ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(דריטער אַרטיקל)

כּן־ירבו, זאָלן זיי זיך מערן, די ייִדישע סטודענטן, וואָס וועלן מיטנעמען מיט זיך אַ פּאָר טראָפּן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. זיכער וואָלט געווען ניחא און געזונט ווען זיי האָבן אַ ייִדישע וועלט ווי ס'האָט אַמאָל עקזיסטירט פֿאַרן חורבן, וווּ פֿרומע און פֿרײַע ייִדן האָבן געלעבט צווישן זיך בשלום און בשותּפֿות, און ממשיך געווען אַ וועלט פֿון אמונה און וויסן, מסורה און קולטור, מיט אַ ייִדישער פּרעסע און אַקאַדעמיע, טעאַטער און קונסט, אַן אייגענער פֿאַרזאָרגונגס־סיסטעם. מיט איין וואָרט, איך וואָלט געהאַט וווּ צו שיקן מײַנע סטודענטן זיי זאָלן געניסן פֿון אַ ייִדישער וועלט. צום באַדויערן האָב איך זיי נישט וווּ צו שיקן. בלײַבט דער קלאַס דאָס איינציק ייִדיש ווינקל, און איך ציטער פֿאַר יעדן איינעם פֿון זיי, זיי זאָלן מיר נישט פֿאַרלוירן גיין אינעם ווירוואַר פֿונעם פֿרעמדן לעבן. אָבער ווער בין איך? איך קען נאָר טאָן דאָס וואָס איז מיר באַשערט צו טאָן, און צוזאַמען האָבן מיר גרויס פֿאַרגעניגן און פֿרייד. ס'רעשט ליגט אין אַנדערע הענט.

רבֿקה ברינקמאַן־יונג

איך לערן זיך נישט ייִדיש צוליב די געוויינלעכע סיבות. מײַנע באָבעס און זיידעס האָבן נישט גערעדט קיין ייִדיש. זיי זײַנען נישט געווען קיין ייִדן. ווען איך בין געווען אַכט יאָר אַלט, האָבן זיך מײַנע עלטערן מגייר געווען און געוואָרן ייִדן. בין איך אויפֿגעוואַקסן מיט ייִדישע טראַדיציעס און ייִדישע יום־טובֿים. איך האָב געלערנט וועגן דער ייִדישער קולטור און געשיכטע אין "היברו־סקול", און פֿון מײַנע פֿרײַנד, און כאָטש איך האָב זיך אַרײַנגעטאָן אין אונדזער אַדאַפּטירטער רעליגיע און קולטור וואָס איך האָב זי אָנגענומען באַהבֿה, האָב איך נישט פֿאַרגעסן פֿון וואַנען איך שטאַם. פֿון מײַן מאַמעס צד שטאַמען אירע עלטערן פֿון האָלאַנד און גערעדט האָבן זיי פּלאַט־דויטש, האָב איך באַשלאָסן צו לערנען זיך דײַטש אין גימנאַזיע. נאָכן ערשטן יאָר פֿון נעמען דײַטש, יענעם זומער, האָב איך, צוזאַמען מיט מײַן שול אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין "נאַציאָנאַלן ייִדישן בוך־צענטער", אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. דער צענטער איז אַ "נאָן־פּראָפֿיט"־אָרגאַניזאַציע און האָט געראַטעוועט קרובֿ צו אַ מיליאָן און אַ האַלב בענד פֿון ייִדישער ליטעראַטור. דער צענטער שטרעבט צו אינספּירירן אַ נײַעם דור ייִדיש־לייענער. אַרומגייענדיק צווישן די רייען פֿון ביכער וועלכע דערוואַרטן אַז עמעצער זאָל זיי לייענען, האָב איך באַשלאָסן צו לערנען זיך ייִדיש. איך האָב דערפֿילט באַדויער, וואָס אַזאַ וווּנדערלעכע שפּראַך ווערט איגנאָרירט און ווייניק מענטשן פֿון מײַן דור גיבן זיך אָפּ אַ דין־וחשבון. ווען איך האָב אָנגעהויבן צו זוכן קאַלעדזשעס האָב איך אײַנגעזען אַז בלויז אַ פּאָר פֿון זיי גיבן ייִדיש־קורסן. איך האָב זיך געוואָנדן צו דרײַ אוניווערסיטעטן — בראַנדײַס, האַרוואַרד און קאָלומביע — און באַשלאָסן צו גיין אין קאָלומביע. איך בין אַזוי גליקלעך און דאַנקבאַר אַז איך קען זיך לערנען ייִדיש און זײַן אינסטרומענטאַל אין אויפֿלעבן די שפּראַך וואָס אַנטהאַלט אַ ספּעציעלע באַדײַטונג פֿאַר מיר. איך האָף, אַז ווען איך וועל זיך אומקערן צום "ייִדישן בוך־צענטער", וועל איך שוין קענען לייענען אייניקע פֿון די ביכער וואָס איך האָב געזען מיט דרײַ יאָר צוריק.

