אַז איינער איז רײַך און האָט אַ גרינג לעבן, זאָגט מען אויף אים: ער לעבט ווי גאָט אין פֿראַנקרײַך. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס לעבן אין הימל איז גאַנץ גוט, אָבער אין פֿראַנקרײַך — נאָך בעסער. שוין הונדערטער יאָרן איז דער פֿראַנצויזישער לעבנס־שטייגער באַרימט ווי אַ שיינער און אַ באַקוועמער, ספּעציעל, אין פֿאַרגלײַך מיט די קאַלטע פּראָטעסטאַנטישע לענדער — דײַטשלאַנד, ענגלאַנד און אַמעריקע, למשל. דער אַמעריקאַנער אַרבעטער פֿאָרט גאַנץ פֿרי צו דער אַרבעט, האָרעוועט אַ גאַנצן טאָג, און כאַפּט גיך אַרײַן אַ מאָלצײַט זיצנדיק בײַם שרײַבטיש. דער פֿראַנצויז, ווידער, נעמט זיך צײַט און געניסט פֿון אַ שיינעם מיטאָג מיט אַ גלעזל ווײַן, צוזאַמען מיט אַ פּאָר חבֿרים. דער אַמעריקאַנער וויל זיך טרייסטן מיטן געדאַנק, אַז זײַן האָרעווען ברענגט גרעסערע פּירות ווי דעם פֿראַנצויז זײַן באַקוועמלעכקייט, און אַז צו פֿיל הנאה אין לעבן איז געפֿערלעך און אוממאָראַליש; אָבער טיף אין האַרצן איז ער דעם פֿראַנצויז מקנא.
כּדי צו לעבן "ווי גאָט אין פֿראַנקרײַך", האָט דער אַמעריקאַנער אַ ברירה: אָדער פֿאָרן קיין פֿראַנקרײַך, ווי אַ טוריסט און פֿאַרתּכלעווען אַ פֿאַרמעגן, אָדער אַרײַנגיין אין קינאָ און מאַכן אַזאַ רײַזע אין זײַן פֿאַנטאַזיע. דעם הײַנטיקן אָרעמאַן פֿירן אַ שלל מיט נײַע פֿילמען איבערן ים סײַ צום אמתן, סײַ צום פֿאַנטאַזירטן פֿראַנקרײַך.
דאָס שענסטע און ראָמאַנטישסטע בילד וועט ער זען אינעם נײַעם פֿילם "רעטעטוּי" (Ratatouille) — אַן אַנימאַציע וועגן אַ פֿראַנצויזישער ראַץ, וואָס קען אויך גוט קאָכן. אויפֿן הינטערגרונט פֿון די פּאַריזער אָפּגאַנגקאַנאַלן און אַן עלעגאַנטן רעסטאָראַן, מיט דער הילף פֿון אַ יונגן־מאַן, וואָס האָט אויך דעם חלום צו קאָכן אָבער האָט נישט דעם טאַלאַנט, ווערט דער ראַץ איינער פֿון די בעסטע קוכערס אין שטאָט. עס קומען אויף פּראָבלעמען איבערן געזונט־אינספּעקטאָר, וואָס האָט נישט ליב צו זען ראַצן אין קיך; דעם ראַצס משפּחה וויל באַראַבעווען דעם רעסטאָראַן, אָבער דער לייענער קען זײַן זיכער, אַז די גאַנצע געשיכטע וועט האָבן אַ גליקלעכן סוף. ס׳איז קאָמיש צו זען אינעם פֿילם די לוקסוסדיקע בולוואַרן און דאָס אַריסטאָקראַטישע לעבן פֿון פּאַריז דורך די ראַצישע אויגן; אַפֿילו זיי פֿירן זיך דאָרטן גרויס אויף.
