|
חנה קוקאַ |
|
זינט איך בין אין ניו-יאָרק, האָבן מיך שוין עטלעכע מענטשן געפֿרעגט, וווּ איך האָב אויפֿגעכאַפּט די ייִדישע שפּראַך? אין ענגליש קלינגט די פֿראַגע זייער מאָדנע, ווי מע וואָלט פֿאַרבײַגעגאַנגען אַ פּאָליצע אין אַ סופּערמאַרק און פֿון דאָרט אַראָפּגענומען ייִדיש און אַרײַנגעוואָרפֿן צו זיך אינעם קויש. אויב דאָס וואָלט טאַקע געווען אַזוי, וואָלט די ייִדיש-סחורה געדאַרפֿט זײַן די סאַמע טײַערע אויף דער וועלט.
עס איז גאָר ניט גרינג צו זײַן אַ קונה פֿון ייִדיש, מחמת ייִדיש נעמט אַרום ניט בלויז לינגוויסטישע דערשײַנונגען, נאָר פֿאַרנעמט אויך אַ גאָר גרויסן קולטורעלן שטח פֿאַר זיך אַליין. כּדי צו קענען גוט די ייִדישע שפּראַך, דאַרף מען זיך אַרײַנכאַפּן אין דער ייִדישיסטישער און ייִדישער וועלט מיט הויט און ביין. דער ייִדיש-תּלמיד כאַפּט זיך גיך: ייִדיש קומט ניט פֿון זיך אַליין. מע דאַרף אַ סך גיין און זוכן ביז מע געפֿינט דאָס אָרט, וווּ די שפּראַך באַהאַלט זיך. בײַם אָנהייב, איז עס זייער פּשוט. אין פּוילן און אין דײַטשלאַנד, וווּ איך דריי זיך געוויינטלעך אַרום, זײַנען פֿאַראַן צענדליקער שטעט מיט קלאַסן פֿאַר אָנהייבער — אין וואַרשע, לאָדזש און קראָקע אָדער אין בערלין, האַמבורג און מינכן. אויב מע וויל זיך אָבער אויסלערנען די שפּראַך אויף אַ וויסנשאַפֿטלעכער מדרגה, לײַטערט זיך שוין אַ ביסל אויס דער האָריזאָנט. איך בין געפֿאָרן צו שטודירן עפּעס אַזוינס, וואָס מע רופֿט "ייִדיסטיק", און האָב עס טאַקע געהאַט געפֿונען אין אַ קליינטשיקן מערבֿ-דײַטשישן שטעטל, שיִער ניט הינטער די הרי-חושך — טריר. דאָרטן האָב איך זיך אויסגעלערנט די שפּראַך אויף אַ גאָר הויכן ניוואָ און אײַנגעזאַפּט וויכטיקע לינגוויסטישע און ליטעראַרישע פֿאַקטן. איבערלעבנדיק אַ סך שוואַרצע, עלנטע טעג, האָב איך אָבער אויך פֿאַרשטאַנען, אַז ייִדיש האָט ניט קיין מאַסן-פֿאַרנעם.
גליקלעך בין איך געווען, ווען איך בין געפֿאָרן קיין פּאַריז. דאָרט אינעם ייִדיש-צענטער, אין דער מעדעם-ביבליאָטעק, האָב איך אָפֿט אָנטייל גענומען אין די זונטיק-סעמינאַרן, וווּ מען האָט געלייענט ייִדישע ליטעראַטור צוזאַמען מיט די פֿראַנצייזישע ייִדישיסטן און עלטערע ייִדן, געראַטעוועטע פֿונעם חורבן. געשעפּט נחת האָב איך אויך אין שטראַסבורג אויף אַ זומער-סעמינאַר, ווײַל מע האָט זיך געלערנט דאָרט ייִדיש אין אַ געמיינשאַפֿט. אָבער אַזעלכע קורסן רײַסן געוויינטלעך אָפּ די קעשענע. אַ צווייטער אופֿן ווי אַזוי זיך צו באַקענען מיט אַנדערע ייִדישיסטן, שטעלט מיט זיך פֿאָר דער יערלעכער "ייִדיסטישער סימפּאָזיום" אין דײַטשלאַנד, וואָס קומט פֿאָר אָדער אין טריר, אָדער אין דיסלדאָרף, וווּ מען קען אויך שטודירן ייִדישע לימודים.