רחל באָרגען

דער האַרבסט־סעמעסטער האָט זיך ערשט אָנגעהויבן, וואָס דאָס מיינט אָנצו­שטויסן זיך אין אַלטע פֿרײַנד און באַקאַנטע וועלכע איך האָב נישט געזען זומערצײַט. די רגע וואָס מיר ענדיקן מיט דעם ערשטן "Hello!" און "How are you?" קומט די וויכטיקע פֿראַגע: "וועלכע קורסן נעמסטו?" איך אַנאָנסיר עקאָנאָמיע און געשיכטע, מיט אַ מאָל וואַרף איך אַרײַן די עקספּלאָזיע! "איך נעם אויך ייִדיש." דאָ מאַך איך זיך גרייט צו הערן זייער רעאַקציע. אַ סך פֿון זיי הערן נישט אויף צו שמייכלען און שאָקלען צו מיט די קעפּ. איך בין זיכער, די מענטשן האָבן נישט געהערט קיין וואָרט וואָס איך האָב געזאָגט, און טראַכטן מסתּמא וואָס זיי וועלן עסן אויף וועטשערע. אַנדערע ווידער קוקן אויף מיר אַ רגע פֿאַרשטאַרט און זאָגן עפּעס וועגן ווי אינטערעסאַנט עס מוז זײַן צו לערנען זיך ייִדיש אין קאַלעדזש. אין אַ געוויסן זין פֿיל איך אַז מען האָט מיר נישט געשאָנקען וואָס עס איז מיר געקומען, און דאָס איז די ייִדישע קולטור און דאָס איז אַ רעזולטאַט פֿון דעם וואָס בײַ אונדז אין דער היים האָט מען קיין ייִדיש נישט געהערט. איז איצט די העכסטע צײַט איך זאָל שוין קענען ייִדיש.

בנימינה אייברעמס

מײַנע עלטערן, ליבע באָבע־זיידע, און פֿרײַנד, מיט דרײַצן יאָר צוריק בין איך געבוירן געוואָרן... מיט די ווערטער בין איך אויסגעוואַקסן. די ווערטער זײַנען גע­ווען מײַן טאַטנס בר־מיצווה־דרשה, וועל­כע ער האָט געזאָגט פֿון אויסווייניק אויף ייִדיש אין 1950, און די ווערטער פֿלעגט ער נאָכזאָגן אין דער היים בעת מיר האָבן געהאַט געסט בײַם שבת־טיש און דערצו מיט מעשׂיות פֿון זײַן יוגנט אין דער בראָנקס. נאָך מער, באָבע־זיידע ז״ל האָבן גערעדט ייִדיש אַרום מיר. מײַן טאַטנס מאַמע, דבֿורה, פֿלעגט זיך אַלע מאָל מיִען מיך אויסצולערנען ייִדיש. פֿלעגט זי איבערחזרן "מעסער", "לעפֿל", "גאָפּל", ווידער אַ מאָל און ווידער, פּרובירט אײַנוואָרצלען אין מיר אַ שטיקל פֿאַרשטענדעניש פֿאַר דער שפּראַך. זי פֿלעגט זאָגן:

"אַז דו וואָלסט בײַ מיר געוווינט, וואָלס­טו זיך אויסגעלערנט רעדן ייִדיש איינס צוויי."

