פּובליציסטיק
פֿון ג. יעקבֿי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך וועל אײַך דערמאָנען אָן אַן אַלטן אַנעקדאָט:

אַ געראָטענער יונגער אַמעריקאַנער בחור באַקומט אַ באַקאַלאַווער אין יעיל, אַ מאַגיסטער אין סטענפֿאָרד און אַ דאָקטאָראַט אין האַרוואַרד. קומט ער אַהיים, וווּ די גאַנצע משפּחה שעפּט פֿון אים נחת. צום סוף פֿון דער שׂימחה רופֿט אים אין אַ זײַט דער טאַטע, אַן אַלטער פּוילישער שנײַדער, און זאָגט דעם זון: "איצט איז טאַקע דער ריכטיקער מאָמענט צו רעדן תּכלית. וואָס זשע האָסטו אויסגעקליבן צו טאָן ווײַטער — וועסטו זײַן אַ דאַמען-שנײַדער צי אַ מענער-שנײַדער?"

פּובליציסטיק
פֿון ג. יעקבֿי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די לעצטע יאָרן איז מיר אַ פּאָר מאָל אויסגעקומען זיך צו באַטייליקן אין אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן אין מאָסקווע. האָב איך דאָרטן באַמערקט אַזאַ פֿענאָמען: אַ באַיאָרנטער מענטש טרעט אַרויס מיט אַ רעפֿעראַט אויף אַ ייִדישער טעמע, אָבער קיין שפּראַך, אַ חוץ רוסיש, באַהערשט דער רעדנער ניט. ווי אַ פּועל-יוצא, שאַפֿט זיך אַ מאָדנע וויסנשאַפֿט, דהײַנו: אַ וויסנשאַפֿט, וואָס ווערט באַזירט ניט אויף דעם, וואָס מע מוז איבערלייענען, נאָר אויף דעם, נעבעך, וואָס דער דאָזיקער יחיד איז ביכולת איבערצולייענען.

פּאָליטיק, געשיכטע
פֿון ג. יעקבֿי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס׳איז גוט באַוווּסט, אַז די אינדוסט­ריעלע רעוואָלוציע האָט פֿון סוף 18סטן יאָרהונדערט, קודם-כּל אַרומגעכאַפּט גרויס-בריטאַניע און שוין שפּעטער זיך פֿאַר­שפּרייט אין אַ צאָל אַנדערע לענדער. די פֿראַגע בלײַבט אָבער ניט אין גאַנצן פֿאַר­ענטפֿערט: פֿאַר וואָס דווקא די ברי­טישע האָבן זיך אַזוי אויסגעפֿײַנט אין דעם דאָזיקן וויכטיקן פּראָצעס, וואָס האָט אויסגעפֿורעמט די מערבֿדיקע ציווי­ליזאַציע. אויף דעם פּרוּווט ענטפֿערן דער היסטאָריקער גרעגאָרי קלאַרק אין זײַן בוך A Farewell to Alms, "אַ געזעגענונג מיט נדבֿות".

פּובליציסטיק
פֿון ג. יעקבֿי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ׳האָב זיך אויף עטלעכע טעג אַרײַנ­געכאַפּט קיין ישׂראל, צוליב משפּחה-ענינים. שוין אין דעם לעצטן טאָג האָב איך געקויפֿט די רוסישע צײַטונג, וואָס הייסט "סעקרעט", דאַטירט מיטן 26סטן אויגוסט. כ׳גלייב ניט, אַז מיר איז פֿריִער אויס­געקומען צו האַלטן אין די הענט די דאָזיקע אויסגאַבע. דער ניוואָ פֿון דער רוסי­שער פּרעסע אין ישׂראל איז דאָך זייער אַ נידעריקער, אַזוי אַז איך לייען עס אין האָמעאָפּאַטישע דאָזעס.

