אַטאַנאַסיוס קירטשערס מאַפּע פֿון אַטלאַנטיס, 17טער יאָרהונדערט |
אין די ווערק פֿון אַ סך שרײַבער און קינאָ־רעזשיסאָרן פֿיגורירן אויסגעטראַכטע הײַזער, גאַסן, דערפֿלעך און שטעט, ווי אויך גאַנצע פּלאַנעטן און וועלטן, וואָס זייער געשיכטע, געאָגראַפֿיע און לעבנס־שטייגער זענען אַזוי פּרטימדיק באַשריבן, אַז עס דאַכט זיך, אַז די דאָזיקע ערטער עקזיסטירן אַפֿילו מער רעאַל, ווי די עכטע שטעט און לענדער. אין אייניקע פֿאַלן, ווערט די געשיכטע פֿון געוויסע אויסגעטראַכטע פּלעצער און פּערסאָנאַזשן מער ערנסט און פּרטימדיק געפֿאָרשט און באַשריבן, ווי ס׳רובֿ רעאַלע ערטער. אין אַ טייל פֿאַלן, איז דער חילוק צווישן וואָר און אויסטראַכטעניש כּמעט צעשווענקט, צוליב פֿאַרשיידענע טשיקאַווע סיבות.
אַ טייל היסטאָריקער האַלטן, אַז אַזעלכע לענדער, ווי אַטלאַנטיס אָדער אַצלאַן (דאָס געהיימנישפֿולע לאַנד, פֿונוואַנען, לויט דער לעגענדע, שטאַמען די אַצטעק־אינדיאַנער), האָבן טאַקע אַמאָל עקזיסטירט, הגם אין משך פֿון דורות האָט זייער געשיכטע זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאַנטאַסטישער דערציילונג; אַ טייל אַנדערע היסטאָריקער האַלטן אָבער, אַז אַזעלכע פּלעצער זענען פֿון אָנהייב אָן געווען אַן אויסטראַכטעניש.
די אוראַלט־גריכישע מעשׂה וועגן דעם פֿאַרשוווּנדענעם אינדזל־לאַנד אַטלאַנטיס האָט אַרויסגערופֿן אַ גרויסן אינטערעס אין פֿאַרשיידנאַרטיקע קרײַזן. אַ קליינע צאָל סאָציאַליסטן גלייבן, אַז אַטלאַנטיס איז געווען אַ גוטער בײַשפּיל פֿון אַן אוטאָפּישער געזעלשאַפֿט, ווי עס האָט איבערגעגעבן דער גריכישער פֿילאָסאָף פּלאַטאָן; אַ טייל ווײַסע פֿאַשיסטן האַלטן, אַז אַטלאַנטיס איז געווען "דאָס פֿאַרגעסענע היימלאַנד" פֿון די "עכטע אַריער" אָדער "היפּערבאָרעער"; פֿאַר די "ניו־איידזשערס" איז עס געווען אַ וועלט־צענטער פֿון כּלערליי מיסטישע כּוחות און חכמות; געוויסע "פֿאַרביסענע" זוכער פֿון די "פֿליִענדיקע טעלער" גלייבן אַפֿילו, אַז די אײַנוווינער פֿון אַטלאַנטיס האָבן געשטאַמט פֿון אַ אַנדער פּלאַנעט; דער עסטרײַכישער פֿילאָסאָף רודאָלף שטײַנער, דער גרינדער פֿון דער "וואָלדאָרף"־סיסטעם פֿון שול־בילדונג, האָט געגלייבט, אַז די אַטלאַנטן האָבן פֿאָרגעשטעלט מיט זיך אַ מוסטער פֿון אַ גאָר הויכער קולטור־מדרגה.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז הגם מ׳האָט דערווײַל נישט געפֿונען קיין איינציקן אויפֿווײַז, אַז אַטלאַנטיס האָט בכלל עקזיסטירט, איז די לעגענדע נאָך אַלץ פּאָפּולער, אַפֿילו צווישן אַ טייל הויפּט־שטראָמיקע היסטאָריקער, און ווערט אָפֿט איבערגעחזרט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים אין דער הײַנטיקער ליטעראַטור און קינעמאַטאָגראַפֿיע — סײַ ערנסט, סײַ ווי אַ טשיקאַווע אויסטראַכטעניש. למשל, די שאַפֿער פֿונעם פּֿאַנטאַסטישן טעלעוויזיע־סעריאַל "סטאַרגייט אַטלאַנטיס" האָבן "אײַנגעאָרדנט" דאָס דאָזיקע מיסטעריעזע לאַנד אויף אַ וואַסער־פּלאַנעט אין אַן אַנדער גאַלאַקטיקע.