אינעם נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם "סיקאָ" (קראַנקער), וועגן דעם טרויעריקן מצבֿ פֿון דער אַמעריקאַנער געזונט־סיסטעם, פֿאָרט רעזשיסאָר מײַקל מאָר אויך קיין פֿראַנקרײַך, כּדי אויסצופֿאָרשן די דאָרטיקע עפֿנטלעכע געזונט־פֿאַרזאָרגונג. אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ כּמעט 50 מיליאָן מענטשן לעבן אין גאַנצן אָן געזונט־פֿאַרזיכערונג, און די איבעריקע דאַרפֿן זיך קריגן מיט די פֿאַרזיכערונג־פֿירמעס איבער יעדן שפּריץ און פּיל און מעדיצין, איז פֿראַנקרײַך אַ גן־עדן. אַ וויזיט אין שפּיטאָל — בחינום, מעדיצין און אָפּעראַציעס, אַפֿילו קינדהיטער און הילף־מענטשן פֿאַר נײַע מאַמעס — אַלץ אָן געלט. שוין אָפּגערעדט פֿון די גאַראַנטירטע 5 וואָכן וואַקאַציע יעדעס יאָר, דאָס פֿרײַע לערנען זיך אין אוניווערסיטעט פֿאַר דער יוגנט, אַן אויסגעצייכנטע עפֿנטלעכע טראַנספּאָרט־סיסטעם, און נאָך אַ טויזנט מלוכישע לוקסוסן. כאָטש די פֿראַנצויזן טרינקען ווי פֿיש און עסן ווי חזרים, לעבן זיי לענגער און זײַנען געזינטער פֿון די אַמעריקאַנער. אין איין סצענע רעדט מאָר אַרום דעם ענין מיט די אַמעריקאַנער, וואָס האָבן זיך איבערגעקליבן קיין פֿראַנקרײַך; זיי האָבן ממש רחמנות אויף זייערע משפּחות און חבֿרים אין אַמעריקע, וואָס מוטשען זיך אַזוי אין דער "גאָלדענער מדינה", בשעת זיי אַליין לעבן אַ גוטן טאָג אין אויסלאַנד.
אַ קוק אויף פֿראַנקרײַך פֿון אַמאָל באַקומט מען אין דער נײַער פֿילם־ביאָגראַפֿיע פֿון דער וועלט־באַרימטער זינגערין עדיט פּיאַף "לאַ ווי אָן ראָז". אויפֿגעוואַקסן בדלות — עטלעכע יאָר אַפֿילו אין איר באָבעס באָרדעל, — אָן אַ מאַמע, דער טאַטע איז אַ "שלאַנגענמענטש" אין אַ צירק — האָט עדיט פּיאַף זיך פֿרי באַקענט מיט דער פֿראַנצויזישער גאַס און ליב באַקומען דעם ביטערן טראָפּן. אַ דאַנק איר גוואַלדיקן טאַלאַנט, איז זי אַרויס פֿון דער אונטערוועלט, אָבער אַפֿילו דעמאָלט האָט זי נישט געלעקט קיין האָניק. ווען זי איז געווען 17 יאָר אַלט, האָט זי געבוירן אַ קינד, וואָס איז מיט צוויי יאָר שפּעטער געשטאָרבן פֿון מענינגיט. דעם בעל־הבית פֿון אַ נאַכטלאָקאַל, וואָס האָט זי אַנטדעקט, איז דערמאָרדעט געוואָרן, און עדיט ווערט אין דעם באַשולדיקט. דער איינציקער מאַן, וואָס זי האָט באמת ליב, דער באָקסער מאַרסעל סערדאַן, איז אומגעקומען אין אַן עראָפּלאַן־קאַטאַסטראָפֿע אויפֿן וועג צו איר. זי אַליין איז שווער פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן אין אַן אויטאָ־אַקצידענט. איר טרינקען, הוליען, אַדיקציע צו מאָרפֿין האָבן זי געמאַכט אַלט פֿאַר דער צײַט, אַזוי אַז זי איז געשטאָרבן צו 47 יאָר. אָבער פּיאַף זאָגט אַליין אין איינעם פֿון אירע לעצטע שלאַגערס: "ניין, איך האָב נישט חרטה". נאָר אין פֿראַנקרײַך שטאַרבט מען אַ צופֿרידענער פֿון צו פֿיל תּענוגים.
