די פּעריפֿעריע פֿון טאָלעדאָ, 1929 |
"In Celebration of David Bomberg", The Daniel Katz Gallery, 13 Old Bond St., London
London Senses and Experiences — Ben Uri Gallery, London NW8
די "לאָנדאָנער שול" אין דער מאָדערנער ייִדישער קונסט איז ניט אַזוי באַקאַנט ווי די "שול פֿון פּאַריז", אָבער די צוויי אויסשטעלונגען, וועלכע קומען פֿאָר איצט אין לאָנדאָן, וועלן אפֿשר העלפֿן אויספֿילן דעם דאָזיקן בלויז. די גאַלעריע פֿון דניאל קאַץ ווײַזט אַ פֿײַנע זאַמלונג פֿון דוד באָמבערגס (1890—1957) מאָלערײַ. ביז ניט לאַנג צוריק, האַלטן די קונסט־מבֿינים, איז באָמבערג געווען איינער פֿון די סאַמע ניט־דערשאַצטע מאָדערנע ענגלישע קינסטלער. דער אינטערעס צו זײַנע ווערק איז אויפֿגעדעקט געוואָרן דורך דער גרויסער אויסשטעלונג אין דער לאָנדאָנער "טייט־גאַלעריע" אין 1988, וואָס האָט בעת זײַן לעבן ניט געוואָלט אַפֿילו שיקן זייערע מבֿינים אין באָמבערגס סטודיאָ אַ קוק צו טאָן אויף זײַנע ווערק. די איצטיקע אויסשטעלונג פֿון זײַנע 24 ווערק בײַ דניאל קאַץ איז אַ באַשיידענער, אָבער אַ פֿײַנער בײַטראָג צו דעם וואַקסנדיקן אינטערעס צו באָמבערגס לעבן און ווערק.
דוד באָמבערג געהערט צו די פּיאָנערן פֿון מאָדערניזם אין דער ענגלישער קונסט. אויפֿגעוואַקסן אין אַן אָרעמער פּויליש־ייִדישער משפּחה אין דעם לאָנדאָנער איסט־ענד, האָט ער באַקומען סובווענצן אויף צו שטודירן קונסט, און איז אין גיכן קונה שם געווען מיט זײַנע דרייסטע פֿאָרמעלע עקספּערימענטן. ער איז געווען אַ געטרײַער חסיד פֿון דער נײַער פֿראַנצויזישער קונסט און דעם נײַעם רוסישן באַלעט, וואָס האָט באַזוכט לאָנדאָן ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה. די דערפֿאַרונג פֿונעם פֿראָנט, וווּ באָמבערג האָט געדינט ווי אַן אינזשעניר אין דער בריטישער אַרמיי, האָט אַ סך געענדערט אין זײַן וועלטבאַנעם. די מלחמה האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אין זײַנע בילדער און אין ייִדישע לידער, וועלכע ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין לעאָ קעניגס צײַטשריפֿט "רענעסאַנס", אין 1920׃
ערגעץ זענען קאַנאָנען באַהאַלטן,
מען הערט זיי ניט.
זיי דרייען זיך ווי מאַריאָנעטקעלעך
אונטער אַ גרויער וואַנט פֿון גלאָז.
דער שניי ליגט אויף זייערע קעפּ,
און זיי טאַנצן קאָמיש ווילד,
אויף דעם גלײַכן ברעג פֿון דעם שלאַכט־פֿעלד.
דער שׂונא האָט אויסגעשפּרייט זײַנע צוויי נאַקעטע אָרעמס,
מיט ווייכע, זילבער־אײַנגעהילטע פֿינגער־שפּיצן,
זוכט ער פֿיש אין הימל — אונדזערע לופֿטשיפֿן.
ער פֿאַרמאַכט איין האַנט,
און נעמט אַרום אַן אָנגעשוואָלענעם וואָלקן.
ער בלײַבט פּלוצעם דערשראָקן,
זײַנע צוויי אָרעמס ציטערן נערוועז, און פּלוצעם —
גאָרנישט.
אַ געפּלעפֿטער, וואַרפֿט ער זײַנע אָרעמס איבערן קאָפּ,
אַן אויפֿגערעגטער.
ביסלעכווײַז אָבער באַרויִקט ער זיך.
פֿלעמעלעך לויפֿן אַרום אויף דער לופֿט,
ווי געשנירטע פּערל,
און בלאַשטשענדיקע ראָקעטן פֿאַלן אויף אונדזערע קעפּ.
