כ׳האָב זיך אויף עטלעכע טעג אַרײַנגעכאַפּט קיין ישׂראל, צוליב משפּחה-ענינים. שוין אין דעם לעצטן טאָג האָב איך געקויפֿט די רוסישע צײַטונג, וואָס הייסט "סעקרעט", דאַטירט מיטן 26סטן אויגוסט. כ׳גלייב ניט, אַז מיר איז פֿריִער אויסגעקומען צו האַלטן אין די הענט די דאָזיקע אויסגאַבע. דער ניוואָ פֿון דער רוסישער פּרעסע אין ישׂראל איז דאָך זייער אַ נידעריקער, אַזוי אַז איך לייען עס אין האָמעאָפּאַטישע דאָזעס. עפּעס אַ טעם האָבן געוויינטלעך נאָר די אַרטיקלען, וואָס מע דרוקט איבער פֿון די מאָסקווער צײַטשריפֿטן. זיי זײַנען, לכל-הפּחות, פּראָפֿעסיאָנעל אָנגעשריבן. גלײַכצײַטיק שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז די רעדאַקטאָרן פֿון דער ישׂראלדיקער רוסישער פּרעסע זײַנען גרייט אָנצונעמען צום דרוק כּמעט אַלץ, אַבי אויסצופֿילן די זײַטלעך.
דעם "סעקרעט" האָב איך געקויפֿט, ווײַל אויפֿן פֿאָרנטיקן זײַטל פֿון דער צײַטונג איז געשטאַנען געשריבן, אַז זי איז כּולל אַן אַרטיקל וועגן דעם 20סטן צוזאַמענפֿאָר פֿון דער סאָוועטישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, אין פֿעברואַר 1956, וועגן ניקיטאַ כרושטשיאָווס באַרימטער אַנטי-סטאַלינישער רעדע און ווי אַזוי די דאָזיקע היסטאָרישע געשעעניש איז געווען פֿאַרבונדן מיטן מצבֿ פֿון ייִדן. מיך אינטערעסירט די טעמע און כ׳האָב געמיינט עפּעס צו לערנען פֿון דער פּובליקאַציע. בפֿרט נאָך אַז דער מחבר, יוסף טעלמאַן, איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן ווי אַ פּראָפֿעסיאָנעלער היסטאָריקער, מיט אַ געהעריקן וויסנשאַפֿטלעכן טיטל.
הייב איך אָן לייענען און עס ווערט מיר פֿינצטער אין די אויגן. ניט צופֿעליק זאָגט דאָס ייִדישע ווערטל: "דער למדן, אַז ער גרײַזט, גרײַזט ער האַרב". ס׳איז קלאָר, אַז דער מענטש האָט ערגעץ עפּעס געלייענט, אָבער זייער אויבערפֿלעכלעך און דערצו נאָך האָט ער זיך, נעבעך, פֿאַרפּלאָנטערט. בײַ אים באַווײַזט זיך, למשל, אַ מענטש מיטן נאָמען "סאָלסבערי". יוסף טעלמאַן שטעלט אים פֿאָר ווי אַ זשורנאַליסט און אַ מיטגליד פֿון דער קאַנאַדער קאָמוניסטישער דעלעגאַציע, וועלכע איז געקומען קיין מאָסקווע אין אויגוסט 1956. אָבער אין דער דעלעגאַציע איז געווען יוסף-ברוך זאַלצבערג, אַ לעגענדאַרע פּערזענלעכקייט אין דער קאַנאַדער אַרבעטער-באַוועגונג. אמת, וועגן דער לאַגע אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט דעמאָלט און שפּעטער אַ סך געשריבן האַריסאָן סאָלסבערי (Salisbury), דער שטענדיקער קאָרעספּאָנדענט פֿון "ניו-יאָרק טײַמס" אין מאָסקווע, אָבער ער איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט געווען אַ מיטגליד פֿון דער דעלעגאַציע פֿון די קאַנאַדער קאָמוניסטן.
