טעאַטער
פֿון משה לאָיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יצחק זשאַבאָטינסקי אין דער ראָלע בר־כּוכבא
יצחק זשאַבאָטינסקי אין דער ראָלע בר־כּוכבא

יצחק זשאַבאָטינסקי איז געווען מײַן לאַנדסמאַן — אַ טשערקאַסער. אין אָנהייב יאַנואַר 1940, נאָך דער פּרעמיערע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "בר־כּוכבא", אין וועלכער ער האָט געשפּילט די הויפּט־ראָלע, האָט ער מיר געשענקט זײַנס אַ פֿאָטאָ־בילד אין דער דאָזיקער ראָלע, מיט אַזאַ אויפֿשריפֿט: "טײַערער פֿרײַנד, משה לאָיעוו! האָט ליב די בינע, דעם טעאַטער, ווי בר־כּוכבא האָט ליב געהאַט זײַן פֿאָלק. געדענקט אײַער פֿרײַנד און לאַנדסמאַן, יצחק זשאַבאָטינסקי. פֿערטער יאַנואַר, 1940".

כ׳פֿלעג אָפֿט אַרײַנקומען צו אים אַהיים. זײַן פֿרוי, ראָזאַלי יאַקאָוולעוונאַ, זייער אַ ליבלעכע פֿרוי, אַ הויכקוואַליפֿיצירטע ביבליאָטעק־טוערין, איז אויך געווען אַ טשער­קאַסערין. איז טאַקע געווען אונדז וועגן וואָס צו רעדן און וואָס צו דער­מאָנען.

געבוירן געוואָרן איז זשאַבאָטינסקי נישט אין טשערקאַס, נאָר נישט ווײַט פֿון דער שטאָט, אין אַ קליין שטעטל בילאָזיריע. קיין טשערקאַס האָט זיך זײַן פֿאַמיליע אַריבערגעקליבן ווען אים איז געגאַנגען דאָס נײַנטע יאָר. זײַן שטאַם־צעטל: דער זיידע פֿון זשאַבאָטין, איז געווען אַ שוחט, און דער זיידע פֿון בילאָזיריע — אַ וואַלד־הענדלער; דער פֿאָטער — אַ ייִדישער לע­רער, און די מאַמע — אַ טײַערע ייִדישע טאָכטער.

אין בילאָזיריע האָט ער שוין געזען איינמאָל אַ טעאַטער, גערופֿן האָט ער זיך צירק. אַן אַלטער מאַן און זײַנס אַ ייִנגעלע האָבן געשפּרונגען, געקוליעט זיך, געשטאַנען אויף די קעפּ, אונטערגעוואָרפֿן פּילקעלעך, קײַקעלעך, באַוויזן קונצן. דערצו איז צו זיי געקומען אַ ווײַטער קרובֿ; ווי שיין ער האָט געזונגען און געחכמעט זיך. יצחק האָט אויך ליב געהאַט זינגען. דאָ, אין טשערקאַס, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז בײַ אים איז אַן אַלט־שטים. אינגיכן איז ער געוואָרן אַ משורר בײַם חזן ביאַליק. איינמאָל איז אָנגעפֿאָרן קיין טשערקאַס רוסישע טעאַטער־טרופּע, געשפּילט אין אַן איבערזעצונג גאָרדינס פּיעסע "גאָט, מענטש און טײַוול" און פֿאַרבעטן דעם חזנס כאָר אָנטיילצונעמען אין דער פֿאָרשטעלונג, פֿאָרשטעלנדיק אינעם פּראָלאָג פֿון דער פֿאָרשטעלונג דעם "כאָר פֿון די מלאכים". דערנאָך האָט מען אַלע כאָריסטן דערלויבט צו זען די פֿאָרשטעלונג. אָט דאַן טאַקע האָט דער קליינער יצחקל צום ערשטן מאָל אין זײַן לעבן דערזען אַן אמתן טעאַטער.