פּובליציסטיק
פֿון ג. יעקבֿי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די מערבֿדיקע קאָאַליציע פֿאַרשפּילט אין אַפֿגאַניסטאַן די מלחמה מיט אָפּיום. אין פֿאַרגלײַך מיט 2006, איז די הײַיאָריקע נאַר­קאָטישע פּראָדוקציע אויסגעוואַקסן אויף 15 פּראָצענט. פֿאַראַיאָרן האָט מען קולטיווירט מאָן אויף 408 טויזנט אַקער אַפֿ­גא­ַנישער ערד, הײַיאָר האָט מען פֿאַר­זייט מיט מאָן 457 טויזנט אַקער. פֿון אַפֿ­גאַניסטאַן קומט אָן מער ווי 92 פּראָצענט העראָיִן,

דאָס פּינטעלע ייִדיש, געשיכטע
חשבון־ביכער און פּראָטאָקאָלן פֿון זיצונגען בײַ דער

די גרויסע אַמעריקאַנער צײַטונגען באַ­רימען זיך זייער אָפֿט מיט זייער גרויסקייט, איבערהויפּט מיט די גרויסע סומען געלטער, וועלכע זיי נעמען אַרײַן און גיבן אַרויס אין צוזאַמענהאַנג מיט די פֿאַרשיידענע אָפּטיילונגען פֿון זייער צײַטונג. דער "פֿאָרווערטס" קען זיך ניט פֿאַרגלײַכן מיט די גרויסע אַמעריקאַנער צײַטונגען ווען עס קומט צו געלט. זייער פֿעלד איז אַ ברייטערער און דעריבער, נאַטירלעך, קע­נען זיי האָבן אַ גרעסערע סירקוליישן [טי­ראַזש] און אַ גרעסערע אײַנקונפֿט פֿון אַד­ווערטײַזמענט [רעקלאַמע].

פּובליציסטיק, טשיקאַװעס
פֿון ג. יעקבֿי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַן אַרבעטאָרין נייט אַן אַמעריקאַנער פֿאָן אין דער פֿאַבריק

מײַן טאַטע ע״ה איז געווען דער הויפּט-לערער אין אַ שול אין דער אוקראַיִנישער שטאָט, וווּ איך בין אויסגעוואַקסן. איין מאָל איז ער געקומען און האָט דערציילט, אַז דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער שול-באַ­לעבאַטישקייט — אַ וווילער, ווייניק-גע­בילדעטער אוקראַיִנער — האָט באַשלאָסן אויפֿצוהענגען אין אַלע קלאַס-צימערן נאָר איין פּאָרטרעט — פֿון לענינען.

פּאָליטיק
פֿון ג. יעקבֿי (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

סײַ די קאַסירערין, סײַ דער קונה זענען כינעזער (און אויך דער אַבאַקוס, וואָס די קאַסירערין ניצט איז אַ כינעזישער רעכן־מיטל) אין דער שפּײַזקראָם אין כאַבאַראָווסק, רוסלאַנד, דעצעמבער 2005
אין מיזרח-אייראָפּע קומען פֿאָר אינטע­רע­סאַנטע דעמאָגראַפֿישע און מיגראַציע-פּראָצעסן. גאַנץ אָפֿט זעט מען אַזאַ בילד: די באַפֿעלקערונג ווערט קלענער סײַ צוליב דעם, וואָס דער עולם פֿאַרהאַלט זיך ניט אויף דער וועלט און האָט ווייניק קינדער, סײַ צוליב דעם, וואָס די יונגע און אַקטיווע לײַט זוכן אַ בעסער לעבן אין דער מערבֿ­דיקער וועלט. אָבער דאָס איז נאָר אַ טייל פֿון דער מעשׂה. דער צווייטער טייל באַ­שטייט אין דעם, וואָס מיזרח-אייראָפּע ציט צו מיגראַנטן פֿון אַנדערע לענדער, וווּ דער מיזרח-אייראָפּעיִשער חודשלעכער געהאַלט פֿון עטלעכע הונדערט דאָלאַר קלינגט ווי אַן אוצר. צווישן די נײַ-אָנגעקומענע זײַנען פֿאַראַן ניט ווייניק כינעזער, בפֿרט פֿון די ערגער אַנטוויקלטע געגנטן פֿונעם ריזיקן לאַנד.

