געשיכטע, ספּאָרט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה פּאָלאַק
האַראָלד זײַדענבערג
האַראָלד זײַדענבערג

ווען דזשעק זײַדענבערג האָט דעם חודש באַזוכט די "פֿאָרווערטס"־אויסשטעלונג אינעם "מוזיי פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק", האָט ער נישט געוווּסט, אַז עס וואַרט דאָרט אויף אים אַ סורפּריז: אויפֿן בילד פֿון די באַרימטע ייִדישע אַטלעטן איז געווען אַ פֿאָטאָגראַפֿיע, וואָס ער האָט דערקענט פֿון זײַן משפּחה־אַלבאָם. אַ בילד פֿון זײַן ברודער, האַראָלד זײַדענבערג, אַן אַמאָליקער שפּילער פֿאַר דער אַמעריקאַנער פֿוטבאָל־מאַנשאַפֿט פֿון קאָרנעל־אוניווערסיטעט, האָט מען געדרוקט אין אונדזער קונסט־בײַלאַגע אין 1952.

דאָס אָריגינעלע קעפּל אויף ייִדיש און ענגליש האָט אינפֿאָרמירט אונדזערע לייענער, אַז מ׳האָט זײַדענבערג אויסגעקליבן ווי דער "אַטלעט מיט די בעסטע אויסזיכטן" פֿון קאָרנעל, וווּ דער ברוקלין־געבוירענער סטודענט פֿון סאָציאָלאָגיע האָט שטודירט, האָבנדיק אַן אַמעריקאַנער פֿוטבאָל־סטיפּענדיע.

זײַדענבערג האָט געוווינט בײַ זײַנע ייִדיש־רעדנ­דיקע עלטערן אין בענסאָנהוירסט, וווּ מע האָט שטענדיק געלייענט דעם "פֿאָרווערטס". וועלנדיק פֿאַרשאַפֿן נחת זײַנע עלטערן, האָט ער געשיקט זײַן בילד אין דער רעדאַקציע. ווי אַ זעקס־יאָריק ייִנגל, האָט האַראָלד שוין אָנגעהויבן שפּילן פֿוטבאָל אין ברוקלין. אַ שטיק צײַט האָט ער געשפּילט אייראָפּעיִשן פֿוסבאַל פֿאַר דער "הכּוח"־פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט. נאָך דעם ווי זײַנע פֿוסבאָל־ און פֿוטבאָל־מדריכים אין "הײַ־סקול" האָבן זיך צעקריגט איבער אים, האָט ער, סוף־כּל־סוף, באַשלאָסן צו שפּילן פֿוטבאָל פֿאַר "לאַפֿײַעט־הײַ־סקול".

דאָס אָריגינעלע בילד, געמאַכט אין קאָרנעל אָנהייב דעם 1951־סעזאָן, האָט געשיקט אין "פֿאָרווערטס" זײַן ברודער דזשעק, וואָס האָט געוואָלט דרוקן דאָס בילד אין דער צײַטונג, כּדי דער טאַטע זאָל עס קענען ווײַזן זײַנע פֿרײַנד. די ביידע ברידער האָבן אײַנגעזען, אַז פֿוטבאָל וועט האָבן אַ גרעסער חשיבֿות פֿאַר זייער טאַטן, נאָך דעם ווי מע וועט עס באַשריבן אין "פֿאָרווערטס".