דערווײַל האָט ער געמוזט פֿאַרלאָזן די שול. דעם טאַטנס פֿאַרדינסטן זײַנען געווען קנאַפּע און די משפּחה איז, גאָט צו דאַנקען, געווען אַ גרויסע. געווען אַ לערן־ייִנגל בײַ אַ זייגערמאַכער, דערנאָך — אַן אָנגעשטעלטער אין אַ גאַלאַנטעריע־קלייט, געאַרבעט אין דער מאַכאָרקע־פֿאַבריק, גע­ווען אַ קאַסירער, אַ טאַבעלשטיק, געאַרבעט אין אַ געהילץ־סקלאַד. פֿיר חדשים געדינט אָן אַ גראָשן געלט, דערנאָך אָנגעהויבן באַקומען פֿינף רובל אַ חודש. פֿאָרט אַ בײַשטיצע צו דער פֿאַמיליע.

און דער טעאַטער האָט אים אַלץ מער און מער פֿאַרכאַפּט. אינעם טעאַטער פֿלעגט ער זיך אַרײַנכאַפּן אומבאַמערקט. איבערגעקוקט אַ שלל מיט פֿאָרשטעלונגען פֿון די ייִדישע און רוסישע וואַנדער־טרו­פּעס. צוזאַמען מיט אַ באַגאַבטן חבֿרהמאַן, ניוני ווײַסמאַנען (וועלכער איז יאָרן שפּע­טער באַוווּסט געוואָרן ווי טעאַטער־דירעק­טאָר וואָלסקי), אָרגאַניזירט אַ הויף־דראַמ­קרײַז און גענומען שטעלן ערנסטע פֿאָרשטעלונגען, פֿאַר ערנסטע צושויער וועלכע פֿלעגן קויפֿן בילעטן.

אין יענעם יאָר האָט זיך אָנגעהויבן די ערשטע וועלט־מלחמה, אָבער זשאַבאָ­טינסקין האָט מען אין דער אַרמיי נאָך נישט גענומען, און ער איז געוואָרן אַ האַלב־פּראָפֿעסיאָנעלער אַקטיאָר. אָנטיי­לגע­נומען אין מאַסן־סצענעס אין די פֿאָר­שטעלונגען פֿון די אָנגעפֿאָרענע וואַנ­דער־טרו­פּעס, אַרויסגעטראָטן ווי אַ קופּ­לע­טיסט־הומאָ­ריסט אין די בײַ־טשער­קאַסער שטעט און שטעטלעך. קאָן זײַן, אַז מיט דעם וואָלט זיך פֿאַרענדיקט זײַן פֿאַר­כאַפּט­קייט מיטן טעאַטער, ווען נישט די פֿעברואַר־רעוואָלוציע.

אין טשערקאַס, ווי אין אַנדערע שטעט, האָט זיך גענומען דרייען אַ "קאַרוסעל": מיטינגען, דעמאָנסטראַציעס, פֿאַר­זאַמלונגען, רויטע פֿאָנען, שרײַענ­דיקע לאָזונגען און כּלערליי פּאַר­טייען... באָלשעוויקעס, מענ­שעווי­קעס, "עסערן", קאַדעטן, בונדאָוו­צעס, פּראָ­לעטאַרישע ציו­ניסטן. דערבײַ, האָבן זיך גענומען עפֿענען קלובן, דערונטער — ייִדישע, און אין זיי: כּלערליי קרײַזלעך — אויך דראַמאַטישע. זײַנע חבֿרים זײַנען געוואָרן מיטגלידער פֿון איינעם אַזאַ דראַמ­קאָלעקטיוו. אויך אים האָט מען אָנגעהויבן אײַנרעדן אַרײַנצוטרעטן אין דעם דראַמ­קאָלעקטיוו. צוערשט, האָט ער זיך אָפּגע­זאָגט — ער ווייסט נישט די ייִדישע שפּראַך; דערנאָך, געקומען בלויז אַ קוק טאָן אַ רעפּעטיציע... און איז פֿאַרבליבן דאָרטן אויפֿן גאַנצן לעבן.

