פּובליציסטיק

די מערבֿדיקע קאָאַליציע פֿאַרשפּילט אין אַפֿגאַניסטאַן די מלחמה מיט אָפּיום. אין פֿאַרגלײַך מיט 2006, איז די הײַיאָריקע נאַר­קאָטישע פּראָדוקציע אויסגעוואַקסן אויף 15 פּראָצענט. פֿאַראַיאָרן האָט מען קולטיווירט מאָן אויף 408 טויזנט אַקער אַפֿ­גא­ַנישער ערד, הײַיאָר האָט מען פֿאַר­זייט מיט מאָן 457 טויזנט אַקער. פֿון אַפֿ­גאַניסטאַן קומט אָן מער ווי 92 פּראָצענט העראָיִן, וואָס מע פֿאַרקויפֿט אין אייראָפּע. אין דעם וועלט-פֿאַרנעם, קלײַבט מען צונויף אין אַפֿ­גאַניסטאַן דרײַ פֿערטל פֿון דעם גערעטעניש פֿון אָפּיום-מאָן, Papaver somniferum.

אַמעריקע, גרויס-בריטאַניע און אַנדערע לענדער אינוועסטירן הונדערטער מיליאָנען דאָלאַר אין קאַמף קעגן דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון נאַרקאָטיקעס, וואָס ווערן פּראָדוצירט אין אַפֿגאַניסטאַן. אָבער עס העלפֿט ווי פֿאַר אַ טויטן באַנקעס, און ס׳איז בכלל אַ מאָדנער קאַמף, וואָס וואָרצלט ניט אויס דעם שורש פֿון דער גאַנצער פּראָבלעם. מע ליקווידירט, ניט געקוקט אויף אַלע באַמיִונגען, נאָר אַ קליינעם חלק פֿון דער ריזיקער מאָן-לאַנדווירטשאַפֿט. צוריק גערעדט, אַן ערך אַזוי פֿירט זיך עס שוין יאָרצענדליקער אין קאָלומביע, וווּ זינט 1971 האָט מען אַרײַנגעלייגט אַריבער 150 ביליאָן דאָלאַר אין דער מלחמה מיט נאַרקאָטיקעס. דער סוף איז — דערווײַל, לכל-הפּחות — אַז די נאַרקאָ-פּראָדוקציע איז אין קאָלומביע געוואָרן זעקס מאָל גרעסער.

מע האָט געפּרוּווט קויפֿן בײַ די אַפֿגאַ­נישע פּויערים זייער גערעטעניש פֿון מאָן און סטימולירן זיי צו קולטיווירן אַנדערע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קולטורן. אָבער פֿון דעם דאָזיקן עקספּערימענט איז כּמעט גאָר­נישט ניט אַרויס. דעם אָפּגעקויפֿטן אָפּיום האָבן איבערגעכאַפּט די היגע מילי­טערישע פֿירער און עס פֿאַרקויפֿט ווײַטער, אין די אומלעגאַלע קאַנאַלן. און די פּויערים האָבן פּשוט ניט קיין אַנדערע לאַנד­ווירט­שאַפֿטלעכע באַשעפֿטיקונגען, וועל­כע זאָלן ברענגען אַ רווח פֿון דעם זעלבן (נאַר­קאָטישן) פֿאַרנעם.

די רעגירונג פֿון פּרעזידענט קאַרזײַ דערלויבט ניט, מע זאָל ליקווידירן די מאָן-פּלאַנטאַציעס, וואָס מע קען טאָן גאַנץ עפֿעקטיוו דורך באַשפּריצן די פֿעלדער פֿון עראָפּלאַנען. די זאַך איז אַז כּמעט 3 מיליאָן אַפֿגאַנער האָדעוועט זיך פֿון קולטיווירן מאָן און נאָך אַ פֿערטל מיליאָן יחידים באַשעפֿטיקן זיך מיטן מאָן-מיסחר. דאָס הייסט, אַז אַ היפּשער טייל — 14 פּראָצענט — פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג ציט חיונה פֿון דעם געשעפֿט. אַ חוץ דער רעגירונג, האָבן אויך די מערבֿדיקע כּוחות מורא צו גיין צו ווײַט אין דער מלחמה מיט אָפּיום, ווײַל דאָס וועט נאָך שטאַרקער מאַכן די סאָציאַלע באַזע פֿון טאַליבאַן.

אינטערסענאַט, אַז דער טאַליבאַן קאָנ­טראָלירט איצט די אָפּיום-אינדוסטריע אין אַפֿגאַניסטאַן, כאָטש פֿריִער, ווען די מו­סול­מענישע פֿונדאַמענטאַליסטן האָבן גע­האַלטן דאָס לאַנד אין זייערע הענט, איז אָפּיום כּמעט אין גאַנצן אויסגעוואָרצלט געוואָרן. די באַציִונג צו אָפּיום האָט זיך געביטן, ווײַל דער טאַליבאַן נייטיקט זיך אין געלט, און די אָפּיום-ביליאָנען העלפֿן צו פֿינאַנצירן די אָפּעראַציעס קעגן דעם מערבֿדיקן מיליטער.

