שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

איך האָב צוויי וווּנדערלעכע, זיסע און קלוגע צווילינג־טעכטער — רחל און סאַמאַנטאַ. דאָס ערשטע מיידל צו ווערן אַ פֿרוי, וואָס שייך דעם קערפּער, איז געווען סאַמאַנטאַ. זי האָט באַקומען אַ הויט־אויסשלאַק, און איר קערפּער וואַקסט און בײַט זיך כּסדר. זי איז זייער סענסיטיוו אויף דעם. רחל, להיפּוך, איז נאָך קליין. אין גיכן וועלן די צוויי אָנהייבן זיך צוגרייטן צו דער בת־מיצווה און איך זאָרג זיך וועגן סאַמאַנטאַן. רחל האָט ליב צו זינגען און האָט אַ שיין קול; סאַמאַנטאַ וועט מיך אַפֿילו נישט לאָזן הערן ווי זי זינגט. רחל קען אויך בעסער לייענען פֿון דער תּורה ווי סאַמאַנטאַ. די מיידלעך זענען גוטע־פֿרײַנד, און די זאָרג וועגן דעם ענין איז דערווײַל נאָר מײַנע. אָבער איך האָב מורא, אַז דער חילוק צווישן די צוויי וועט וואַקסן און סאַמאַנטאַ וועט זיך פֿילן מינדערווערטיק. ווי קען איך זיי צוגרייטן צו דער בת־מיצווה, ס׳זאָל אַלץ גיין ווי געשמירט?

פֿאַרזאָרגטע מאַמע


טײַערע פֿאַרזאָרגטע מאַמע,

דאָס בעסטע וואָלט געווען, ווען איר מישט זיך נישט אַרײַן, אָבער מע זאָל פֿאַרזיכערן, אַז די מיידלעך וועלן רעדן אָפֿנהאַרציק וועגן דעם פּראָצעס. רעדט זשע מיטן בת־מיצווה־לערער וועגן דעם ענין, כּדי ער, אָדער זי, זאָל דערמוטיקן סאַמאַנטאַ. אפֿשר וואָלט געווען אַ סבֿרא, ווען זיי האָבן געוויסע לעקציעס צוזאַמען, און אַנדערע — אַליין. אַזוי אַרום וועט יעדע פֿון זיי געפֿינען איר אייגן "קול". דער לערער קען אויך אויסרעכענען וויפֿל מע לערנט בײַ יעדער לעקציע, כּדי רחל זאָל נישט לערנען מער ווי סאַמאַנטאַ פֿאַרן טאָג פֿון דער בת־מיצווה. סאַמאַנטאַ וועט אפֿשר אײַך איבערראַשן און זיך צוגרייטן זייער גוט. אויב זי וויל רעדן מיט אײַך וועגן דעם, אַדרבא; אָבער איר דאַרפֿט אויסמײַדן, אַז זי זאָל זיך דערוויסן וועגן אײַערע זאָרגן.


טײַערע חזנטע,

איך בין שוין אַ פּאָרל מיט מײַק פֿיר יאָר, זינט אונדזער צווייט יאָר אין גימנאַזיע. אָבער, איך הייב אָן צו פֿילן, אַז איך ווער פֿאַרלוירן אין דער באַציִונג. איך האָב אים זייער ליב און קען זיך נישט פֿאָרשטעלן אַ לעבן אָן אים. איך קען כּמעט ווי נישט געדענקען אַ צײַט ווען איך בין געווען אַליין און נישט אַ העלפֿט פֿון "טאַראַ און מײַק". מיר האָבן זיך פֿאַרשריבן אינעם זעלבן קאָלעדזש צו בלײַבן צוזאַמען. מיר לערנען זיך אין די זעלבע קלאַסן און פֿאָרן צו גאַסט צו אונדזערע משפּחות צוזאַמען — אַ כּלל, מיר טוען אַלץ אין איינעם. עס פֿעלט אונדז גאָרנישט און איך קען זיך נישט אויסמאָלן, אַז איך וואָלט אַן אַנדערן ליב געהאַט מער ווי איך האָב ליב מײַקן. לעצטנס האָט ער גערעדט וועגן חתונה האָבן און איך האָב געוואָלט וויינען. איך פֿיל ווי איך בין געכאַפּט געוואָרן אין אַ פּאַסטקע און איך ווייס נישט פֿאַרוואָס. ראַטעוועט!

אַ מיידל


טײַערע "אַ מיידל",

איר פֿילט זיך געכאַפּט אין אַ פּאַסטקע און איר ווייסט יאָ פֿאַרוואָס. איר האָט מיר ערשט דערציילט. דאָס, וואָס איר, אַ יונגע פֿרוי, האָט דאָס געפֿיל, אַז איר פֿאַרלירט דעם אייגענעם "איך", און די אומאָפּהענגיקייט, איז נישט אַוועקצומאַכן מיט דער האַנט. עס זעט מיר אויס, אַז איר דאַרפֿט אַ ביסל צײַט און אָרט זיך אַליין צו אַנטוויקלען. איך וואָלט געעצהט, איר זאָלט איבעררײַסן די באַציִונג, לאָמיר זאָגן, אויף דרײַ חדשים. און דערנאָך, אַ טראַכט טאָן וועגן אײַערע געפֿילן. אויב איר באַשליסט, אַז די באַציִונג מיט מײַק איז טאַקע וואָס איר ווילט, דאַרפֿט איר זײַן זיכער נישט אַלץ צו טאָן צוזאַמען; בעסער צו פֿאַרברענגען, פֿון צײַט צו צײַט, מיט חבֿרים און אַקטיוויטעטן באַזונדער. מיטן רעכטן פֿוס — און לאָזט אונדז וויסן וואָס איר האָט באַשלאָסן.


טײַערע חזנטע,

מײַן פֿרוי זינגט די גאַנצע צײַט, אָבער האָט אַ שלעכט קול. זי ווערט אין כּעס ווען איך זאָג איר אויפֿצוהערן צו זינגען, אָבער איך קען נישט פֿאַרטראָגן איר שטים. וואָס זאָל איך טאָן?

סענסיטיווע אויערן


טײַערע סענסיטיווע אויערן,

איר האָט עטלעכע ברירות: 1) קויפֿט אויער־פֿאַרשטאָפּערס 2) שטעלט אָן אַ געזאַנג־לערער פֿאַר אײַער פֿרוי 3) זינגט מיט מיט איר, וועט דאָס זיכער איר דערגיין די יאָרן, און זי וועט באַלד אויפֿהערן.

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024