אין אָנהייב פֿונעם גרויזאַמען יאָר 1919 האָט מען זשאַבאָטינסקין מאָביליזירט אין דער אָפּערירנ­דיקער רויטער אַרמיי. זײַן לעבן איז אַ סך מאָל געהאָנגען אויף אַ האָר. ער איז צוויי מאָל פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן. אינעם שפּיטאָל, וווּ ער איז געלעגן, האָט געבושעוועט דער טיפֿוס. ער איז שוין דערגאַנגען צום לעצטן פּונקט, אים האָט מען שוין פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מת. אָבער, ווען ס׳איז באַשערט צו בלײַבן לעבן...

פֿרילינג 1920 איז זשאַבאָטינסקי אָנגע­קומען קיין נאָוואָראָסייסק, אַ שטאָט בײַם שוואַרצן ים. דאָ האָט ער זיך באַגעגנט מיטן באַרימטן רעזשיסאָר מייערכאָלדן, וועלכער איז באַפֿרײַט געוואָרן דורך דער "רויטער אַרמיי" פֿון דער ווײַסגוואַרדיייִשער געפֿאַנ­גענשאַפֿט, געאַרבעט ווי אַ פֿאַרוואַלטער פֿונעם קונסט־אָפּטייל אינעם שטאָטישן פֿאָלקסבילדונג־אַנשטאַלט און געשטעלט פֿאָרשטעלונגען אינעם אָרטיקן דראַמאַטישן טעאַטער.

די עקשנותקייט פֿונעם יונגן זשאַבאָ­טינסקין, זײַן טעמפּעראַמענט, זײַנען גע­פֿעלן געוואָרן דעם גרויסן רעזשיסאָר און ער, קלײַבנדיק זיך אַריבערצופֿאָרן קיין מאָסקווע (וווּ ער וועט אינגיכן אַנטציקן די טעאַטראַלע וועלט מיט זײַנע נאָוואַטאָרישע פֿאָרשטעלונגען), האָט עטלעכע מאָל פֿאָר­געלייגט זשאַבאָטינסקין צו פֿאָרן מיט אים. אָבער פֿאַר וואָס ער איז נישט געפֿאָרן ווייסט ער אַליין נישט.

... און ווידער איז זשאַבאָטינסקי אין זײַן היימשטאָט טשערקאַס, וווּ די יעווסעקציע פֿונעם שטאָטישן פֿאָלקאָמבילד האָט אים באַשטימט, מיט דער הילף פֿון די אוק­ראַיִנישע אַקטיאָרן, צו שאַפֿן אַ ייִדישע דראַמאַטישע סטודיע. זשאַבאָטינסקיס דראַמ­קרײַז ווערט אַ באַשטאַנדטייל פֿון אָט דער סטודיע און ס׳הייבט זיך אָן אַן אָנגע­פֿילט שעפֿעריש לעבן. אין דער סטודיע אונטערריכטן: סעמדאָר — אַקטיאָרישע מײַסטערשאַפֿט; דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער סטודיע, דער לערער פֿון דער ייִדישער אַרבעט־שול (וווּ איך האָב שפּעטער זיך געלערנט) גראָסמאַן — ייִדישע ליטעראַטור; גנאָט יוראַ — מימאָדראַמע; בוטשמאַ — טענץ; דער רעזשיסאָר וואַסיליעוו — דאָס קינסטלערישע וואָרט. זשאַבאָטינסקין האָט מען פֿאַרטרויט פֿאַרנעמען זיך מיט די סטו­דענטן אויף דער סצענישער פּראַקטיק.