קהילה־לעבן
פֿון ג. יעקבֿי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אָט אַזוי — ווי עס שטייט געשריבן אין דעם קעפּל — האָב איך איבערגעזעצט אויף ייִדיש דעם נאָמען פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ, Beyond Eastern Europe, וואָס דער ראַטגערס-אוניווערסיטעט האָט דורכגעפֿירט דעם 18טן-20טן מערץ. דאָס וואָרט "דורכגעפֿירט" איז אפֿשר ניט אין גאַנצן פּאַסיק, ווײַל עס שפּיגלט ניט אָפּ די זייער גוטע אָרגאַניזאַציע און אַ גוט דורכגעטראַכטע פּראָגראַם פֿון דער אַקאַדעמישער צונויפֿקומעניש.

קונסט
פֿון ג. יעקבֿי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בײַם טרינקען טיי, נוסח ענגליש

"קיין שום ייִדישע פֿרוי דאַרף מען ניט לערנען ווי צו מאַכן טיי אָדער קאַווע. דאָך, דאַרף מען זאָגן אַ פּאָר ווערטער וועגן דעם ענין. ס׳איז גוט צו וויסן, אַז אי טיי, אי קאַווע טאָר ניט פֿאַרקאָכן לאַנג. פֿונעם שטיין אַנטוויקלען זיך אַזוינע שעדלעכע מאַטעריאַלן ווי טעיִן און קאַפֿעיִן.

ווען די טיי פֿאַרקאָכט זיך גוט, דאַרף מען דעם סענץ אָפּציִען און האַלטן אים אין אַ ריין טשײַניקל. צושיטן טיי צו די אַלטע בלעטלעך איז זייער שלעכט, אי פֿאַרן געשמאַק, אי פֿאַרן געזונט."

פּאָליטיק
פֿון ג. יעקבֿי (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער אוקראַיִנישער שטאָט, וווּ איך בין אויסגעוואַקסן, איז געווען אַ רעסטאָראַן, וואָס האָט געהייסן "לאַכטי" — לויטן נאָמען פֿון דער שטאָט אין דרום-פֿינלאַנד. בכלל, דאָס פּיצינקע פֿינלאַנד האָט געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער סאָוועטישער געשיכטע. די צוויי לענדער, וואָס האָבן געהאַט געפֿירט צווישן זיך בלוטיקע מלחמות, זײַנען נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה געוואָרן בוזעם-פֿרײַנד און געפֿירט אַ זשוואַוון מיסחר אין די יאָרן פֿון דער קאַלטער מלחמה.

פּובליציסטיק
פֿון ג. יעקבֿי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער פּערסאָנאַל פֿונעם ״דיאַמאַנט־דענט ציין־קליניק״ אין אונגערן, וואָס געפֿינט זיך   80 קילאָמעטער פֿון ווין און וויל צוציִען אויסלענדישע קליִענטן
מײַן ווײַב האָט ליב שווימען. אין דעם לעצטן טאָג פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר איז זי צוזאַמען מיט מײַן שוועסטערס מאַן און נאָך עטלעכע מענטשן אַרײַן אין מיטלענדישן ים אין ישׂראל, בעת די שוועסטער און איך זײַנען פֿאַרבליבן זיצן אויף דער זאַמדיקער יבשה. טאַקע אין דעם היסטאָרישן מאָמענט, דעם 31סטן דעצעמבער 2005, האָט די שוועסטער מיך באַקענט מיט אַ היגן ציינדאָקטער. יענער איז שוין אַרויס פֿון ים און געשטאַנען, פֿאַרוויקלט אין אַ האַנטעך.