פּובליציסטיק
חיים מלמד און פֿייגל אינפֿעלד דערציילן וועגן זייערע ביטערע איבערלעבונגען בעתן חורבן — אַ זעלטענע געלעגנהייט דאָס אַרומצורעדן אויף זייער מאַמע־לשין; אויף דער
חיים מלמד און פֿייגל אינפֿעלד דערציילן וועגן זייערע ביטערע איבערלעבונגען בעתן חורבן — אַ זעלטענע געלעגנהייט דאָס אַרומצורעדן אויף זייער מאַמע־לשין; אויף דער

די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז געווען אַ גליקלעכע פֿאַר חיים מלמד, אַ ייִדישער אײַנוווינער פֿון סאַוואַנע, דזשאָרדזשיע.

יאָרן לאַנג האָט חיים, אַ הויכער, ברייט־פּלייציקער לעבן־געבליבענער פֿון דער לאָדזשער געטאָ און אוישוויץ, זיך געחידושט, ווער איז זי, די פֿייגעלע אינפֿעלד, די מחברטע פֿון אַ ייִדיש וויגליד, "צו מײַן מיידעלע", וואָס איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אינעם מעלדונג־בלאַט פֿון דער חורבן־אָרגאַניזאַציע, "נאַציאָנאַלער פֿאַרבאַנד פֿון די לעבן־געבליבענע קינדער" (באַקאַנט ווי NAHOS) אין 1994. דאָס ליד האָט אים אַזוי גערירט, אַז ער האָט עס שוין רע­ציטירט בײַ עטלעכע אָרטיקע הזכּרה־צע­רעמאָניעס לכּבֿוד "יום־השואה". אינעם ליד, פֿאַרגלײַכט אַ מאַמע איר מיידעלע צו די קינדערלעך אין געטאָ:

זיי האָבן נישט געוויינט ווי דו: אַ נײַע שפּילזאַך כ׳וויל!
נאָר אויסגעשטרעקט די הענטעלעך און זיך געבעטן שטיל:
לאָזט נישט אָט די שלעכטע דײַטשן זאָלן אונדז צונעמען
מיר ווילן אייביק, אייביק זײַן מיט אײַך צוזאַמען...

שפּעטער האָט די מאַמע, אַ פּנים, חרטה געהאַט, וואָס זי שרעקט איר מיידעלע מיט אַזאַ פֿינצטערער געשיכטע:

שלאָף מײַן טײַער מיידעלע, שלאָף מײַן קינד און רו,
דאָס איז פֿאַר דיר קיין מעשׂהלע, דו ביסט צו יונג דערצו;
ס׳צייוופֿלען דאָך אַפֿילו גרויסע, צי דאָס איז געשען,
ס׳קענען גלייבן מענטשן נאָר וואָס האָבן דאָס געזען.
טאָ מאָרגן זאָלסטו ווידער זיך שפּילן מיט די קלעצעלעך,
מיט פֿערדעלעך, מיט ליאַלקעלעך, מיט הינטעלעך און קעצעלעך;
שלאָף מײַן טײַער קינד,
וויי, אָ וויי און ווינד.

אַחוץ די ווערטער, האָט אויף חיימען אויך געמאַכט אַן אײַנדרוק, וואָס די מחברטע האָט דאָס ליד אָפּגעדרוקט אויף ייִדיש, ווען אַלע אַנדערע פּאָעטן אין דעם מעלדונג־בלאַט, אַרײַנגערעכנט חיים אַליין, האָבן געשריבן זייערע לידער אויף ענגליש.