צום באַדויערן, האָט אָט די פֿריידיקע אַרבעט געדויערט ניט לאַנג. ס׳פֿאָרט אַוועק סעמדאָר, נאָך אים פֿאַרלאָזן די שטאָט אויך אַנדערע אונטערריכטער פֿון דער סטודיע. זשאַבאָטינסקי בלײַבט בלויז מיט גראָסמאַנען, וועלכער לייענט אויסער­גע­וויינטלעך אינטערעסאַנטע לעקציעס וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און קונסט.

אין אַ צײַט אַרום באַקומט זשאַבאָטינסקי אַ בריוו פֿון סעמדאָרן, אין וועלכן ער טיילט אים מיט, אַז ער אָרגאַניזירט אין קיִעוו אַ ייִדישן טעאַטער און בײַ אים אַ סטודיע. ער בעט אים אָפּקלײַבן עטלעכע סאַמע פֿעיִקסטע סטודענטן און צוזאַמען מיט זיי קומען צו פֿאָרן קיין קיִעוו. זשאַבאָטינסקי, נישט געטראַכט לאַנג, קלײַבט אָפּ פֿיר סטודענטן, דערונטער דניאל דניעפּראָוו־רוּווינסקין, וועלכער וועט שפּעטער ווערן, ווי זשאַבאָטינסקי, איינער פֿון די פֿירנדיקע אַקטיאָרן פֿונעם קיִעווער "גאָסעט", און אין אָנהייב 1921 קומט ער צו פֿאָרן מיט זיי קיין קיִעוו.

דעם טעאַטער האָט מען אָנגערופֿן "אָנהייב". בויען אים האָט גענומען, ווי מיר פֿאַרשטייען, שוין דער טאַלאַנטירטער רעזשיסאָר סעמדאָר, ריכטיקער — סעמיאָן דאָראָשענקאָ, און נאָך ריכטיקער — שמעון גאָלדשטיין, דער זון פֿון אַ שוסטער פֿון סמילע, אַ שטעטל נישט ווײַט פֿון טשערקאַס.

דאָס זוכן נײַע וועגן האָט סעמדאָרן געבראַכט צו פֿירן צום סימבאָליזם און מיסטיציזם. אין דער ריכטונג שאַפֿט ער דעם רעפּערטואַר פֿונעם טעאַטער: פּרצעס "די גאָלדענע קייט", "קאַבאַליסטן", "בערל דער שנײַדער"; לעאָניד אַנדרייעווס "דער האַר פֿון הונגער"; פּרץ הירשביינס "דאָס פֿאַרוואָרפֿן ווינקל" און "פֿאַרקנסונג"; שלום אַשס "גאָט פֿון נקמה". אין אַלע אָט די פֿאָרשטעלונגען האָט נאָכאַנאַנד מיט סעמדאָרן די הויפּט־ראָלעס געשפּילט זשאַבאָטינסקי. געשפּילט, ווי די טעאַטראַלע קריטיקער האָבן געשריבן — גלענצנדיק, איבערהויפּט די ראָלע אין אַנדרייעווס "דער האַר פֿון הונגער".

זײַענדיק פֿאַרכאַפּט אין דער האַרציקער שעפֿערישקייט, האָבן די אַקטיאָרן און די סטודיאַנטן — און צווישן זיי זײַנען געווען אַזעלכע ווי די שפּעטער באַרימט־געוואָרענע אַקטריסע רבֿקה רופּינע, פֿיי זאַסלאַווסקי, וואָלף שײַקעוויטש — פֿאַרגעסן אינעם צושויער; און ער האָט נישט אויפֿ­גענומען סעמדאָרס עקספּערימענטן און דעם טעאַטער כּמעט נישט באַזוכט. איז אויס­געבראָכן אַ געפֿערלעכע לאַגע. אין 1922 איז דער טעאַטער געשלאָסן געוואָרן.

