אויפֿן הינטערגרונט פֿון דער מלחמה אין איראַק; דער פּאַלעסטינער צווישנקריגערײַ פֿאַר דער מאַכט; די איראַנישע פֿיפֿיקע טריקס בײַם געווינען צײַט פֿאַר זייער וואָפֿן־פּראָגראַם; דער סירישער אומבאַהאָלפֿענער שפּיל צווישן מערבֿ און איראַן און נאָך צענדליקער אַנדערע סכּנותדיקע פֿאַקטאָרן פֿון הײַנטיקן פּאָליטישן סדר־היום, ליגט פּאַקיסטאַן מיט זײַן פּעקל פּראָבלעמען דערווײַל אָפּגערוקט אין אַ זײַט, מיטן שטעמפּל "נישט פֿון די ברענענדיקע".
און דאָך האָט דער לעצטער טעראָריסטישער אַטאַק אויף צפֿון־מערבֿדיק פֿון פּאַקיסטאַן, די געשעענישן אַרום דעם "רויטן מעטשעט", וואָס מע וואָלט געקאָנט אָפּשאַצן ווי אַן אויספּרוּוו פֿאַר דער איצטיקער מאַכט, געוויזן אונדז, אַז אויך פֿון דאָרטן קאָן אַרויסקומען אַ סכּנה פֿון אַ וועלט־פֿאַרנעם. פֿאַר וואָס? קודם־כּל, ווײַל פּאַקיסטאַן געפֿינט זיך הײַנט אויף דער ליסטע פֿון די נוקלעאַרע מלוכות (אַרום 40 באָמבעס) און האָט מיט וואָס (באַליסטישע ראַקעטן) איר נוקלעאַרן אַרסענאַל צוצושטעלן וווּהין זי דאַרף.
די הויפּט־פֿראַגע וואָס וואָלט געדאַרפֿט איצט געפֿרעגט ווערן, איז, צי שטעלט טאַקע פּאַקיסטאַן מיט זיך פֿאָר אַ סכּנה פֿאַר דער וועלט, אָדער פֿאַר אַ קאָנקרעט לאַנד? אויב רעדן וועגן אַ לאַנד, איז עס דער נאָענטער שכן פֿון פּאַקיסטאַן — אינדיע. אינדיע איז אָבער אויך נישט קיין יתום און האָט זיך באַוואָרנט מיט איר אייגענעם נוקלעאַרן אַרסענאַל. ביז אַהער האָבן ביידע צדדים פֿאַרשטאַנען, אַז זייער עקזיסטענץ ווענדט זיך פֿון זייער ביידנס שׂכלדיקער באַציִונג צו דעם נוקלעאַרן וואָפֿן, וואָס זיי האָבן. אַנדערש וועלן זיי זיך אַליין אָפּווישן פֿון דער וועלט־מאַפּע.
אויב רעדן וועגן אַ סכּנה פֿאַר דער וועלט, זעען מיר, אַז כּל־זמן די אָרטיקע מיליטערישע מאַכט פֿון פּרעזידענט מושאַראַף איז שטאַרק, וועלן די איסלאַמיסטישע פֿאַנאַטיקער צו דער מאַכט נישט קומען. דווקא די געשעענישן אַרום דעם "רויטן מעטשעט" האָבן עס בולט געוויזן.
צי קאָן די פּאַקיסטאַנער נוקלעאַרע טעכנאָלאָגיע אַרויסגעשמוגלט ווערן פֿונעם לאַנד? נישט אויסגעשלאָסן, ווײַל אַזעלכע פּרוּוון זײַנען שוין געווען. פֿונדעסטוועגן, איז די ריזיקע צו אַ גרויסע פֿאַר דעם "סוחר", קודם־כּל, אין פּאָליטישן זין, ווײַל די מערבֿ־לענדער וועלן נישט זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט און וואַרטן ביז דער "קויפֿער" וועט זײַן "קניה" לאָזן אין גאַנג.
נאֵָך איין פֿראַגע: צי קאָן אַרויסגעגנבֿעט ווערן די נוקלעאַרע פּראָדוקציע אַליין? אָדער, צי קאָן עמעצער אַ קוועטש טאָן אויפֿן "רויטן קנעפּל", אָן אַ באַפֿעל פֿון די הויכע פֿענצטער? צי האָט פּאַקיסטאַן אַ פֿאַרזיכערטע שיטה, כּדי אויסצומײַדן אַזעלכע ניט־סאַנקציאָנירטע "קוועטשן". ווי ס‘איז באַוווּסט, האָבן די נוקלעאַרע לענדער אויסגעגעבן שווערע געלטער צו שאַפֿן קאָמפּליצירטע בלאָקיר־סיסטעמען, וואָס גאַראַנטירן און שליסן אויס פֿאַרשידענע פּרוּוון פֿון צוגנבֿענען, דעמאָנטירן און אויסנוצן דאָס טייטלעכע געווער.
קיין ענטפֿער, אַז פּאַקיסטאַן האָט אַזעלכע סיסטעמען פֿון אָפּצוהיטן איר נוקלעאַרן "אוצר", האָט מען ביז אַהער נישט געהערט. נאָך מער: מ‘איז כּמעט זיכער, אַז אַזאַ הויך־טעכנאָלאָגישע אינפֿראַסטרוקטור פֿון פֿאַרזיכערונג איז בײַ פּאַקיסטאַן נישטאָ. דעריבער האַלטן די געלערנטע ספּעציאַליסטן, אַז אַ מער פּרימיטיווע קאָנסטרוקציע פֿון אַ נוקלעאַרער כּלי, אַרויסגעגנבֿעט פֿון פּאַקיסטאַן, קאָן אויסגענוצט ווערן בײַם צוגרייטן אַן "אַמאַטאָרישע" נוקלעאַרע באָמבע.
ווי עס וואָלט געזאָגט אַן אַלטער ייִד: צו אַלע מײַנע צרות, פֿעלט מיר אויס נאָך אַ מכּה. די מערבֿ־וועלט, און קודם־כּל אַמעריקע, דאַרף איצט צו אַלע אויבן־דערמאָנטע און נישט־דערמאָנטע צרות אויך אין זינען האָבן דעם נוקלעאַרן פּאָטענציאַל פֿון פּאַקיסטאַן און ווי אַזוי אים צו באַשיצן פֿון פֿאַנאַטישע הענט. צום באַדויערן, האָט וואַשינגטאָן געמאַכט אין די לעצטע יאָרן נישט ווייניק אומגעלומפּערטע שריט אויך אין אירע באַציִונגען מיט פּאַקיסטאַן. דער פּרעזידענט פּערוועז מושאַראַף, פֿון זײַן זײַט, איז אויך ווײַט נישט קיין צדיק. ערשט לעצטנס האָט ער געגעבן צו וויסן דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע, אַז ער וועט זיך אַליין, אָן וואַשינגטאָנס הילף ספּראַווען מיט זײַנע שׂונאים...
די קונסט פֿון עכטער פּאָליטיק שטעקט דאָך נישט אַזוי אין דעם לעשן שׂרפֿות, נאָר קודם־כּל צו פֿאַרזיכערן, אַז קיין שׂרפֿה זאָל נישט אויסברעכן.