אָבער איצט הערט אַ מעשׂה: גרויס-בריטאַניע אַנטוויקלט אַן אייגענע מאָן-לאַנדווירטשאַפֿט, כּדי צו פּראָדוצירן דיאַ­­מאָר­פֿין פֿאַר שפּיטאָלן. דיאַמאָרפֿין (מאָר­פֿין וואָס מע קען פֿונאַנדערלאָזן אין ווא­ַ­סער און נוצן פֿאַר אײַנשפּריצונגען) איז מער באַקאַנט ווי "העראָיִן" — אַזוי האָט עס ביז דער ערשטער וועלט-מלחמה רע­קלאַ­מירט די דײַטשישע פֿירמע "בייער", די זעלבע וואָס האָט אײַנגעפֿירט אַספּירין. אָנגע­רופֿן האָט מען עס אַזוי פֿאַר דער "העראָיִשקייט" פֿון באַפֿרײַען מענטשן פֿון ווייטיק. טאַקע צוליב אַנטווייטיקן נוצט מען דיאַמאָרפֿין זייער ברייט אין מעדיצין. הגם עס ליקווידירט ניט די סיבה פֿונעם ווייטיק, קען עס זייער עפֿעקטיוו בלאָקירן די טראַנסמיסיע פֿון ווייטיק-סיגנאַלן.

"מאַקפֿאַלאַן סמיט", אַ קאָמפּאַניע וואָס געפֿינט זיך אין עדינבורג, באַשעפֿטיקט זיך שוין אין משך פֿון אַ יאָרהונדערט מיט פּראָדוצירן דיאַמאָרפֿין און קאָנטראָלירט איצט אַ דריטל פֿון דעם גאַנצן לעגאַלן מאַרק פֿון אָט דער רפֿואה. איצט לייגט פֿאָר די קאָמפּאַניע אַלץ מער בריטישע פֿאַר­מערס, זיי זאָלן קולטיווירן אָפּיום-מאָן. שוין הײַנט פֿאַרזייט מען אין בריטאַניע מיט אָפּיום-מאָן 7,400 אַקער, וואָס איז זעקס מאָל מער ווי אין יאָר 2002. דער גאַנ­צער ענין איז, פֿאַרשטייט זיך, אונטערן מלוכישן קאָנטראָל, און ס׳איז אַ סוד וווּ די מאָן-פֿעלדער געפֿינען זיך.

טראַדיציאָנעל פֿלעגט מען די סחורה פֿאַר אויסאַרבעטן דיאַמאָרפֿין ברענגען קיין בריטאַניע פֿון ווײַטע מקומות, אַזעלכע ווי אינדיע און טאַסמאַניע. פֿראַנקרײַך קלײַבט צונויף אַ היפּש גערעטעניש פֿון אָפּיום-מאָן, ווי אויך אונגאַרן און (באַזונדערס אַ סך) טערקײַ. אָבער "מאַקפֿאַלאַן סמיט" וויל האָבן אונטער דער האַנט אַ גאַראַנטירטן קוואַל פֿון רוישטאָף.

די לעצטע צײַט רעדט מען און מען שרײַבט אַ סך וועגן דעם, אַז ס׳איז פּשוט ניטאָ קיין מיליטערישער אויסוועג פֿון דעם אַפֿגאַנישן מאָן-געשעפֿט. דעם איינציקן מעגלעכן אויסוועג זעט מען אין לעגאַליזירן דעם דאָזיקן געשעפֿט. איידער קולטיווירן אָפּיום אין ענגלאַנד און אַנדערע "נאָרמאַלע" לענדער, פֿאַר וואָס זאָל מען ניט קויפֿן די סחורה בײַ די פּויערים אין אַפֿגאַניסטאַן?

די פֿראַגע קלינגט לאָגיש, אָבער עס קען זײַן אַז אַזוי קלינגט עס נאָר פֿאַר די מענטשן, וואָס פֿאַרשטייען ניט דעם מצבֿ אין אַפֿגאַניסטאַן. עפּעס גלייבט זיך ניט, אַז אין "מאַקפֿאַלאַן סמיט", למשל, האָט מען וועגן דעם אײַנפֿאַל ניט געטראַכט. אַ סבֿרא, אַז ס׳איז גרינגער צו שטעלן קלאָץ-קשיות וועגן אַפֿגאַניסטאַן איידער צו פֿירן דאָרטן אַ געשעפֿט.