פּובליציסטיק

פּונקט מיט צען יאָר צוריק האָבן מיר — מײַן ווײַב, איך און אונדזער זון — זיך אומגעקערט פֿון דרום-פֿראַנקרײַך. אין יענע יאָרן בין איך נאָך געווען גרייט צו פֿירן אַן אויטאָ עטלעכע טעג נאָכאַנאַנד, און מיר פֿלעגן זיך פֿון צײַט צו צײַט לאָזן אין ווײַטע נסיעות איבער גרויס-בריטאַניע און קאָנטינענטאַלער אייראָפּע. איצט פֿויל איך זיך צו טאָן אַזעלכע זאַכן; כ׳זע ניט קיין זין אין פּטרן אַזוי פֿיל צײַט אויף די יאַזדעס פֿון ייִשובֿ "א" קיין ייִשובֿ "ב". מיר איז אָנגעלייגטער צו קומען צו פֿליִען גלײַך אין ייִשובֿ "ב" און שוין דאָרטן נוצן אַ פּראָקאַט-אויטאָ.

אָבער דעמאָלט, מיט צען יאָר צוריק, האָבן מיר זיך געשלעפּט אַזש פֿון דרום-פֿראַנקרײַך. ערגעץ האַלב-וועג האָבן מיר פֿאַרבראַכט אַ נאַכט אין אַ מאָטעל. אַ מידער בין איך גלײַך אַנטשלאָפֿן געוואָרן, אָבער דער זון האָט נאָך אַ ווײַלע געקוקט די טעלעוויזיע — אויף פֿראַנצויזיש, וואָס ער האָט געלערנט יאָרנלאַנג אין שול, אָבער פֿאַרשטאַנען עס בערך אַזוי ווי איך פֿאַרשטיי טערקיש. אין דער פֿרי, אָבער, האָט ער אונדז אינפֿאָרמירט אַז עפּעס אַ טראַגישע זאַך האָט געטראָפֿן מיט דער פּרינצעסין דיאַנאַ, אָבער מיר האָבן זיך פֿון דעם אויסגעלאַכט, ווײַל — וואָס האָט ער געקענט פֿאַרשטיין?

זײַנען מיר געפֿאָרן ווײַטער, ביז דעם פּראָם איבער דעם לאַ-מאַנש, אָדער — ווי די ענגלענדער רופֿן עס — דעם ענגלישן קאַנאַל. אויפֿן פּראָם האָב איך זיך געוואָרפֿן צו די ענגלישע צײַטונגען, וועלכע איך האָב ניט געלייענט אַ פּאָר וואָכן, און פּלוצעם דערזען, אַז אַלע ערשטע זײַטלעך האָבן פֿאַרנומען אימאַזשן פֿון דיאַנאַ. דעמאָלט האָב איך זיך דערוווּסט, אַז אונדזער זון האָט מער אָדער ווייניקער ריכטיק געכאַפּט דעם תּמצית פֿון די פֿראַנצויזישע טעלעוויזיע-נײַעס: דיאַנאַ איז אומגעקומען.

אַ משונהדיק בילד האָט מיט זיך פֿאָר­געשטעלט דער פּראָם, פֿול-געפּאַקט (אַקו­ראַט ערבֿ דעם לערן-יאָר) מיט די ברי­טישע, וואָס האָבן זיך אומגעקערט פֿון זייערע וואַקאַציעס. כּמעט קיינער האָט ניט גערעדט — ענגלענדער קענען שווײַגן! מע איז געזעסן און געקוקט מיט פֿאַרשטאַרטע אויגן, איך ווייס שוין וווּהין. די בשׂורה האָט ממש שאָקירט דעם עולם.