אָבער איך האָב געוווינט מיט מײַנע עלטערן. איין דור אָפּגערוקט פֿון דער ייִדישער שפּראַך. אַן אינטערעסאַנטע מעשׂה ווערט דערציילט בײַ אונדז וועגן מײַנע באָבעס און זיידעס און שוועסטערקינד דזשעפֿרי, וואָס אילוסטרירט אויף וויפֿל די ייִדישע שפּראַך איז פֿאַרלוירן געגאַנגען בײַ מײַן דור. ייִדיש איז פֿאַר אונדז גע­ווען פֿרעמד. איין סיבה וואָס האָט מיך גע­שטויסן צו לערנען זיך ייִדיש איז — איך וויל בעסער פֿאַרשטיין די וועלט, די שפּראַך, די קולטור און די איבערלעבונגען פֿון מײַנע באָבע־זיידעס.

ייִדיש פֿאַרבינדט מיך מיט די דורות וואָס האָבן געלעבט פֿאַר מיר. איך געדענק ווען מײַן מאַמע האָט געשעפּטשעט אין מײַן אויערל ווען איך בין נאָך געווען אַן עופֿעלע: "אַ רו אויף דײַן קעפּעלע," אָדער שפּעטער ווען איך האָב אַרויסגעוויזן קינסטלערישע פֿעיִקייטן: "מײַנע גאָלדענע הענטעלעך." זיכער איז פֿאַראַן אַ געוויסער כּוח אין ייִדיש וואָס האָט מיך אַזוי געלאַסטשעט.

די מאַמע קוקט נאָך אַלץ אויפֿן פּאָר­טרעט פֿון אַ קרובֿה וועלכע האָט געהייסן "שיינע דרײַזל," ווײַל יענע איז געווען אזאַ שיינקייט און איר פּאָרטרעט איז אַזוי ערנסט און צאָרנדיק. די מעשׂה וואָס צירקולירט אין דער משפּחה איז אַז די דרײַזל שמייכלט נישט אויפֿן פּאָרטרעט ווײַל דאָס בילד איז גענומען געוואָרן בײַ אַ בר־מיצווה. זי האָט פּונקט פֿאַרגעסן מיט­צוברענגען אירע פֿאַלשע ציין. מײַן טאַטע האָט ליב צו דערציילן די מעשׂה פֿון זײַן פֿעטער דזשעק, וועלכער האָט גע­קעמפֿט אין דער צווייטער וועלט־מלחמה און באַקומען אַן אויסצייכענונג פֿון דער אַמעריקאַנער אַרמיי. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז גלײַך נאָך דער מלחמה אין דײַטשלאַנד, האָט ער באַמערקט ווי אַ נאַצי־סאָלדאַט פּרובירט זיך צו באַהאַלטן. דער פֿעטער דזשעק האָט אָנגעשטעלט זײַן ביקס אויף אים און גענומען שרײַען אויף ייִדיש: "אַרויס! אַרויס!" ביז דער עס־עסניק האָט זיך אונטערגעגעבן. פֿאַרן אַרעסט פֿון אַ סך דײַטשע סאָלדאַטן האָט דער פֿעטער באַקומען נאָך אַן אויסצייכענונג פֿון דער אַמעריקאַנער אַרמיי.

דער אמת איז אַז איך לערן זיך ייִדיש נישט נאָר ווײַל איך וויל זיך נעענטער צוטוליען צו מײַנע נאָענטע. דער אמת איז אַז איך לערן זיך ייִדיש צוליב אייגענע אינטערעסן. פֿאַר מיר איז ייִדיש אַ שפּראַך וואָס איז פֿול מיט עמאָ­ציע. מײַנע פֿרײַנד קיבעצן מיך אַז זיי זײַנען גרייט צו זעטיקן מײַן דאָרשט מיט אַ טרונק געמאַכט פֿון לויטער "פּאַסיאָן־פֿרוכט." דערווײַל איז עס מײַן פֿאַרגעניגן אַוועקצוגעבן עטלעכע שעהען אַ וואָך צו לערנען און צו זינגען אין אַ שפּראַך וואָס איז אַזוי פֿול מיט געפֿיל... טויזנטער יאָר פֿון געפֿילן.