(ווינטער־נאַכט).
אין די יאָרן 1923—1927 האָט באָמבערג באַזוכט ארץ־ישׂראל און געמאַכט אַ סעריע בילדער פֿון אַלטן ירושלים און אַנדערע באַקענטע ערטער. זײַנע לאַנדשאַפֿטן זײַנען געוואָרן פּאָפּולער בײַ די קונסטזאַמלער, וועלכע האָבן זיך געקוויקט מיט זייער עקזאָטישן חן, אָבער באָמבערג איז ניט געווען צופֿרידן מיט זײַן הצלחה. ער איז געפֿאָרן קיין שפּאַניע, וווּ ער איז פֿאַרכּישופֿט געוואָרן פֿון דער עקספּרעסיווער ענערגיע פֿון די אַלטע שטעט. ער האָט געמוזט זיך אומקערן קיין ענגלאַנד ערבֿ דעם שפּאַנישן בירגער־קריג, מיט עגמת־נפֿש און אָן געלט. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער אָנגעמאָלט אַ ריי בילדער פֿון צעשטערטע לאָנדאָנער הײַזער און גאַסן, און זײַנע לעצטע יאָרן האָט ער פֿאַרבראַכט אויפֿן ים־ברעג אין ענגלאַנד און שפּאַניע. באָמבערגס קינסטלערישע קאַריערע איז קיינמאָל ניט געווען גלאַטיק. ער האָט כּסדר געזוכט נײַע קינסטלערישע וועגן און נײַע אָביעקטן פֿאַר זײַן מאָלערײַ, אָבער זײַנע זוכענישן האָבן זעלטן געפֿונען אַן אָפּקלאַנג בײַ קריטיקער און הענדלער.
די לאָנדאָנער טעמע ווערט פֿאָרגעזעצט אין דער אויסשטעלונג "לאָנדאָנער געפֿילן און דערפֿאַרונגען" אין בן־אורי־גאַלעריע, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אויף דער ייִדישער קונסט. דאָ קאָן מען זען די ווערק פֿון ראָן קיטײַ, לוסיען פֿרויד, פֿראַנק אויערבאַך, לעאָן קאָסאָף און אַנדערע ייִנגערע מיטצײַלטער פֿון באָמבערג. זיי האָבן געירשנט באָמבערגס ערנסטע באַציִונג צו קונסט און לעבן, זײַן דורשט נאָך מאָראַלישן זין, און זײַן געטרײַשאַפֿט צו דעם קינסטלערישן שליחות. דער צווייטער דור לאָנדאָנער ייִדישע קינסטלער איז סטיליסטיש נענטער צו מיטל־אייראָפּע, ווײַל אייניקע פֿון זיי זײַנען געקומען ווי פּליטים פֿון דײַטשלאַנד און עסטרײַך אין די 1930ער יאָרן. די אומעטיקע, גרויע און נאַסע געגנטן פֿון לאָנדאָן זײַנען די הויפּט־העלדן פֿון זייערע ווערק. מען זעט דאָ ניט סתּם די שטאָט לאָנדאָן, נאָר אַ גאַנצן פֿילאָסאָפֿישן וועלטבאַנעם, אַ טרוקענעם, ניכטערן, און זייער ערנסטן.
דער באַגריף "לאָנדאָנער שול" געהערט צו ראָן קיטײַ, וועלכער איז געקומען קיין לאָנדאָן פֿון אַמעריקע מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, פּונקט אינעם יאָר פֿון באָמבערגס טויט. די קינסטלער פֿון דער דאָזיקער שול פֿאַרמאָגן ניט קיין בשותּפֿותדיקן סטיל. אַנשטאָט דעם ווערן זיי פֿאַראייניקט דורך דעם אייגנאַרטיקן חוש פֿאַר צײַט און רוים. זייערע בילדער דערציילן די געשיכטע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט דורך שטיינער, וואַסער, און פּנימער. אָט די אַלע קינסטלער האָבן שווער געהאָרעוועט, געליטן פֿון נויט און עם־הארצות פֿון דעם פּובליקום, און פֿאַרבליבן עקשנותדיק געטרײַ די "מיצוות" פֿונעם הויכן מאָדערניזם פֿון זייערע לערער — גרויסע אייראָפּעיִשע קינסטלער.
נקבת חזקיהו, ירושלים, 1925 |