דער פֿענאָמען פֿון דיאַנאַ גייט ניט אַוועק פֿון דעם בריטישן לעבן. די דאָזיקע פֿרוי איז אַפֿשר געווען אַ יפֿת-תּואר, אָבער קיין דורכגעטריבענער פּאָליטיקער און קיין טיפֿער דענקער איז זי זיכער ניט גע­ווען. און דאָך האָט זי איבערגעלאָזט אַ ממשות­דיקן שפּור אין דער געזעלשאַפֿט. נאָך איצט זײַנען פֿאַראַן זייער אַ סך לײַט, וועלכע האַלטן זי פֿאַר אַ פּוסטער ליאַלקע, וואָס האָט ניט געוווּסט וואָס צו טאָן מיט איר זייף-אָפּערע-עקזיסטענץ. און דאָך האָט איר לעבן, און נאָך מער איר טויט, שטאַרק מאָדערניזירט די סקלעראָטישע בריטישע מאָנאַרכיע.

אייניקע אַנאַליטיקער, מישטיינס גע­זאָגט, האָבן דעמאָלט, מיט צען יאָר צוריק, אַפֿילו געגלייבט, אַז צוליב דער שטימונג, וואָס דיאַנאַס טראַגישער טויט האָט גע­שאַפֿן אין דער געזעלשאַפֿט, וועט אָט-אָט בכלל פּלאַצן די בריטישע מאָנאַרכיע און אויף איר אָרט וועט סוף-כּל-סוף קומען אַ רעפּובליק. די לאָגיק הינטער דעם איז געווען אַזאַ: דער בריטישער עולם וועט ניט קענען מוחל זײַן דער מלכּה און דער גאַנצער משפּחה ווינדזאָר די קאַלטע באַציִונג, וואָס זיי האָבן דעמאָנסטרירט לגבי דיאַנאַ. אין דער אמתן, איז די פּאָפּולערקייט פֿון דער מלכּה דעמאָלט געפֿאַלן נאָר ביז 66 פּראָ­צענט. הײַנטיקע טעג איז זי 85 פּראָצענט פּאָפּולער.

די אַנאַליטיקער האָבן ניט אָפּגעשאַצט, ווי טיף די זייף-אָפּערע, וואָס הייסט מאָ­נאַר­כיע, איז אײַנגעוואָרצלט געוואָרן אין דער בריטישער געזעלשאַפֿט. שוין אָפּגע­שמועסט פֿון דעם, אַז די לייבאָריסטן בראָש מיט טאָני בלער האָבן אַפֿילו ניט גע­פּרוּווט צעשאָקלען דעם סטאַטוס קוואָ. פֿאַרקערט, בלער האָט ניט געזשאַלעוועט קיין מליצה, רעדנדיק וועגן דער מלכּה ווי די פֿאַרקערפּערונג פֿון דעם בעסטן, וואָס עס פֿאַרמאָגט די בריטישע נאַציע.

אָבער ניט די שבֿחים האָבן צורעכט געמאַכט דעם אימאַזש פֿון דער מאָנאַרכיע. די משפּחה ווינדזאָר אַליין האָט געמוזט זיך מאָדערניזירן און איבערנעמען אייניקע פֿון די נאָווינעס, וואָס דיאַנאַ האָט אײַנגעפֿירט. מע האָט געמוזט צוגעבן וואַרעמקייט און צוטריטלעכקייט. אין דעם זין העלפֿן אַ סך די יונגע פּרינצן, וויליאַם און הערי, וועלכע פּרוּוון זיך אויפֿפֿירן מער מענטשלעך, איידער דער עלטערער דור פֿון דער משפּחה. זיי פֿירן ליבעס מיט גאָר ניט קיין אַריס­טאָ­קראַ­טישע חבֿרטעס און זעצן פֿאָר די צדקה-טעטיקייט, וועלכע עס האָט מיט אַזאַ מײַס­טער­שאַפֿט געפֿירט זייער מוטער.

אַזוי צי אַזוי, אָבער עס שמעקט אַפֿילו ניט אין בריטאַניע מיט ליקווידירן די מאָנאַר­כיע, וואָס האַלט אין איין מאָדערניזירן איר פּרצוף, בפֿרט אין די לעצטע צען יאָר, וואָס זײַנען אַדורך נאָך דער אויטאָ-קאַטאַסטראָפֿע אין דעם פּאַריזער טונעל.