אַ געגטע פֿרוי מיט אַ קינד האָט מיר אַמאָל דערקלערט, פֿאַר וואָס זי זוכט נישט קיין נײַעם מאַן. "מײַן קינד האָט שוין אַ טאַטן, וואָס ער זעט אים יעדע צווייטע סוף־וואָך," האָט זי דערקלערט. "מיר דאַכט זיך, ס׳וואָלט געווען טראַוומאַטיש פֿאַר אים, ווען איך ברענג אַרײַן אַ פֿרעמדן מאַן אין מײַן שלאָפֿצימער."
ביז לעצטנס האָב איך געהאַלטן, אַז דער באַשלוס פֿון דער מאַמען מקריבֿ צו זײַן אירע אייגענע באַדערפֿענישן לטובֿת איר קינד, איז צו עקסטרעם. פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך אָבער געלייענט אַ לענגערן אַרטיקל בײַ "איי־פּי" (AP), וואָס האָט מיך איבערצײַגט, אַז איר צוגאַנג איז אפֿשר נישט אַזוי אומשׂכלדיק.
דער אַרטיקל גיט איבער אַ ריי שטודיעס, וואָס באַהאַנדלען די וואַקסנדיקע ברוטאַליטעט אין הויזגעזינדן, וווּ אַ מאַמע לעבט מיט איינעם, וואָס איז נישט דער ביאָלאָגישער אָדער לעגאַלער טאַטע פֿון אירע קינדער. איין באַריכט, למשל, וואָס האָט זיך געדרוקט אינעם זשורנאַל פֿון דער "אַמעריקאַנער אַקאַדעמיע פֿון פּעדיאַטריקער" אין יאָר 2005, האָט באַהאַנדלט די טעמע, באַלעסטיקונגען אינעם שטאַט מיזורי. דערבײַ האָבן די מחברים פֿון דער שטודיע איבערגעגעבן אַ שאָקירנדיקע סטאַטיסטיק: אַ קינד, וואָס וווינט מיט אַ דערוואַקסענעם, וועלכער איז נישט זײַן ביאָלאָגישער אָדער אַדאָפּטירטער טאַטע (געוויינטלעך — זײַן מאַמעס געליבטער), איז 50 מאָל מער גענייגט צו ווערן דערהרגעט, ווי די קינדער, וואָס וווינען מיט ביידע ביאָלאָגישע אָדער אַדאָפּטירטע עלטערן.
אַ צאָל שטודיעס, דורכגעפֿירט דורכן "פֿאָרש־צענטער פֿון פֿאַרברעכנס קעגן קינדער", בײַם אוניווערסיטעט פֿון ניו־העמפּשיר, זענען אַלע געקומען צו אַן ענלעכן אויספֿיר: די קינדער וואָס וווינען מיט שטיף־טאַטעס אָדער מיט נישט־חתונה געהאַטע עלטערן געפֿינען זיך אין אַ גרעסערער סכּנה פֿון ווערן פֿיזיש אָדער סעקסועל באַלעסטיקט, ווי די קינדער, וואָס וווינען מיט ביידע ביאָלאָגישע אָדער אַדאָפּטירטע עלטערן.
און אַ דריטער באַווײַז: לויט די פֿאָרשונגען פֿון ד״ר ראָבין ווילסאָן, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון משפּחה־יוריספּרודענץ בײַם "וואַשינגטאָן־אוניווערסיטעט", זענען מיידלעך, וואָס זייערע טאַטע־מאַמע האָבן זיך געגט, אין אַ ממשותדיק גרעסערער סכּנה צו ווערן סעקסועל באַלעסטיקט ווי אַנדערע מיידלעך. נאָך טרויעריקער: די סטאַטיסטיק איז די זעלבע, צי די מיידלעך וווינען בײַ דער מאַמען, צי בײַם טאַטן.