הײַנט טרעפֿן זיך אויך זייער טשיקאַווע בײַשפּילן פֿון אַזעלכע "ספֿקדיקע" ערטער, וואָס ווערן באַטראַכט צומאָל ווי רעאַלע ערטער, און צומאָל ווי אויסטראַכטענישן, הגם זיי קענען נישט פֿאַרגליכן ווערן מיט אַזעלכע מאַיעסטעטישע לעגענדאַרע לענדער, ווי אַטלאַנטיס. אַ קליינע סעפּאַראַטיסטישע גרופּע "קיניגרײַך פֿון ענענקיִאָ", האָט מיט צוואָנציק יאָר צוריק אָנגעהויבן אַ קאַמף קעגן דער אַמעריקאַנער רעגירונג, פֿאָדערנדיק זיי אָפּצוגעבן דעם אינדזל ווייק אינעם צפֿונדיקן ראַיאָן פֿון די מאַרשאַל־אינדזלען, מיקראָנעזיע, וואָס געפֿינט זיך איצט אונטער דער אַמעריקאַנער יוריסדיקציע.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַטלאַנטיס, וואָס איז געווען, לויט דער לעגענדע, אַ גרויס, רײַך לאַנד, בערך 500 מײַל די גרייס, איז דער אינדזל ווייק בלויז אַ ליידיקער קאָראַל־אַטאָל, 12 מײַל די לענג, וווּ עס שטייט אײַן אַ פֿאַרמאַכטע אַמעריקאַנער מיליטערישע באַזע. די אָרגאַניזאַציע "קיניגרײַך פֿון ענענקיִאָ" טענהט אָבער, אַז זיי זענען די עכטע פֿירער פֿונעם אינדזל, בראָש מיטן קיניג רעמיוס העריאָס און זײַן רעגירונג. די גרופּע האָפֿט איבערצונעמען די מאַכט איבער דעם אינדזל און דערקלערן אים ווי אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה, כּדי צו "לטובֿת דעם קיניג, אַלע בירגער פֿון ענענקיאָ, און אַלע פּליטים אין דער וועלט, וואָס ווילן זיך באַפֿרײַען פֿון פּאָליטישע אָדער סאָציאַלע רדיפֿות".
דער קיניג "רעמיוס דער ערשטער" האָט געטענהט, אַז ער שטאַמט פֿון די אוראַלטע בראַווע רײַזער, וועלכע פֿלעגן אַמאָל באַזוכן דעם אינדזל, זוכנדיק אַ פֿליגל־ביין פֿון אַ געוויסן זעלטענעם ים־פֿויגל, כּדי צו ראַטעווען זייערע חבֿרים פֿון אַן אַכזריותדיקער עבֿודה־זרה; די אוראַלטע אײַנוווינער פֿון די מאַרשאַל־אינדזלען פֿלעגן כּסדר הרגענען מענטשן ווי אַ קרבן, כּדי אויסצונוצן זייערע ביינער ווי נאָדלען פֿאַר טאַטויִרונגען; אויב דער פֿאַרמישפּעטער וואָלט געקראָגן אַ געוויסן פֿייגל־ביין, וואָלט מען אים געלאָזט לעבן.
קליינע סעפּאַראַטיסטישע באַוועגונגען זענען נישט קיין נאָווינע, בפֿרט אויף די אומצאָליקע פּאַציפֿישע אינדזלען; אָבער, אינעם פֿאַל פֿון "ענענקיאָ", קען די וועלט נאָך אַלץ נישט פֿאַרשטיין, צי זיי זענען טאַקע אַן עכטע פּאָליטישע אָרגאַניזאַציע. אַ צאָל קריטיקער זענען חושד, אַז די "קיניגרײַך פֿון ענענקיאָ" פֿאַרנעמט זיך פּשוט מיט חוזק אָדער שווינדלערײַ. אויף דער וועבזײַט פֿון דער כּלומרשט־עקזיסטירנדיקער קיניגרײַך, www.enenkio.org, קען מען איבערלייענען די קאָנסטיטוציע פֿונעם לאַנד, צו ווערן אַן "ענענקיאָ"־בירגער, צו קויפֿן די נאַציאָנאַלע סימבאָלן פֿון דער קיניגרײַך, פּאָסט־קאַרטלעך און פּאָסט־מאַרקעס, ווי אויך... צו באַקענען זיך מיטן פּראָיעקט פֿונעם "אינטערנאַציאָנאַלן קאָסמישן פּאָרט", וועלכן די "קיניגרײַך" פּלאַנירט אויפֿצושטעלן אויפֿן קליינעם אינדזל.
אין די 1970ער יאָרן האָט דער עקסצענטרישער נײַ־זילאַנדישער אַנאַרכיסט בריוס גרענוויל געוויזן, אַז מע קען רעלאַטיוו גרינג איבערצײַגן לכל־הפּחות אַ טייל פֿון דער וועלט, אַז אַן אויסגעטראַכטע מלוכה עקזיסטירט.
אין 1968 האָט גרענוויל געמאָלדן, אַז ער האָט געגרינדעט דעם "אוטאָפּישן סולטאַנאַט אָקוסי־אַמבענאָ", אין אַ פֿאַרוואָרפֿענעם ראַיאָן פֿון מיזרח־טימאָר, דרום־אַזיע, און זיך אָנגערופֿן דער ערשטער "סולטאַן" פֿון דער דאָזיקער "מלוכה". הגם דער פֿיקטיווער "סולטאַנאַט" איז געשאַפֿן געוואָרן בפֿירוש צוליב סאַטירישע צוועקן, כּדי אויסצולאַכן די וועלט־רעגירונגען, האָבן אַ צאָל קליינע לענדער, אַרײַנגערעכנט מאָנאַקאָ און ליכטענשטיין, געעפֿנט דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט דער דאָזיקער "מלוכה". מער טשיקאַווע און משונהדיקע פּרטים וועגן דעם אויסגעטראַכטן "סולטאַנאַט" קען מען געפֿינען אויף דער אינטערנעץ: okusi1.tripod.com.