איך וועל אײַך דערמאָנען אָן אַן אַלטן אַנעקדאָט:
אַ געראָטענער יונגער אַמעריקאַנער בחור באַקומט אַ באַקאַלאַווער אין יעיל, אַ מאַגיסטער אין סטענפֿאָרד און אַ דאָקטאָראַט אין האַרוואַרד. קומט ער אַהיים, וווּ די גאַנצע משפּחה שעפּט פֿון אים נחת. צום סוף פֿון דער שׂימחה רופֿט אים אין אַ זײַט דער טאַטע, אַן אַלטער פּוילישער שנײַדער, און זאָגט דעם זון: "איצט איז טאַקע דער ריכטיקער מאָמענט צו רעדן תּכלית. וואָס זשע האָסטו אויסגעקליבן צו טאָן ווײַטער — וועסטו זײַן אַ דאַמען-שנײַדער צי אַ מענער-שנײַדער?"
דער תּכליתדיקער שטראָם אין אַשכּנזישן ייִדישן לעבן האָט זיך קיין מאָל ניט אָפּגעשטעלט, כאָטש רעדן רעדט מען מער וועגן דער אינטעלעקטועלקייט. און גרויסן גרויסט מען זיך אויך דער עיקר מיט דער זעלבער אינטעלעקטועלקייט. אָבער די ייִדישע "קאָפּמענטשן" פֿאַרגעסן אָפֿט מאָל אויך ניט וועגן תּכליתדיקייט.
אַ סבֿרא, אַז די דאָזיקע נטיה האָט צו טאָן מיט דער גאַנצער געשיכטע פֿון ייִדן אין אייראָפּע — מיט זייערע סאָציאַלע פֿונקציעס און מיט אַנדערע פֿאַקטאָרן. למשל, מיט דעם וואָס די צאַרישע רוסישע רעגירונג האָט זיך אײַנגערעדט, אַז דורך בילדונג האָט מען געקענט "אויסמענטשלען" די ייִדן. צוליב דעם האָט מען געשאַפֿן ספּעציעלע שולן פֿאַר ייִדישע קינדער און מע האָט אויך סטימולירט ייִדן צו גיין אין אַלגעמיינע לערן-אַנשטאַלטן. זינט 1882 האָט מען דעם צוטריט גענומען באַגרענעצן, אָבער ס׳איז שוין געווען צו שפּעט, ווײַל דער מאָדערנער עץ-הדעת האָט צו יענער צײַט געהאַט געלאָזט טיפֿע וואָרצלען.
שוין אָפּגעשמועסט פֿון דער דורות-לאַנגער מאַנקאָליע פֿון "פּראָדוקטיוויזאַציע" — די דאָזיקע אידעע-פֿיקס האָט זיך זייער ברייט פֿאַרשפּרייט צווישן די אייראָפּעיִשע ייִדן. הייסע אָנהענגער פֿון פּראָדוקטיוויזאַציע האָבן אַפֿילו געטענהט, אַז סוחרים זײַנען, אין תּוך אַרײַן, פּאַראַזיטן, מחמת זיי פּראָדוצירן גאָרנישט. און נאָך ערגער זײַנען די בטלנים, די "לופֿטמענטשן" מיט מנחם-מענדלס "אַבי געלט"-פֿילאָסאָפֿיע. האָט מען אַרײַנגעלייגט גוואַלדיק גרויסע געלטער (וועלכע עס האָבן, אַגבֿ, געגעבן דווקא ייִדישע סוחרים), ווי אויך מענטשלעכע באַמיִונגען, אין פֿאַרשפּרייטן צווישן די ייִדן כּלערליי תּכליתדיקע מלאכות.
דער היסטאָרישער וועג פֿון ספֿרדישע ייִדן איז אָפֿט מאָל געווען אַן אַנדערער. מיסחר איז געווען, און ניט זעלטן פֿאַרבליבן, זייער תּכלית. מיט יאָרן צוריק, בעת מײַנע ערשטע רײַזעס קיין ישׂראל, האָב איך זיך געחידושט צו זען אַזוי פֿיל קרעמער פֿון גרוזינער און באַרג-ייִדן. אין אַמעריקע איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט אַ יונגן בחור, וואָס שטאַמט פֿון די בוכאַרישע ייִדן. ער האָט מיר דערציילט, אַז זײַן משפּחה איז געווען כּמעט אַ יוצא-מן-הכּלל, ווײַל אַלע — נאָך זינט די סאָוועטישע צײַטן — האָבן באַקומען אַ העכערע בילדונג. אַ סך בוכאַרישע ייִדן, אָבער, לייגן פֿאַר זיך דורך אַן אַנדער לעבן-טראַיעקטאָריע, דהײַנו: מײַן טאַטע איז אַ קרעמער צי אַ פֿריזירער, און איך וועל גיין מיט מײַן טאַטנס וועג.