וווינענדיק אין סאַוואַנע, האָט חיים געהאַט ווייניק צוטריט צו דער ייִדיש־רעדנ­דיקער שארית־הפּליטה, אַחוץ זײַן פֿרוי, מאַרילאַ. ס׳האָט אים נישט צו פֿיל געאַרט; ער איז געווען צו פֿאַרנומען מיטן דערציִען צוויי קינדער, און מיט דער ווירטשאַפֿט פֿון זײַן געשעפֿט. אָבער זינט זײַן פֿרוי איז ניפֿטר געוואָרן מיט צוויי יאָר צוריק האָט זיך אים פֿאַרבענקט נאָך דער געזעלשאַפֿט פֿון אייגענע, ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן. איז אים אײַנגעפֿאַלן צו פֿאָרן אויף דער "ייִדיש־וואָך" אין קאָפּייק, ניו־יאָרק — ווער ווייסט, אפֿשר וועט ער זיך דאָרט באַקענען מיט אינטערעסאַנטע מענטשן?

בײַם צוגרייטן זיך צום פֿאָרן, האָט ער אויך פֿאַרכאַפּט מיט זיך אַ קאָפּיע פֿונעם ליד. "כ׳האָב געקלערט, אַז איך פֿאָר שוין אויף אַזאַ פֿאַרזאַמלונג פֿון איבערגעגעבענע ייִדיש־רעדער, וועט זיך דאָרט זיכער עמע­צער אָפּזוכן, וואָס קען פֿייגעלע אינפֿעלד," האָט מלמד דערקלערט.

זיצנדיק אין עסזאַל, בעת איינעם פֿון די מאָלצײַטן אויף דער "ייִדיש־וואָך", האָט חיים דערציילט די אַנדערע מענטשן בײַ זײַן טיש, וועגן די יאָרן אין דער לאָדזשער געטאָ. מיט אַ מאָל זאָגט איינער, אַן אַמערי­קאַנער־געבוירענער ייִדיש־רעדער, אליהו סאַנדערס: "חיים, דו ווייסט, אַז עס געפֿינט זיך דאָ נאָך עמעצער, וואָס איז אויך געווען אין דער לאָדזשער געטאָ? קומט זיך באַ­קענען מיט איר."

אליהו האָט אים צוגעפֿירט צו אַ פֿרוי בײַם צווייטן טיש און געמאָלדן: "איר ביידע וועט זיכער האָבן וועגן וואָס צו רעדן..."

חיים האָט אָנגעהויבן זי אויסצופֿרעגן וועגן אירע יאָרן אין לאָדזשער געטאָ, ווען מיט אַ מאָל איז ער שטיין געבליבן, אַ דערשטוינטער. ווײַזנדיק אויפֿן נאָמען־צעטל אויף דער פֿרויס בלוזקע, האָט ער אויס­גערופֿן: "אוי, איך קען אײַך!" די פֿרוי האָט פֿאַרזשמורעט די אויגן און געענט­פֿערט: "ווי קען דאָס זײַן, אַז איך קען אײַך בכלל נישט?"

ער האָט פֿון זײַן קעשענע אַרויסגעצויגן די קאָפּיע פֿונעם ליד "צו מײַן מיידעלע", און עס איר דערלאַנגט.

"וואָס טוסטו מיט מײַן ליד?!" האָט פֿיי­געלע אינפֿעלד, אַ צעטומלטע, אים אָנגע­קוקט.

חיים האָט זיך אַנידערגעזעצט, און איר דערציילט די גאַנצע מעשׂה. ערשט דערנאָך האָט זיך אָנגעהויבן אַ גאַנץ אַנדער שמועס, וואָס אַפֿילו חיים האָט זיך אויף דעם נישט געריכט — אַז פֿייגל און ער זענען ביידע געווען אין לאָדזשער געטאָ און אין אוישוויץ. פּערזענלעך האָבן זיי זיך נישט געקענט ("ס׳איז דאָך געווען אַ גרויסע שטאָט," האָט זי באַמערקט) אָבער זיי האָבן יאָ געהאַט בשותּפֿותדיקע באַקאַנטע.