במשך פֿון די לעצטע 30 יאָר האָט דער באַגריף פֿון אַ משפּחה זיך שטאַרק געביטן אין אַמעריקע. אַ סך מער פּאָרלעך וווינען צוזאַמען אָן חתונה צו האָבן און אַ סך קינדער וווינען מיט בלויז איינעם פֿון די עלטערן. אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 1977, ווען כּמעט 80% אַמעריקאַנער קינדער האָבן געוווינט מיט ביידע עלטערן, איז עס הײַנט 66%.
דער רעזולטאַט דערפֿון איז, אַז אַ גרויסע צאָל הויזגעזינדן, וווּ קינדער און דערוואַקסענע, וועלכע האָבן נישט קיין שום ביאָלאָגישן שײַכות איינער צום צווייטן, וווינען אין איינעם. "איך ווייס אַ סך פֿאַלן, וווּ אַ קינד איז פֿיזיש אָדער סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן מצד דער מאַמעס געליבטן אָדער דעם שטיף־טאַטן," האָט איבערגעגעבן עליאַנאַ גיל, די דירעקטאָרין פֿון Childhelp — אַ לאַנדישע אָרגאַניזאַציע וואָס באַקעמפֿט באַלעסטיקונג. "דער אמת איז, אַז די מענער האָבן קיין מאָל נישט אָנגעקניפּט קיין באַציִונג מיט די קינדער. זייער הויפּט־אינטערעס איז פֿאַרבונדן מיט דער מאַמען פֿונעם קינד, און דערפֿאַר רייגן זיי זיך גיכער אויף, ווען ס׳שאַפֿט זיך אַ פּראָבלעם מיט די קינדער."
אַ טראַגישער פֿאַל דערפֿון, גיט איבער די "איי־פּי", איז פֿאַרלאָפֿן מיט אַ 2־יאָריק קינד אין מאָרי, יוטאַ — דזשיידען קאַנגראָ. איין אָוונט אין יולי 2006, בעת די מאַמע איז געווען בײַ דער אַרבעט, האָט דזשיידען נישט געפֿאָלגט, ווען זײַן מאַמעס חבֿר, פֿיליפּ גײַמאַן, האָט אים געהייסן זיך לייגן שלאָפֿן. אַן אויפֿגעבראַכטער, האָט גײַמאַן געוואָרפֿן דאָס קינד אין דער וואַנט אַרײַן, און דאָס קינד איז שפּעטער געשטאָרבן פֿון די וווּנדן.
גײַמאַן איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 5 יאָר תּפֿיסה, און דזשיידענס מאַמע, קאַרלי מור, האָט זינט דעמאָלט דורכגעמאַכט אַ סך פּסיכאָטעראַפּיעס איבער איר שולדגעפֿיל. "כ׳האָב אים קיין מאָל נישט געזען שלאָגן מײַנע קינדער," האָט זי באַמערקט. "אָבער עס זענען געווען סימנים, אַז ער האָט קינדער בכלל נישט ליב. דו גייסט צו דער אַרבעט, און אין איין סעקונדע צעשפּאַלט זיך דײַן גאַנצע וועלט."
געוויסע פֿרויען באַמערקן נישט קיין פּראָבלעמען, אַפֿילו ווען זיי קומען פֿאָר אָפֿענערהייט. דזשעניפֿער האַרווי, פֿון ספּרינגפֿילד, מיזורי, האָט חושד געווען איר חבֿר אינעם מאָרדן איר 18־חדשימדיק קינד, גאַווין, אָבער זי האָט נישט איבערגעריסן אירע באַציִונגען מיט אים ביז צוויי חדשים נאָכן קינדס טויט. צום סוף, איז איר חבֿר פֿאַרמישפּט געוואָרן צו לעבן־לאַנגער תּפֿיסה פֿאַר האָבן דערשטיקט איר קינד. "איך האָב זיך נישט דערוועגט צו זען דעם אמת," האָט זי שפּעטער געזאָגט.