ליבעלע אַמער

איך בין פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון ייִדיש בײַם טיש פֿון מײַנע באָבע־זיידע. דאָרט האָט זיך די משפּחה געזאַמלט צו פּראַ­ווען שבתים און סדרים. איך און מײַנע שוועסטער־ברידער פֿלעגן זיך צוהערן ווי זיי פֿלעגן דערציילן מעשׂיות פֿון זייערע קליינע דירהלעך אין ברוקלין, ווי זיי פֿלעגן דאָרט וווינען מיט זייערע משפּחות. מעשׂיות פֿון מײַן באָבעס געפֿילטע פֿיש און טייגלעך, און פֿון אַן עלטער־באָבעס שלעכעטע שוועסטער, וועלכע פֿלעגט נייען און פֿאַרריכטן קליידונג, בעת אירע בעלי־בתּים פֿלעגן זי זידלען. "נעבעך," פֿלעגט דער זיידע זיפֿצן. דאָס איז אַ פֿאַרלוירענער נפֿש, פּאַטעטיש, אַ נישט־טויגעניכטס, פֿלעגט די באָבע אים פֿאַר­ריכטן. די שפּראַך האָט געהאַט כאַראַקטער. די קלענסטע ווערטעלעך האָבן אין זיך אַנטהאַלטן וועלטן מיט אָנ­דײַ­טונגען. די אידיאָמען האָבן אין זיך אַרומ­געטראָגן גאַנצע אוניווערסן. עס איז געווען אַ שפּראַך וואָס איז אַנטוויקלט געוואָרן פֿון אַ פֿאָלק — פֿאַר אַ פֿאָלק.

אַ שפּראַך וואָס האָט געזונגען שלאָף־לידער וויגנדיק אירע קינדער, אַ שפּראַך אויף וועלכער מ'האָט געקענט אַרויסשיקן אין דער וועלט קליינינקע פּערל פֿון חכמה, אַ שפּראַך אין וועלכער מ'האָט געקענט לאַכן ווען מען איז געשטאַנען פּנים־אל־פּנים מיטן שׂונא. איך האָב ליב די מאָמענטן ווען איך פֿיל דאָס לשון ייִדיש, ווען איך דערצייל אַ וויץ און זע ווי מײַנע באָבע־זיידע גיבן זיך אַ קלאַפּ אין די קני פֿון פֿרייד, ווען איך הער די אינטאָנאַציע פֿון מײַן שטימע און ווייס אַז דאָס מיינט עפּעס. ייִדיש איז די שפּראַך פֿון מײַן פֿאָלק, פֿון זייערע לײַדן און זייערע פֿריידן. דעריבער קען איך נישט שטיין אָפּהענטיק און לאָזן עס שטאַרבן.