בײַ כּמעט יעדן מאָלצײַט אויף דער "ייִדיש־וואָך", האָבן זיי זיך געטיילט מיט זכרונות. "מיר האָבן זיך צעזונגען אַלע לידער פֿון לאָדזשער געטאָ," האָט חיים דערקלערט. "געלאַכט פֿון דער געטאָ־פֿאַר­וואַלטונג, פֿון זיך אַליין. נאַכער, זענען מיר געווויר געוואָרן — מיר קענען די זעל­בע מענטשן, אַזוי ווי מײַן חבֿר ניטקאַ (נאָטל, אויף ייִדיש). כ׳האָב אים יאָרן לאַנג נישט געזען, און דערנאָך, איין מאָל, בײַ אַ קאָנ­פֿערענץ פֿון "אַרבעטער־רינג" אין פֿלאָ­רידע, הער איך פּלוצעם ווי עמעצער רופֿט אויס: ׳חיימעק!׳ דאָס איז געווען ער, ניטקאַ... צום באַדויערן, איז ער מיט פֿינעף יאָר צוריק געשטאָרבן."

חיים און פֿייגל האָבן זיך דערמאָנט אַ פּויליש לידל וועגן דער "זאָנדערקאָמאַנדע", און אַ ייִדיש ליד וועגן דעם פֿירער פֿונעם "יודענראַט", דעם "קעניג פֿון לאָדזשער געטאָ", חיים רומקאָווסקי. הגם זיי האָבן נישט געדענקט אַלע סטראָפֿעס, האָבן זיי זיך יאָ דערמאָנט די ערשטע דרײַ:

רומקאָווסקי חיים, ער גיט אונדז קלײַען,
ער גיט אונדז גרויפּן און גיט אונדז מן;
פֿאַרצײַטנס האָבן ייִדן אין מידבר געגעסן מן,
און הײַנט עסט דאָך יעדע פֿרוי זײַן מאַן.

רומקאָווסקי חיים האָט גוט געטראַכט,
געאַרבעט שווער בײַ טאָג, בײַ נאַכט;
געמאַכט אַ געטאָ ("געטע") מיט אַ דיעטע,
און ער שרײַט, אַז ער איז גערעכט.

כ׳האָב אײַך, ייִדעלעך, עפּעס צו זאָגן,
אַ קדחת וועל איך אײַך זאָגן,
ייִדן זאָגן שוין פֿיל נבֿיאות
אַז די געטאָ וועט מען עפֿענען שבֿועות...

"מע האָט אים גערופֿן 'דער קעניג פֿון לאָדזשער געטאָ׳, ווײַל ער האָט זיך אַליין אָנגעבאָטן צו די נאַציס, אַז ער איז דער אָנפֿירער פֿון די אָרטיקע ייִדן," האָט פֿייגל דער­קלערט. "פֿאַר דער מלחמה, איז ער קיין פֿירער נישט געווען; ער האָט בלויז גע­זאַמלט געלט פֿאַרן בית־יתומים, און ווען דער פֿאַרוואַלטער איז געשטאָרבן האָט ער זיך אַליין געמאָלדן ווי זײַן פֿאַרטרעטער, געמאַכט אייגענע וויזיט־קאַרטלעך, וווּ ס׳איז געשטאַנען: ׳מרדכי חיים רימקאָווסקי — דער טאַטע פֿון אַלע יתומים.׳"

"ווי דער ׳קעניג׳ פֿון לאָדזשער געטאָ — האָט פֿייגל ווײַטער דערציילט — איז ער געווען אַ ריזיקער אָרגאַניזאַטאָר, ער האָט געפֿאָדערט בײַם פּאָסטאַמט צו מאַכן אַ מאַרקע לכּבֿוד אים, און בײַ דער באַנק — צו מאַכן געלט מיט זײַן בילד. און ווען די נאַציס האָבן אים געהייסן צושטעלן ייִדן, האָט ער זיך נישט געשעמט צוצושטעלן די קינדער פֿון יתומים־הויז, ׳זײַנע׳ יתומים! דערמיט האָט ער געמיינט, וועט ער די נאַציס צופֿרידנשטעלן. צום סוף, האָט מען אים סײַ ווי דעפּאָרטירט קיין אוישוויץ, און דאָרט האָבן די לאָדזשער ייִדן זיך נוקם געווען אין אים, אים גוט אָנגע­שלאָגן און אַליין אים אַרײַנגעשטופּט אין גאַזקאַמער."