אַחוץ עסן און טרינקען, איז פֿראַנקרײַך אויך באַקאַנט ווי דאָס לאַנד פֿון ליבע, אָדער בעסער געזאָגט — סעקס. באַלד קומט אַרויס אין די קינאָס די קאָמעדיע "צוויי טעג אין פּאַריז", וועגן אַ פּאָרפֿאָלק, אַן אַמעריקאַנער און אַ פֿראַנצויזין, וואָס מאַכן אַ באַזוך אין איר היימשטאָט. דאָרט באַקענען זיי זיך מיט איר משפּחה און חבֿרים. ער האָט געוווּסט פֿון פֿריִער, אַז זי איז נישט געווען קיין בתולה, ווען זיי האָבן זיך באַקענט, אָבער באַלד ווײַזט זיך אַרויס, אַז אַ נישקשהדיקער טייל פֿון דער פּאַריזער מענער־באַפֿעלקערונג קען זי זייער נאָענט. דער פֿילם באַווײַזט נאָך אַ מאָל, ווי אַנדערש די אַמעריקאַנער און די פֿראַנצויזן טראַכטן וועגן דער באַציִונג צווישן מענער און פֿרויען.
נאָך אַ בײַשפּיל איז דער נײַער פֿראַנצויזישער נוסח פֿון "ליידי טשעטערלי", באַזירט אויפֿן (טרויעריק) באַרימטן ראָמאַן פֿונעם ענגלישן מחבר די. אייטש. לאָרענס. צוליב די ניבול־פּה־געזעצן, האָט מען דעם ראָמאַן יאָרן לאַנג נישט געטאָרט דרוקן אין ענגלאַנד און אַמעריקע. עס זעט אויס מילד פֿאַרן הײַנטיקן לייענער, אָבער דעמאָלט, אין 1928, האָבן די בילדערישע באַשרײַבונגען און ניבול־פּה אַרויסגערופֿן אַ סקאַנדאַל. בקיצור, דער ראָמאַן דערציילט וועגן אַ יונגער דאַמע, וואָס איר מאַן איז אַן אינוואַליד פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה און קען נישט האָבן קיין קינדער. זי באַקענט זיך מיטן היטער פֿון די חיות, אַ באַדינער בײַ איר מאַן, און די צוויי פֿירן אַ הייסע ליבע צוזאַמען: אויף דער פּאָדלאָגע, אונטער אַ בוים אין וואַלד, אין מיטן אַ שטאַרקן רעגן. אינטערעסאַנט אינעם פֿילם איז, ווי אַזוי דאָס, וואָס עס לייענט זיך פּראָסט און וווּלגאַר אינעם ענגלישן בוך, ווערט שיין און אומשולדיק אינעם פֿראַנצויזישן פֿילם. דאָס שפּיגלט אפֿשר אָפּ די פֿראַנצויזישע סעקס־מענטאַליטעט: וואָס איז פֿאַרן ענגלענדער שמוץ, איז פֿאַרן פֿראַנצויז אַ בוקעט רויזן. "ליידי טשעטערלי" מאַכט כּמעט דעם אײַנדרוק פֿון אַ ראָמאַנטישן ליבע־ראָמאַן.
פֿאַרלאָזנדיק דעם קינאָ־טעאַטער און אַרײַנגייענדיק ווידער אין דער אַמעריקאַנער ווירקלעכקייט, גיט זיך אַ טראַכט: אפֿשר איז טאַקע בעסער צו זײַן אַ פֿראַנצויז? זיי עסן און טרינקען אַלץ, וואָס עס לאָזט זיך, זיי רייכערן ווי אַ קוימען, זיי פֿירן ליבעס אָן אַ שיעור. זיי לעבן לענגער און געזינטער און רעדן מיט אַזאַ שיינעם אַקצענט. יאָ, אין קינאָ זעט אַלץ אויס שענער.