מיט סימפּאַטישע ייִדישיסטן און קודם-כּל יודאַיִסטן האָב איך זיך באַגעגנט אין פּוילן. דאָרטן איז פֿאַראַן אַ ברייטער שיכט פֿון יונגע יודאַיִסטיק-סטודענטקעס, וואָס אינטערעסירן זיך אויך מיט ייִדיש און לערנען זיך אויס די שפּראַך אויף אַזעלכע ייִחוסדיקע זומער-קורסן, וואָס קומען פֿאָר אין ווילנע אָדער תּל-אָבֿיבֿ. זיי זײַנען אַקטיוו איבער גאַנץ פּוילן: אָרגאַניזירן ייִדישע פֿילם- און מוזיק-פֿעסטיוואַלן, אַרבעטן פֿאַר אַ ייִדישן ראַדיאָ, אין ייִדישע אינסטיטוטן און מוזייען. זיי זײַנען אַ גרויסער כּוח אינעם הײַנטצײַטיקן אויפֿלעב פֿון דער ייִדישער קולטור אין פּוילן. אַ גוטע געלעגנהייט זיך צו לערנען די שפּראַך ווי אַן אָנהייבער, איז דער יערלעכער זומער-קורס אין שרודבאָרוּוו לעבן וואַרשע, אונטער דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער פּוילישער "שלום-פֿונדאַציע".
פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן קוקווינקל, ווי איך האָב זיך דערוווּסט דאָ אין ניו-יאָרק, אַרבעטנדיק אינעם "פֿאָרווערטס", איז זייער וויכטיק דער פֿאַקט, צי אַ מענטש, וואָס איז אַרײַנגעטאָן אין ייִדישקייט, אויף וועלכן אופֿן עס זאָל ניט זײַן, פֿאַרמאָגט אַ ייִדישן אָפּשטאַם, צי נישט. דאָ אין אַמעריקע טרעפֿט מען פֿאַרברענטע ייִדישיסטן, בײַ וועלכע די ייִדישע שפּראַך איז אַ גאַנצער שטייגער פֿון לעבן: אָנהאַלטן מיטן ייִדישן פֿאָלק און אין איין צײַט איבערגעבן ייִדיש צו די קינדער. איך האַלט שטאַרק פֿון דעם, אָבער צום ערשטן מאָל אין מײַן "ייִדיסטישן" לעבן פֿיל איך זיך, ווי אַ ניט-ייִדיש מיידל, אין אַ מינאָריטעט. דעם אמת געזאָגט, האָב איך זיך דאָ מיט קיין איין גוי אָדער גויה ניט באַקענט. איך טאַנץ אויף אַלע ייִדישע חתונות: אויף סוכּות, בין איך פֿאַרבעטן געווען אויף פֿאַרשיידענע סעודות; פֿאַרברענג אַ סך שבתים; אַנשטאָט ברויט, קויף איך ציבעלע-איי-מצות; אויף חנוכּה האָב איך אָנגעצונדן מײַן אייגן חנוכּה-לעמפּל; טאַנץ ייִדישע טענץ מיט די חבֿרטעס און אַרבעט טאָג-טעגלעך מיט ייִדן. איך באַקען זיך דאָ אויך מיט יונגע חסידים און חסידקעס, וואָס ווײַזן מיר אַ שטיקל פֿון זייער פֿאַרכאַפּנדיקער וועלט און דערקלערן מיר אַלץ אויף זייער וווּנדערלעכן ייִדיש.
איך וואָלט כּמעט געקענט פֿאַרגעסן, אַז איך בין ניט קיין ייִדישע טאָכטער, ווען דאָס שנײַד-ברעטל, אויסגעפֿורעמט ווי אַ חזיר-קאָפּ, וואָלט ניט געלעגן אין מײַן קיך! איך האָב געפּרוּווט צו האַלטן כּשרות, בעת איך האָב געוווינט מיט פֿרומע מיידלעך, אָבער איך האָב ניט מצליח געווען. אייגנטלעך, האָב איך ליב מײַן חזיר-ברעטל. איך בין דערצויגן געוואָרן אין אַ ניט-ייִדישער סבֿיבֿה, וואָס האָט, פֿאַרשטייט זיך, גוואַלדיק משפּיע געווען אויף מײַן וועלט-באַנעם און אַלע מײַנע פּערזענלעכע מינהגים.
נו, איז וואָס? בין איך דען ניט קיין ייִדישיסטקע? אין משך פֿון די לעצטע זיבן יאָר בין איך אויסגעפֿאָרן אַ האַלבע וועלט צוליב דער ייִדישער שפּראַך און מײַן רײַזע האָט זיך נאָך אַלץ ניט געענדיקט. איך פֿיל, אַז זי האָט זיך נאָר וואָס אָנגעהויבן.