חיים איז געווען מער פֿילאָסאָפֿיש וועגן רומקאָווסקיס ראָלע. "איך ווייס נישט. ס׳זענען דאָ אַזעלכע וואָס זאָגן, אַז וואָס ער האָט געטאָן האָט אונדז אפֿשר אָפּ­גע­ראַטעוועט 10,000 מענטשן..."

"ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט ער צוגע­שטעלט יונגע און אַלטע... וואָס פֿאַר אַ רעכט האָט אַ ייִד אָנטיילצונעמען אין די אַקציעס?"

שפּעטער האָבן חיים און פֿייגל זיך ביידע באַטייליקט אין אַ ספּעציעלער סע­סיע, וווּ אַלע שארית־הפּליטה פֿון דער "ייִדיש־וואָך" האָבן דערציילט וועגן זייערע איבערלעבונגען בעתן חורבן — אַ זעלטענע געלעגנהייט דאָס אַרומצורעדן אין גאַנצן אויף ייִדיש. חנה פּאָלאַק, די אַרכיוויסטקע פֿונעם "פֿאָרווערטס", האָט די סעסיע אַראָפּגענומען מיט אַ ווידעאָ־אַפּאַראַט, כּדי צו פֿאַראייביקן זייערע געשיכטעס אויף מאַמע־לשון, לדור־דורות.

ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן זענען חיים און פֿייגל געווען די איינציקע אויף דער "ייִדיש־וואָך", וועלכע מע האָט דע­פּאָר­טירט אין אַ טויטלאַגער. זייערע גע­שיכטעס זענען טרויעריק ענלעך. ביידע האָבן פֿאַרלוירן די גאַנצע משפּחה: זי — איר טאַטע־מאַמע און ביידע ברידער; ער — טאַטע־מאַמע, און אַלע זעקס ברידער און שוועסטער. פֿייגלען האָט מען נאָך דער באַפֿרײַונג געבראַכט אין שפּיטאָל; זי האָט דעמאָלט געווויגן בלויז 54 פֿונט, און איז דאָרט געלעגן זיבן חדשים לאַנג. נאָך דעם האָט זי געלעבט 1/2־6 יאָר אין ענגלאַנד, וווּ זי האָט חתונה געהאַט און געבוירן אַ מיידעלע, רחלע, וואָס טאַקע לכּבֿוד איר האָט זי אָנגעשריבן דאָס ליד; שפּעטער האָבן זיי זיך באַזעצט אין ניו־דזשערזי.

חיים איז נאָך דער באַפֿרײַונג געלעגן זיבן וואָכן אין אַ קאָמע. ווען ער איז געזונט געוואָרן, האָט ער חתונה געהאַט, און מע האָט אים, זײַן פֿרוי און קינד, אין איינעם מיט 25 אַנדערע געראַטעוועטע משפּחות, באַזעצט אין סאַוואַנע, דזשאָרדזשיע.

אויף דער פֿראַגע, וואָס האָט ער אַרויס­באַ­קומען פֿון דער "ייִדיש־וואָך", האָט חיים גע­ענטפֿערט: "כ׳ל אײַך זאָגן דעם אמת, כ׳האָב אַזאַ וואָך אין אַמעריקע קיין מאָל נישט געהאַט. ס׳איז געווען אַ גרויסער פֿאַרגעניגן צו זען ווי מענטשן דערהאַלטן דאָס ייִדישע וואָרט, אַז ס׳איז נישט בלויז lip service (סתּם גערעדט). די אַלע יאָרן לייען איך ייִדיש, כ׳שרײַב ייִדישע פּורים־מעשׂיות און קאָמעדיעס אין גראַמען אויף מײַן קאָמפּיוטער. כ׳האָב זיך דאָ באַפֿרײַנדעט מיט אַ סך מענטשן, מיר וועלן זיך שוין איבערשרײַבן, און כ׳האָב זיי טאַקע געזאָגט, אַז איך האָב אַ גרויס הויז, ווער עס פֿאָרט דאָ פֿאַרבײַ, קען קומען אײַנשטיין בײַ מיר."