קיין גרינגע ענטפֿערס צו דער פּראָבלעם זענען נישטאָ, בפֿרט אין אַ דעמאָקראַטיש לאַנד ווי אונדזערע, וווּ מענטשן זענען פֿרײַ זיך צו גטן און זיך צו ליבן מיט וועמען זיי ווילן. אַפֿילו ווען אַ סאָציאַלע אַגענטור דערוויסט זיך וועגן עמאָציאָנעלע פּראָבלעמען בײַ אַ געוויסער משפּחה, ראַנגלען זיי זיך צווישן רעספּעקטירן דער משפּחהס פּריוואַטקייט, און באַטראַכטן דעם וווילזײַן פֿונעם קינד. זייער אָפֿט פֿאַרלאָזט זיך די מאַמע אויף איר חבֿר צו קוקן נאָך די קינדער, בעת זי גייט צו דער אַרבעט, אײַנצוקויפֿן און אַנדערע נייטיקע אַקטיוויטעטן. איר אָפּהענגיקייט פֿון אים מאַכט נאָך שווערער דעם מצבֿ, אויב עס אַנטוויקלט זיך אַ סכּנותדיקע באַציִונג צווישן אים און אירע קינדער.
איינע פֿון די סיבות פֿאַר וואָס די בוש־אַדמיניסטראַציע האָט געגרינדעט די אָרגאַניזאַציע "איניציאַטיוו פֿאַר אַ געזונטן חתונה־לעבן", איז געווען צו רעדוצירן דעם פּראָצענט פֿון נישט־חתונה געהאַטע עלטערן. דערקלערנדיק, אַז אַ געזונט חתונה־לעבן איז נייטיק פֿאַר קינדער, טיילט די אָרגאַניזאַציע אויס 150 מיליאָן דאָלאַר אַ יאָר פֿאַר פֿאָרשונגען און פּראָיעקטן, וואָס מוטיקן די טאַטעס צו שפּילן אַ גרעסערע ראָלע, און אָנצונעמען מער אַחריות, בײַם דערציִען זייערע ביאָלאָגישע קינדער, צי די טאַטעס לעבן מיט דער מאַמען, צי נישט.
אַן עלטערע איניציאַטיוו, Nurse-Family Partnership, באַמיט זיך צו רעדוצירן די ברוטאַליטעט קעגן קינדער דורך אַראַנזשירן וויזיטן פֿון קראַנקן־שוועסטער צו אָרעמע, נײַע מאַמעס במשך פֿון זייער שוואַנגערשאַפֿט, ווי אויך נאָך דעם ווי דאָס קינד ווערט געבוירן. די האָפֿענונג איז, אַז אויב די מאַמע וועט וויסן ווי אַזוי אויפֿצופּאַסן אויפֿן קינד, וועט זי גיכער באַמערקן, און נישט דערלאָזן, אַז איר חבֿר זאָל באַהאַנדלען אירע קינדער אויף אַ קרומען אופֿן.
מע קען טאַקע נישט הייסן די מאַמעס צו בלײַבן אָן אַ געליבטן צוליב זייער קינד, אַזוי ווי מײַן באַקאַנטע האָט געטאָן, אָבער מע קען יאָ פֿאַרבעסערן די קינד־אָפּהיט סיסטעם, סײַ דורך רעגירונג־פֿאָנדן, סײַ דורך פּריוואַטע מקורים, כּדי אַן אַרבעטנדיקע מאַמע זאָל נישט דאַרפֿן אײַנרעדן איר חבֿר אויפֿצופּאַסן אויף קינדער, וואָס זענען נישט זײַנע. דערצו דאַרף מען שאַפֿן אַלץ מער פּראָגראַמען אויסצושולן די אָרעמע מענער, זיי זאָלן קענען קריגן אמתע שטעלעס און מאָטיווירן זיי צו פֿירן אַ מער סטאַביל לעבן. האָפֿנטלעך, וועט עס זיי אויך אינספּירירן חתונה האָבן און דערציִען אַן אייגענע משפּחה.