יעל שטיינער

איך בין אַלע מאָל געווען אַ מין דעטעקטיוו. איך בין נישט אינטערעסירט אין מאָרדן, פֿאַרברעכנס אָדער נאַרקאָטיקעס. איך ווער נישט צוגעשטעלט צום ווענטל בײַם נעמען פֿינגערדרוקן אָדער DNA. אָבער איך זוך אַלע מאָל שפּורן וואָס פֿירן מיך צו מײַן אידענטיטעט. איך בין אַ משפּחה־געשיכטע־דעטעקטיוו. איך קען שעהען־לאַנג אַדורכקוקן פֿאָטאָגראַפֿיעס און דאָקומענטן, מיקראָפֿילמען און לייענען קרישלענדיקע דאָקומענטאַציע־ביכער, און אַלץ מיט דער האָפֿענונג צו אַנטדעקן אַ וויכטיק שטיקל נײַעסל פֿון גענעאָלאָגישן גאָלד. לערנענדיק וועגן מײַן פּערזענלעכער פֿאַרגאַנגענהייט איז אַלע מאָל געווען מײַן לײַדנשאַפֿט פֿון קינדהייט אָן. יעדע געפֿינס ברענגט מיך נענטער צו אַ רײַכער וועלט פֿון ייִדישער טראַדיציע וואָס איז שיִער נישט אומגעקומען, און עס איז מײַן פֿאַראַנטווראָטלעכקייט אויפֿצולעבן זי און פּראַווען זי ווי אַ יום־טובֿ. עס איז מײַן גרעסטער וווּנטש אַז דאָס לערנען זיך ייִדיש וועט מיר באַהילפֿיק זײַן אין מײַן שליחות צו פֿאַרשטיין פֿון וואַנען מײַנע אייגענע שטאַמען, און וועט מיר געבן די פֿעיִקייט אָנטייל צו נעמען אין די קולטור־אוצרות וואָס זיי האָבן באַשאַפֿן. איך וויל זינגען די לידער פֿון מײַנע אַמאָליקע אייגענע, לייענען זייערע ביכער און צײַטונגען, רעדן מיט זייערע פֿאָלקס־ווערטעלעך און אַפֿאָריזמען. איך וויל אָבער נישט ייִדיש זאָל פֿאַרבלײַבן אַ שפּראַך פֿון מײַן פֿאַר­גאַנגענהייט. מײַנע אַמאָליקע אייגענע, זײַנען דאָך נאָך אַלעמען אַן אינטעגראַלע פֿאַרגאַנגענהייט פֿון ווער איך בין הײַנט. פֿאַר זיי און פֿאַר זיך, מוז איך אַרײַנזאַפּן די ייִדישע שפּראַך און קולטור אין מײַן הײַנטיק לעבנס־שטייגער.

אילנה עסקאָוויטש

מײַן משפּחה רעדט נישט קיין ייִדיש. מײַן מאַמע קומט פֿון רומעניע און מײַן טאַטע פֿון לאָנג־אײַלענד אין ניו־יאָרק. מײַן מאַמעס ערשטע שפּראַך איז אונגאַריש און מײַן טאַטנס — ענגליש. אָבער אַ פּאָר פֿון מײַנע באָבע־זיידעס רעדן יאָ ייִדיש. מײַן מאַמע איז געקומען קיין אַמעריקע ווען זי איז געווען דרײַ יאָר אַלט און זייער שנעל זיך אויסגעלערנט ענגליש און העברעיִש. דער מאַמעס עלטערן ווידער, רעדן אונגאַריש, רומעניש און גאַנץ גוט ענגליש, אָבער נישט קיין ייִדיש. דער טאַטע איז אויסגעוואַקסן אין ניו־יאָרק און געלערנט אין אַ "היברו־סקול". זײַנע עלטערן זײַנען געבוירן אין ניו־יאָרק און פֿאַרשטייט זיך גערעדט צווישן זיך ייִדיש די קינדער זאָלן נישט פֿאַרשטיין. ביידע עלטערן פֿלעגן רעדן העברעיִש, אויך ווען זיי האָבן נישט געוואָלט די קינדער זאָלן פֿאַרשטיין. באַלד וועל איך קענען רעדן ייִדיש צו מײַנע עלטערן און זיי וועלן נישט פֿאַרשטיין.

Yiddish

Ich hob nisht kein mol idish gelernt in nisht kein shule ober mit knap dreisik yor tzurik ich hob gelernt epes daitch vail ich hob farbracht etleche yor in Daitchland. Ven ich hob bashlosn tzu lernen idish mit umgefer 4 yor tzurik es iz geven farheltnismesig laicht far mir zich oif idish fun daitch umtzushteln. Ich hob dos gemacht shier nisht ois'shlislech leiendik Forverts oif dem internetz. Ich vunder zich oib froi Shmulevich-Hofman hot bagegnet andere menshen vi ich vos redn idish vos hobn frier daitch geshprochn?