מיט דער נײַער טעאַטער-פֿאָרשטעלונג "קליינקונסט!" עפֿנט די "פֿאָלקסבינע" איר 93סטן סעזאָן.
די שרײַבערין און פּראָדוצענטין פֿון דער דאָזיקער פֿאָרשטעלונג, רעבעקאַ דזשוי פֿלעטשער, האָט געפֿאָרשט אין די אַרכיוון פֿון ישׂראל און פּוילן און אויסגעקליבן אַ ריי אָריגינעלע קאַבאַרע-לידער פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן, וועלכע זי בינדט צונויף אין איר פּראָגראַם מיט גערעדטע סקיצעס און מיניאַטור-סצענעס, אין אַ קליינקונסט-פֿאָרמע — קאַבאַרע. די מחברטע שעפּט אויך פֿון אַזעלכע מקורים ווי די דײַטשישע ווײַמאַר-קאַבאַרע, חסידישע ניגונים, אַמעריקאַנער דזשעז, אַרגענטינער טאַנגאָ און דער רוסישער פֿאָלקס-מוזיק.
בסך-הכּל באַשטייט די פֿאָרשטעלונג פֿון אַ קאָלירנדיקן קאָלאַזש-געמיש פֿון 13 בילדער. די פּערסאָנאַזשן, געשפּילט פֿון די צוויי אַקטיאָרן, פֿלעטשער, וואָס זי איז אַגבֿ, אַ פּראָפֿעסיאָנעלע חזנטע, און איר קאָלעגע, דער פֿעיִקער בראָדוויי-וועטעראַן סטיווען מאָ האַנאַן — שפּיגלען אָפּ דעם ברייטן דיאַפּאַזאָן פֿון וואַרשעווער ייִדישן לעבן אין די יאָרן 1921—1941.
וואָס אַנטוישט קודם-כּל אין דער פֿאָרשטעלונג איז, אַז דער איינציקער ייִדישער (נישט דזשויִש) טעאַטער, וואָס רופֿט זיך דערצו "נאַציאָנאַלער" עפֿנט זײַן סעזאָן פֿאַקטיש מיט אַן ענגליש-רעדנדיקער פֿאָרשטעלונג. אין די פּראָגראַם-העפֿטן ווערט דאָס אַנאָנסירט ווי אַ מעלה. אַ מעלה פֿאַר וועמען? פֿאַרן ייִדיש-רעדנדיקן עולם? אַמאָל מאַכט זיך, אַז איין אַקטיאָר זאָגט, אָדער זינגט שוין, יאָ עפּעס אויף ייִדיש, און די צווייטע אַקטריסע חזרט עס איבער אויף ענגליש און פֿאַרקערט. מיינט דער עולם, וואָס פֿאַרשטייט אי ענגליש, אי ייִדיש, אַז ער זעט עפּעס אַ דידאַקטישע פֿאָרשטעלונג. די דאָזיקע "קונץ" דערגרייכט ניט די דערוואַרטונגען פֿונעם עולם.
ווי עס באַדאַרף צו זײַן פֿאַר אַזאַ אינטימער קונסט-פֿאָרמע ווי אַ קאַבאַרע, זעט די בינע אויס גאַנץ קליין און היימיש. די שוישפּילער שטייען כּמעט אין מיטן זאַל און ווערן באַגלייט פֿונעם פּיאַניסט באָב גאָלדסטאָון, וואָס האָט אַראַנזשירט די לידער. די פּראָגראַם נעמט אַרום פֿאַרשיידענע טעמעס, ווי ליבע און דלות, סעקסועלע לײַדנשאַפֿט און רעליגיעזע געטרײַשאַפֿט, טעאַטער און טאַנץ, שדכנות און פֿעמיניזם, קאָסמאָפּאָליטיזם און פּאָליטיק, גזלנות, אַנטיסעמיטיזם און אַפֿילו דעם חורבן. מיט אָט דעם געמיש האָט די פּראָדוצענטין פֿלעטשער געפּרוּווט אויפֿצולעבן דעם ווירטואָזן וואַרשעווער קאַבאַרע פֿון יענע פֿאַרגאַנגענע צײַטן אָן גלאָריפֿיקאַציע. די אַקטיאָרן האָט זיך אײַנגעגעבן איבערצוגעבן דעם אַמעריקאַנער עולם, וואָס רעדט ניט קיין ייִדיש, דעם טעם פֿון אַ מעגלעכן פֿאַרמלחמהדיקן קליינקונסט-טעאַטער.
אויף ייִדיש וואָלט "קליינקונסט!" געוואָרן גרעסער.