אין דעם שווערן ווי תּמיד (מע קען הרגענען אַ פֿערד) זונטיקדיקן "ניו-יאָרק טײַמס", וואָס איז אַרויס דעם 14טן אָקטאָבער, איז אויסגעטיילט געוואָרן אַ היפּש חלק פּאַפּיר פֿאַר אַן אַרטיקל וועגן די סירישע ייִדן אין ברוקלין. די 75 טויזנט מיטגלידער פֿון דער קהילה וווינען בדרך-כּלל צפֿון-צו פֿון דער "רוסיש-ייִדישער געגנט". פֿאַר די סירישע ייִדן איז כאַראַקטעריש צו זײַן רײַך, אַפֿילו זייער רײַך, פֿרום און אָפּגעזונדערט. זייער רײַכקייט קומט דער עיקר פֿון מיסחר. די אידעען פֿון "פּראָדוקטיוויזאַציע" האָבן זיך צווישן זיי זייער ווייניק פֿאַרשפּרייט.
זייער אָפּגעזונדערטקייט איז ניט אַזאַ ווי בײַ די חסידים. סײַ די בגדים סײַ די באַציִונג צו דער וועלטלעכער בילדונג איז בײַ זיי אַ מין דורכשניטלעך אַמעריקאַנישע. די סירישע ייִדן, פּינקטלעכער, זייערע רבנים, האָבן אויסגעבויט אַן אַנדער וואַנט: זינט יאָר 1935 נעמען זיי ניט אָן — פֿאַר קיין שום געלט ניט — קיין גרים. אַ גוי בלײַבט פֿאַר זיי אַ גוי, און שוין. ס׳רובֿ ייִדן האָבן אויך ניט קיין מעגלעכקייט צו ווערן אַ טייל פֿון זייער קהילה, סײַדן זיי האָבן אַ יאַ-טעבע-דאַם ייִחוס-בריוו, דאָס הייסט קענען ברענגען פֿאַרלאָזלעכע באַווײַזן פֿון אַ דורות-לאַנגער ערנסטער פֿרומקייט. אַנדערש איז אויסגעשלאָסן צו האָבן חתונה מיט אַ פֿרוי צי אַ מאַן פֿון דער קהילה. חתונה קען מען האָבן, פֿאַרשטייט זיך, אָבער די דאָזיקע חתונה וועט בשום-אופֿן ניט אָנערקענט ווערן מצד דער קהילה.
אין ענגלאַנד קען איך אַ פּאָרפֿאָלק — ער איז אַ טשעטשענער, און זי איז אַ האַלב-ייִדישע און אַ האַלב-רוסישע. ביידע האָבן זיך געלערנט אין אוניווערסיטעט און סוף-כּל-סוף חתונה געהאַט. זיי האָבן צוויי קינדער, און דער מאַן, וואָס האָט געמאַכט זייער אַ גוטע קאַריערע, העלפֿט אַ סך זײַן משפּחה אין רוסלאַנד. אָבער אין די אויגן פֿון דער דאָזיקער משפּחה בלײַבט די רוסיש-ייִדישע פֿרוי אַ מין קעפּסווײַב, ווײַל זי איז ניט קיין אייגענע און דערפֿאַר קען ניט אָנערקענט ווערן ווי דאָס "ריכטיקע" ווײַב.
בײַ די סירישע ייִדן, מיינט עס ניט נאָר, אַז מע וועט קיין מאָל ניט אָנערקענען דעם זיווג, אָבער אויך די קינדער פֿון אַזאַ "זײַטיקער משפּחה" זײַנען אויסוווּרפֿן, פֿאַר וועלכע עס זײַנען תּמיד פֿאַרמאַכט די טירן אין דער קהילה. אין דעם זין, זעען אויס די חסידים ווי גוואַלדיקע ליבעראַלן. ס׳איז קלאָר, אַז פֿונעם קוקווינקל פֿון דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע, איז דער סיריש-ייִדישער צוגאַנג זייער פּראָבלעמאַטיש, מחמת עס האָט ווייניק צו טאָן מיט קיבוץ-גליות, מיט דער אידעע פֿון שאַפֿן אַ פֿאַראייניקטע, ניט קיין צעברעקלטע ייִדישע נאַציע.
איך בין ניט זיכער, צי די סיריש-ייִדישע קהילה זאָרגט זיך כאָטש אויף אַ קאַפּעלע מכּוח איר אימאַזש אין די אויגן פֿון אַנדערע ייִדן. זיי לעבן זיך אַ באַזונדערן לעבן, וואָס איז פֿול מיט שפֿע און (זייער מין) תּכלית, און נאָר משיחס צײַטן קענען ברענגען שינויים אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה.