‫פֿון רעדאַקציע

די פּאָליטישע אַקטיוויטעטן די פֿאַר­גאַנגענע וואָך האָבן זיך פֿאַרשפּיצט אויף צוויי אָנגייענדיקע וועלט־פּראָבלעמען: די לאַנגדויערנדיקע פֿאַרהאַנדלונגען מיט צפֿון־קאָרעע וועגן איר נוקלעאַרן אַרסענאַל און איראַק. די ערשטע פֿון זיי קומט, זעט אויס, צו אַ געוווּנטשענעם רעזולטאַט: פּכעניאַן איז מסכּים צוצושטעלן די פֿולע רשימה פֿון אירע נוקלעאַרע פּראָצעסן און שליסן די אַרבעט אין דעם געביט ביז סוף יאָר.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער קאַסאַמען-טעראָר פֿון דעם איסלאַ­מישן דזשיהאַד האָט ווידער באַנײַט דאָס אָנוואַרפֿן אַ פּחד אויף דער באַפֿעלקערונג פֿון ישׂראל, מיטן דערעפֿענען דאָס נײַע שול־יאָר און מיטן באַנײַען די פּרוּוון צו דערגרייכן אַ שלום מיט אונדזערע שכנים, אויב ווער עס איז נאָך גרייט הײַנט אַזוינס צו דעוואַרטן.

לכתּחילה האָט עס הײַנטיקע וואָך אויס­געזען, אַז דאָס נײַע שול־יאָר האָט צום ערשטן מאָל נאָך אַ סך יאָרן זיך געעפֿנט פֿריד­לעך,

װעלט פֿון ייִדיש, מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
בײַם קאַבאַרעט אין "קלעזקאַנאַדע": די קאַפּעליע "פּיינטעד בירד" ("דער געפֿאַרבטער פֿויגל")

איינער פֿון די גרעסטע קלעזמער־ און ייִדישע קולטור־וואַרשטאַטן אויף דער וועלט איז דער יערלעכער פֿעסטיוואַל "קלעזקאַנאַדע", וועלכער קומט פֿאָר אין די בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל. דאָס יאָר איז פֿאָרגעקומען "קלעזקאַנאַדע" פֿו­נעם 20סטן ביזן 26סטן אויגוסט און האָט צוגעצויגן מער ווי פֿיר הונדערט אָנטייל­נעמער.

"קלעזקאַנאַדע" האָט אײַנגעפֿירט אַ קלוגע טראַדיציע, צוצוטיילן סטיפּענדיעס צו מער ווי 150 יונגטלעכע יעדן זומער, זיי זאָלן קענען קומען מיט אַ גרויסער הנחה. הײַנט זענען געוואָרן שוין עטלעכע פֿון די "יונגע־לײַט", ווי — דזשאַש דאָלגין, מײַקל ווינאָגראַד, און אַוויאַ מור — אָנפֿירנדיקע לערערס.

פּובליציסטיק
חיים מלמד און פֿייגל אינפֿעלד דערציילן וועגן זייערע ביטערע איבערלעבונגען בעתן חורבן — אַ זעלטענע געלעגנהייט דאָס אַרומצורעדן אויף זייער מאַמע־לשין; אויף דער

די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז געווען אַ גליקלעכע פֿאַר חיים מלמד, אַ ייִדישער אײַנוווינער פֿון סאַוואַנע, דזשאָרדזשיע.

יאָרן לאַנג האָט חיים, אַ הויכער, ברייט־פּלייציקער לעבן־געבליבענער פֿון דער לאָדזשער געטאָ און אוישוויץ, זיך געחידושט, ווער איז זי, די פֿייגעלע אינפֿעלד, די מחברטע פֿון אַ ייִדיש וויגליד, "צו מײַן מיידעלע", וואָס איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אינעם מעלדונג־בלאַט פֿון דער חורבן־אָרגאַניזאַציע, "נאַציאָנאַלער פֿאַרבאַנד פֿון די לעבן־געבליבענע קינדער" (באַקאַנט ווי NAHOS) אין 1994.

געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Martin Goodman. Rome and Jerusalem: The Clash of Ancient Civilizations. Knopf: 2007

די פֿאָרשטעלונג, אַז די וועלט איז צעריסן צווישן צוויי קעגנערישע צדדים איז ניט קיין נײַע. אין פֿאַרשידענע צײַטן האָבן די דאָזיקע צוויי צדדים אויסגעזען אַנדערש׃ מיזרח און מערבֿ, קריסטנטום און איסלאַם, קאַפּיטאַליזם און קאָמוניזם. דער מענטשלעכער שׂכל האָט אַ טבֿע צו באַגרײַפֿן די ווירקלעכקייט דורך קעגנזאַצן, שוואַרץ־און־ווײַס. דאָס בוך פֿון מאַרטין גודמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים בײַם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, איז גע­ווידמעט דעם אַלטן קאָנפֿליקט אין דער וועלט־געשיכטע

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מע לייענט די פּרשה "נצבֿים" דווקא פֿאַר ראָש-השנה; דער שבת איז משפּיע אויף אַלע טעג פֿון דער קומענדיקער וואָך — דערפֿאַר איז די הײַנטיקע פּרשה גײַסטיק פֿאַרבונדן מיטן קומענדיקן הייליקן יום-טובֿ.

משה-רבינו האָט צונויפֿגערופֿן אַלע ייִדן פֿאַר זײַן טויט, כּדי זיי צו פֿאַראייניקן אין אַ פֿאַרבאַנד מיטן אייבערשטן, און האָט געזאָגט: "איר שטייט הײַנט פֿאַרן אייבערשטן, אײַער ג-ט — אײַערע ראָשים,

טעאַטער
פֿון משה לאָיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יצחק זשאַבאָטינסקי אין דער ראָלע בר־כּוכבא

יצחק זשאַבאָטינסקי איז געווען מײַן לאַנדסמאַן — אַ טשערקאַסער. אין אָנהייב יאַנואַר 1940, נאָך דער פּרעמיערע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "בר־כּוכבא", אין וועלכער ער האָט געשפּילט די הויפּט־ראָלע, האָט ער מיר געשענקט זײַנס אַ פֿאָטאָ־בילד אין דער דאָזיקער ראָלע, מיט אַזאַ אויפֿשריפֿט: "טײַערער פֿרײַנד, משה לאָיעוו! האָט ליב די בינע, דעם טעאַטער, ווי בר־כּוכבא האָט ליב געהאַט זײַן פֿאָלק. געדענקט אײַער פֿרײַנד און לאַנדסמאַן, יצחק זשאַבאָטינסקי. פֿערטער יאַנואַר, 1940".

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פּונקט מיט צען יאָר צוריק האָבן מיר — מײַן ווײַב, איך און אונדזער זון — זיך אומגעקערט פֿון דרום-פֿראַנקרײַך. אין יענע יאָרן בין איך נאָך געווען גרייט צו פֿירן אַן אויטאָ עטלעכע טעג נאָכאַנאַנד, און מיר פֿלעגן זיך פֿון צײַט צו צײַט לאָזן אין ווײַטע נסיעות איבער גרויס-בריטאַניע און קאָנטינענטאַלער אייראָפּע. איצט פֿויל איך זיך צו טאָן אַזעלכע זאַכן;

פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וואָס מיינט "ספּאָנטאַנקייט"?

אין גאָר א פֿריִער סטאַדיע פון די אַלע סאָציאַלע וויסנשאַפֿטן איז "ספּאָנטאַנקייט" געווען אַן אָפֿטער און אַן אָנגענומענער באַגריף. מיינען האָט עס געמיינט: אַ פּועל־יוצא וואָס קומט פֿאָר "פֿון זיך אַליין", אָן אַ גורם. דער בײַטעם דערבײַ איז גע­ווען, אַז די וויסנשאַפֿטלעכע וועלט איז נאָך ווײַט ניט פֿעיִק צו פֿאַרשטיין דעם מענטשנס יחידיש לעבן און וועגן דעם בצי­בורדיקן לעבן,

ליטעראַטור
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
משה נאַדיר

דאָס וואָס מיר האָבן פֿאַרגעסן ווי אַ פֿאָלק, וואָלט מען געקענט אָנפֿילן גאַנצע ענציקלאָפּעדיעס. בײַ די אומות־העולם גע­דענקט מען שעקספּירן — אָבער ווער בײַ אונדז, צווישן דער אַמעריקאַנער ייִדי­שער יוגנט, וועט וויסן ווער ס'איז געווען י.ל. פּרץ, אָדער שלום־עליכם, אָדער מענ­דעלע מוכר־ספֿרים, אַז בײַ אונדז ווייסט מען שוין נישט מער, ווער ס'איז געווען חיים גראַדע אָדער איציק מאַנגער, יעקבֿ גלאַטשטיין אָדער אַהרן צייטלין. פֿרעמדע נעמען פֿאַר יונגע אויערן. איך האָב אַמאָל געפֿרעגט אין קלאַס, ווער ס'איז געווען שאַגאַל.

פּובליציסטיק
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די רומענישע סאָלדאַטן טרײַבן די בעסאַראַבער ייִדן צום טויט, יולי 1941

דער רוסישער וואָכן־בלאַט "אַרגומענטי אי פֿאַקטי" (אַרגומענטן און פֿאַקטן) איז זייער פּאָפּולער סײַ אין רוסלאַנד און סײַ אין די נײַע מלוכות פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ צו דער הויפּט־צײַטונג, ווערט צוגע­לייגט אַ באַזונדערע בײַלאַגע, צונויפֿגעשטעלט פֿון אָרטיקן מאַטעריאַל. אַזאַ בײַלאַגע — "אַרגומענטי אי פֿאַקטי — מאָלדאָוואַ" — דערשײַנט אויך אין אונדזער רעפּובליק.

פּובליציסטיק
פֿון ג. יעקבֿי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ׳האָב זיך אויף עטלעכע טעג אַרײַנ­געכאַפּט קיין ישׂראל, צוליב משפּחה-ענינים. שוין אין דעם לעצטן טאָג האָב איך געקויפֿט די רוסישע צײַטונג, וואָס הייסט "סעקרעט", דאַטירט מיטן 26סטן אויגוסט. כ׳גלייב ניט, אַז מיר איז פֿריִער אויס­געקומען צו האַלטן אין די הענט די דאָזיקע אויסגאַבע. דער ניוואָ פֿון דער רוסי­שער פּרעסע אין ישׂראל איז דאָך זייער אַ נידעריקער, אַזוי אַז איך לייען עס אין האָמעאָפּאַטישע דאָזעס.