וואָס איז די שטאָט וווּ ער איז געווען אַ תּושבֿ פֿאַר דער עליה. אין דער רוסישער הויפּט-שטאָט פֿירט ער שוין עטלעכע יאָר אַ גרויסע און וויכטיקע אַרבעט, וועלכע מוז זיך, סוף-כּל-סוף, פֿאַרענדיקן מיטן עפֿענען אַ גרויסן ייִדישן מוזיי. צווישן די אַקאַדעמיקער האָט קאַזאָווסקי אַ שם פֿון אַ מומחה אין דער געשיכטע פֿון דער קיִעווער "קולטור-ליגע" (וועגן דער אָרגאַניזאַציע לייענט ז׳ 3 פֿון "ווײַטער"). זײַן בוך אויף דער דאָזיקער טעמע הייסט The Artists of the Kultur-Lige ("די קינסטלער פֿון דער קולטור-ליגע"). עס איז אַרויס אין 2003 אין דעם ישׂראל-רוסישן פֿאַרלאַג "גשרים". אַ דאַנק קאַזאָווסקיס איניציאַטיוו, איז אין קיִעוו, אין יאַנואַר 2008, אָרגאַניזירט געוואָרן אַ גרויסע אויסשטעלונג פֿון אַ צאָל קינסטלער פֿון דער "קולטור-ליגע". פֿאַרשטייט זיך, אַז אָן די היגע, קיִעווער טוער, קודם-כּל, פֿון דעם יודאַיִקע-אינסטיטוט (www.judaica.kiev.ua) און דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק, וואָלט אַזאַ פּראָיעקט ניט רעאַליזירט געוואָרן. די אויסשטעלונג האָט פֿאַרנומען עטלעכע זאַלן אין דעם נאַציאָנאַלן קונסט-מוזיי פֿון אוקראַיִנע. אויך אין יאַנואַר איז אין קיִעוו דורכגעפֿירט געוואָרן אַ צוויי-טאָגיקע אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע "די קולטור-ליגע ווי אַ פֿענאָמען פֿון דער תּקופֿה". מע פּלאַנירט אַרויסצוגעבן אַ בוך, צונויפֿגעשטעלט פֿון די רעפֿעראַטן. בכלל, פֿירט זיך אין קיִעוו אַ ממשותדיקע פֿאַרלעגערישע און אַקאַדעמישע אַרבעט אין דעם געביט פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור. דער פּאַראַדאָקס פֿון דער אַרבעט באַשטייט אין דעם, וואָס כּמעט קיינער פֿון די קיִעווער געלערנטע קען ניט קיין ייִדיש. ווי אַ פּועל-יוצא, זײַנען זייערע מעגלעכקייטן זייער באַגרענעצט. אמת, עס העלפֿט זיי די קאָאָפּעראַציע מיט די געלערנטע און ליטעראַטן פֿון אַנדערע לענדער. למשל, אַ גרויסע הקדמה צו דער אַנטאָלאָגיע פֿון אוקראַיִנישע איבערזעצונגען פֿון ייִדישער פּאָעזיע האָט אָנגעשריבן דער ישׂראלדיקער (ביז אָנהייב 1990 — סאָוועטישער) דיכטער און פֿאָרשער וועלוול טשערנין. די אַנטאָלאָגיע, וואָס איז אַרויס אין 2007, כאַפּט אַרום אַ ברייטן היסטאָרישן פּעריאָד: פֿון שלמה עטינגער ביז וועלוול טשערנין. ביכער וועגן וויטעבסק קלער לע פֿאָל איז אַ פֿראַנצויזישע פֿאָרשערין פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשער געשיכטע. איר דאָקטאָר-דיסערטאַציע האָט זי אָנגעשריבן וועגן די קינסטלער, וואָס זײַנען געווען פֿאַרבונדן מיט דער שטאָט וויטעבסק — יהודה פּען, מאַרק שאַגאַל און אַנדערע. די דאָזיקע אַרבעט איז אין יאָר 2002 אַרויס אויף פֿראַנצויזיש, אונטערן טיטל L’école artistique de Vitebsk (1897—1923). אין 2007 איז די מאָנאָגראַפֿיע פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין מינסק, אין אַ רוסישער איבערזעצונג: Витебская художественная школа. סײַ אויף פֿראַנצויזיש סײַ אויף רוסיש מיינט עס דאָס