‫פֿון רעדאַקציע

מיר האָבן געבראַכט דאָ דעם איבער­פֿראַזירטן זאָג, נישט, חלילה, כּדי צו דער­הייבן אַמעריקעס ווילן צו גאָטס מעגלעכ­קייטן. אָבער דווקא אין די טעג, ווען עס קומט פֿאָר די קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאָליס, האָט זיך דערמאָנט דאָס אַלטע ייִדישע ווערטל: אַז גאָט וויל, שיסט אַ בעזעם.

אַוודאי וויל אַמעריקע, אַז אינעם מיטעלן מיזרח זאָלן שוין "שיסן נאָר בעזעמער", עס זאָל שוין קומען אַן עכטער שלום. אַזוי האָט געוואָלט אויך דער פּרעזידענט קלינטאָן און אויך בוש דער פֿאָטער און דזשימי קאַרטער; אָבער אַלע ווייסן מיט וואָס דאָס גוטע ווילן זייערס האָט זיך פֿאַרענדיקט. דאָ ווייסט מען דערווײַל גאָרנישט ניט, אָבער דער זכּרון און די דערפֿאַרונג פֿון די פֿריִערדיקע שלום־קאָנפֿערענצן זאָגן נישט צו קיין גוטע סך־הכּלען.

הייסט עס דען, אַז מע דאַרף נישט מאַכן קיין באַמיִונגען זיך ווידער זעצן צום פֿאַרהאַלדלונג־טיש? טאַקע אָט די פֿראַגע רופֿט באַלד אַרויס אַ צווייטע פֿראַגע: ווער מיט וועמען? מיר שטעלן זי, האָבנדיק אין זינען נישט בלויז דעם פּאַלעסטינער צד, נאָר טאַקע אויך דעם ישׂראלדיקן. מיר פֿרעגן עס און באַמיִען זיך אָפּצושאַצן די הײַנטיקע ווירקלעכקייט. ס‘איז קלאָר, אַז מיט אַ פֿרײַנד דאַרף מען קיין שלום נישט מאַכן. סײַ די פּאַלעסטינער און סײַ די ישׂראלים זײַנען ווײַט נישט קיין פֿרײַנד און די שׂינאה צווישן זיי גייט שוין אָן כּמעט 60 יאָר. גוטע צײַטן הייסן פֿאַר ביידע צדדים יענע קורצע איבעררײַסן צווישן איין מערדערישער טעראָר־אַטאַקע צו אַ צווייטער; צווישן איין מיליטערישער אָפּעראַציע פֿון צה"ל צו אַ צווייטער, צווישן איין "קאַסאַם־ראַקעטע" און אַ צווייטער... — און אַזוי יאָר נאָך יאָר.

צי איז בכּוח די איצטיקע רעגירונג פֿון ביידע צדדים עס אָפּצושטעלן? ס‘איז אַוודאי נישט קיין סוד, אַז אַזאַ שוואַכן פּרעמיער־מיניסטער ווי אהוד אָלמערט, האָט ישׂראל נאָך ביז איצט נישט געהאַט. ס‘איז אַוודאי און אַוודאי נישט קיין סוד, אַז מאַכמוד אַבאַס האָט אַ קנאַפּע השפּעה אויף זײַן צעשפּאָלטענעם פּאַלעסטינער שטח. ס‘איז אויך נישט צו פֿאַרגלײַכן די איצטיקע אַנאַפּאָליס־קאָנפֿערענץ, וואָס שייך די צוגרייטונגען און דער וואָגיקייט פֿון די פֿירערס, מיט די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן יצחק ראַבין און יאַסיר אַראַפֿאַט, און אַפֿילו שפּעטער — צווישן אהוד ברק און יאַסיר אַראַפֿאַט. שוין אָפּגערעדט, אַז די פּאָליטיק פֿון דער קלינטאָן־אַדמיניסטראַציע אין מיטעלן מיזרח איז געווען ממשותדיקער און געלונגענער, ווי די פּאָליטיק פֿון דער איצטיקער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע.

דעריבער, בעת דער עפֿענונג פֿון דער קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאָליס, האָבן די ווערטער פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, דזשאָרדזש בוש, זיך אויפֿגענומען מער רעטאָריש ווי איבערצײַגעוודיק: "די שעה איז געקומען. אונדזער ענין איז יושרדיק. שווערע אַרבעט און בשותּפֿותדיקע באַמיִונגען וועלן אונדז ברענגען צו אַ דערפֿאָלג".

סײַ ישׂראל און סײַ די פּאַלעסטינער האָבן נישט דאָס וויכטיקסטע וואָס עס דאַרפֿן האָבן צוויי צדדים, ווען זיי גייען זיך זעצן צום פֿאַרהאַנדלונג־טיש; זיי האָבן נישט קיין צוטרוי איינער צום צווייטן, און די אומצוטרוי־פֿעסטונג שטייט אויף אַ פֿונדאַמענט, פֿאַרמישט אויף טויזנטער אומגעבראַכטע לעבנס פֿון ביידע צדדים.

אפֿשר די גרעסטע מאָטיוואַציע, וואָס האָט געבראַכט אין אַנאַפּאָליס איבער 40 לענדער און קאָן סטימולירן ווי אַ המשך פֿאַר אַ ווײַטערדיקער פּאָזיטיווער אַנטוויקלונג צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, שטעקט דווקא אינעם געפֿיל פֿון מורא, אַז מער אָפּלייגן טאָר מען נישט, עס קאָן זײַן צו שפּעט. דער אַלגעמיינער מצבֿ אין מיטעלן מיזרח איז קאַטאַסטראָפֿאַל: די דרײַ הויפּט־פֿאַקטאָרן פֿון נישט־סטאַבילקייט אינעם ראַיאָן האַלט אין איין וואַקסן: דער טעראָריזם, די סטראַטעגישע ווערט פֿון נאַפֿט און די נוקלעאַרע סכּנה פֿון איראַן...

און אין דער זעלבער צײַט: אין עזה קומט פֿאָר אַ מאַסן־דעמאָנסטראַציע קעגן דער קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאָליס; אין חבֿרון — איין דערהרגעטער און צענדליקער פֿאַרוווּנדיקטע נאָכן צעטרײַבן די פּראָטעסטירנדיקע קעגן אַבו מאַזענס פּאָליטיק; אַכמאַדינעדזשאַד האָט געסטראַשעט, אַז אין גיכן "וועלן אַפֿילו די סאַמע נאַרישע פּאָליטיקער פֿאַרשטיין, אַז די קאָנפֿערענץ איז פֿאראורטיילט געווען צו אַ דורכפֿאַל פֿון אָנהייב אָן"; די לופֿט־כּוחות פֿון צה"ל האָבן באַשאָסן די דרום־פּאָזיציעס פֿון "כאַמאַס"; און די עקסטרעמע ישׂראלים רופֿן די סאָלדאַטן נישט פֿאָלגן די באַפֿעלן און, דעזערטירן...

יאָ, ווי אָפּטימיסטיש מיר זאָלן אַלע נישט זײַן געשטימט נאָך דער קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאָליס, איז ביז צו אַ "בעזעם־שיסערײַ" אין מיטעלן מיזרח נאָך זייער ווײַט.