מילא, איך וויל ניט אַרײַנגיין אין אַנדערע קליינע פּרטים. דער עיקר איז, אַז יוסף טעלמאַן האָט זיך אַזוי קאָנצענטרירט אויף ניקיטאַ כרושטשיאָווס אַנטי-ייִדישע אַרויסזאָגונגען און מעשׂים, אַז ער האָט באַשלאָסן ניט דערמאָנען מיט קיין וואָרט ניט די מעגלעכקייט, וועלכע די ייִדישע קולטור האָט פֿונדעסטוועגן באַקומען אין די יאָרן פֿון כרושטשאָווס ממשלה. דער לייענער פֿון זײַן איין-זײַטיקן אַרטיקל וועט זיך ניט דערוויסן וועגן די הונדערטער קאָנצערטן פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן און ליבהאָבער, וואָס האָבן צוגעצויגן צענדליקער טויזנטער מענטשן איבער דעם גאַנצן לאַנד. עס ווערן ניט דערמאָנט די אַמאַטאָרישע טעאַטער-קאָלעקטיוון אין די באַלטישע רעפּובליקן, אין לעניגראַד און אין קעשענעוו. וועגן דעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער-אַנסאַמבל וואָלט אויך געווען ריכטיק צו זאָגן כאָטש עטלעכע ווערטער. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם ביז גאָר וויכטיקן פֿאַקט, אַז אין כרושטשיאָווס תּקופֿה האָבן זיך ווידער באַוויזן ייִדישע ביכער און דער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד".
אין יוסף טעלמאַנס רעוויזיע פֿון דער געשיכטע זעט עס אויס אַזוי:
"נאָך דעם 20סטן צוזאַמענפֿאָר האָט זיך באַוויזן אַ האָפֿענונג וועגן אַן אויפֿלעבונג פֿון ייִדישע קולטור-אינסטיטוציעס — אַ פֿאַרלאַג און אַ צײַטונג אויף ייִדיש, אַ ייִדישער טעאַטער. וועגן דעם האָבן אַ סך מענטשן זיך געוואָנדן צום צענטראַלן קאָמיטעט [פֿון דער פּאַרטיי]. דאָרטן האָט מען צוגעזאָגט אַ טראַכט טאָן און צו העלפֿן. אָבער אין קורצן איז קלאָר געוואָרן, אַז גאָרנישט וועט זיך ניט בײַטן, מחמת דער ערשטער סעקרעטאַר [ד״ה. כרושטשיאָוו] האַלט ניט אונטער אַזעלכע פֿאָרשלאָגן." און שוין!
מיש איך איבער עטלעכע זײַטלעך אין דער זעלבער צײַטונג און זע אַן אַרטיל פֿון אַ. באַרגטייל, וואָס הייסט "די טראַגעדיע פֿון דעם 12טן אויגוסט 1952". דער דאָזיקער זשורנאַליסטישער שעדעווער איז איבערגעדרוקט פֿון אַן אַנדער רוסישער צײַטונג (כ׳הייב ניט אָן צו וויסן וווּ זי גייט אַרויס) — "נאַראָד מוי" ("מײַן פֿאָלק"). איר פֿאַרשטייט שוין, וועגן וואָס עס גייט די רייד אין דער פּובליקאַציע. וואָס פֿאַרשטיי איך ניט איז: פֿאַר וואָס דאַרף מען פֿאַרקריפּלען די פֿאַקטן? בפֿרט נאָך, אַז וועגן דעם טראַגישן סוף פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט זײַנען אַרויס וואָגיקע פֿאָרשונגען. נאָך מער: ס׳איז גענוג אַ קוק צו טאָן אין אינטערנעץ, וואָס איז אויך פֿול מיט טעקסטן אויף אָט דער טעמע. איך רעד שוין ניט וועגן סתּם לייענען דעם "פֿאָרווערטס" — דאָס מאַכט אויך קליגער.
אַ. באַרגטייל וויל אײַנרעדן דעם לייענער, אַז דעם 12טן אויסגוסט האָט מען דערשאָסן אַזעלכע פּערזענלעכקייטן ווי דער ניסתּר, שמואל פּערסאָוו און יצחק נוסינאָוו. ס׳איז ריכטיק, אַז זיי האָט מען אַרעסטירט. אָבער זייער טראַגישער סוף איז געווען אַן אַנדערער — נוסינאָוו און דער ניסתּר זײַנען געשטאָרבן, און פּערסאָוון האָט מען געמישפּט און אומגעבראַכט באַזונדער פֿון די פֿירער פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט.
דער מוסר-השׂכּל פֿון דעם איז אַ פּשוטער: אַז מע שרײַבט עפּעס אין אַ צײַטונג, טאָר מען עס ניט טאָן כאַפּ-לאַפּ.