זעלבע, דהײַנו: "די ייִדישע קונסט-שול פֿון וויטעבסק". די שטאָט וויטעבסק האָט מזל: אין משך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר האָט זי באַקומען אַ גוטע ייִדישע היסטאָרישע ליטעראַטור. אין יאָר 2006 איז אַרויס דאָס בוך פֿונעם ישׂראלדיקן היסטאָריקער אַרקאַדי זעלצער, וועלכער שטאַמט פֿון וויטעבסק. זעלצערס בוך, באַזירט אויף זײַן דאָקטאָר-דיסערטאַציע פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט, איז אויך אַרויסגעגעבן געוואָרן אויף רוסיש און הייסט Евреи советской провинции. Витебск и местечки 1917—1941 ("ייִדן פֿון דער סאָוועטישער פּראָווינץ. וויטעבסק און שטעטלעך 1917—1941"). אַן אויסשטעלונג אין מינסק אין 2007 איז אין מינסק אַרויס אַ קאָמפּאַקטל פֿון דער אויסשטעלונג אין מינסקער ייִדישן מוזיי (www.meod.by). די אויסשטעלונג איז געווען געווידמעט דער געשיכטע פֿון דעם ייִדישן טעאַטער אין ווײַסרוסלאַנד. מאַטעריאַלן פֿאַר די עקספּאָנאַטן האָט מען געפֿונען ניט נאָר אין לאַנד גופֿא, נאָר אויך מחוץ ווײַסרוסלאַנד. באַזונדערס פּרטימדיק ווערט דערציילט די געשיכטע פֿון דעם מלוכישן ייִדישן טעאַטער, וואָס האָט עקזיסטירט אין מינסק פֿון 1926 ביז 1949 (בעת דער מלחמה האָט דער טעאַטער זיך געפֿונען אין דער סיבירער שטאָט נאָוואָסיבירסק). דער שעפֿערישער וועג פֿון אָט דעם טעאַטער האָט זיך פֿאַקטיש אָנגעהויבן אין יאָר 1922, אין מאָסקווע, וווּ ס׳איז דעמאָלט געשאַפֿן געוואָרן אַ טעאַטראַלע סטודיע פֿאַר ייִדישע יונגעלײַט פֿון ווײַסרוסלאַנד. מאָסקווע איז בכלל געווען דאָס צענטראַלע אָרט פֿאַר אויסצושולן ייִדישע אַקטיאָרן. דאָרטן האָט מען אויך צוגעגרייט די אַקטיאָרן פֿאַר אוקראַיִנע און ביראָבידזשאַן. אָנגעפֿירט מיט דער ווײַסרוסישער סטודיע האָט דווקא אַ קיִעווער קולטור-טוער, מיכאַיִל (משה-אַהרן) ראַפֿאַלסקי. אין די 1890ער יאָרן האָט ראַפֿאַלסקי זיך געחבֿרט מיט שלום-עליכמס קינדער. שפּעטער איז ער געווען אַ נאָענטער חבֿר פֿון די קיִעווער ייִדישע שרײַבער, בפֿרט פֿון דוד בערגעלסאָן. אין יאָר 1926 איז די סטודיע געקומען קיין מינסק און געוואָרן אַ טעאַטער. אין אויגוסט 1937, בשעת די סטאַליניסטישע "רייניקונגען", האָט מען ראַפֿאַלסקין אַרעסטירט און אין קורצן דערשאָסן. אין די 1990ער יאָרן האָט משה סווירנאָווסקי, וואָס איז אַ מאָל געווען אַן אַקטיאָר אין דעם ווײַסרוסישן ייִדישן טעאַטער, געשאַפֿן אין מינסק דעם "ייִדישן טעאַטער פֿון מיניאַטורן". אין 2002 האָט די דאָזיקע טרופּע זיך אויסגעטיילט בעת דעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטראַלן פֿעסטיוואַל אין לעמבערג, ווײַל אַ חוץ זיי האָט קיינער ניט געשפּילט אויף ייִדיש. אין 2005 האָט זיך אין מינסק באַוויזן אַ נײַע ייִדישע טעאַטער-טרופּע, וועלכע האָט פֿאַר זיך אויסגעקליבן דעם נאָמען "פֿריילעכס. מענטשן און ליאַלקעס". דער גרינדער פֿון דעם טעאַטער, זינאָווי שאַרפֿמאַן, איז אַ מענטש מיט אַ געהעריקן ייִחוס — זײַנע עלטערן האָבן געאַרבעט אין דעם ווײַסרוסישן ייִדישן טעאַטער. |