זשאַבאָטינסקי, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי ראָזען, האָט זיך אומגעקערט קיין טשער­קאַס, און ווידער אָנגעהויבן אָנפֿירן מיט אַ ייִדישער טעאַטראַלער סטודיע. איינצײַטיק געאַרבעט אין ייִדישע שולן, קינדערהיימען, אָנגעפֿירט מיט אַ רוסישן דראַמקרײַז בײַ דער מאַכאָרקע־פֿאַבריק און געבענקט נאָך אַן עכט פּראָפֿעסיאָנעלן טעאַטער. אָנגעהויבן טרוימען וועגן דעם מאָסקווער "גאָסעט". נאָר דאָ איז קיין טשערקאַס געקומען דער באַרימטער בינע־מײַסטער רודאָלף זאַסלאַווסקי מיט זײַן טרופּע און ער איז אין איר אַרײַנגעטראָטן.

אין 1924 ווערט זשאַבאָטינסקי אַן אַק­טיאָר אינעם קיִעווער נײַ־אָרגאַניזירטן ייִדישן טעאַטער "קונסט־ווינקל". אַ גוטער טעאַטער געווען, אַ הויך־קינסטלערישער, ליטעראַרישער. אין אים האָט זיך פֿאַרזאַמלט דער גאַנ­צער קווייטן־בליִונג פֿון דער ייִדישער טעאַטראַלער וועלט: דער שטערן פֿונעם ייִדישן טעאַטער לאה בוגאַוואַ, די אַקטריסעס רבֿקה רופּינאַ, און מירל ליפֿשיץ, איינע פֿון די בעסטע בינע־מאַמעס שיינדל סטרעלסקע (אסתּר־רחל קאַמינסקאַס לאַנג־יאָריקע פּאַרטנערשע), סאָניע איידעלמאַן, דער בעס­טער אַקטיאָר אויף קאָמישע ראָלעס לייזער קאַלמאַנאָוויטש, דער לאַנג־יאָריקער אַק­טיאָר און רעזשיסאָר מאַרק מייערסאָן, וועל­כער האָט נאָך אין 1906 געשאַפֿן אין וואַרשע אַ דראַמאַטישן טעאַטער און גע­שטעלט שעקספּירס פּיעסעס, שילערס, שלום־עליכמס, גאָרדינס.

אין שפּיץ פֿונעם טעאַטער — וועלכער האָט, אַגבֿ, נישט באַקומען קיין גראָשן פֿון דער מלוכה — איז געשטאַנען איינער פֿון די אָנגעזעענסטע אַדמיניסטראַטאָרס, טבֿיה לוקסענבורג.

קיין קיִעוו האָט זיך זשאַבאָטינסקי אומ­געקערט ווען דער "קונסט־ווינקל" טעאַטער האָט שוין אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן און אויף זײַן אָרט איז געשאַפֿן געוואָרן נישט קיין גרויסער מלוכה־טעאַטער אונטער דער אָנפֿירונג פֿונעם יונגן רעזשיסאָר זאַכאַר ווין (דער מאַן פֿון דער אַקטריסע איוואַ ווין — ביידע פֿונעם כאַרקאָווער "גאָסעט"). אינגיכן האָט אים פֿאַרביטן דער רעזשיסאָר פֿונעם מאָסקווער קינסטלערישן טעאַטער ("מכאַט") באָריס ווערשילאָוו, וועלכער איז געקומען קיין קיִעוו צוזאַמען מיט אַ גרופּע סטודענטן פֿון זײַן מאָסקווער סטודיע "פֿרײַקונסט". אינגיכן איז די מערהייט פֿון זיי צוריקגעפֿאָרן קיין מאָסקווע. געבליבן זײַנען ראַיע יאַצאָווסקי, פּאָליע פּאָמעראַנץ, משה אויבעלמאַן און אַבֿרהם רובינשטיין ווי רעזשיסאָר.

פֿון דעם מאָמענט הייבט זיך אָן די אמתע געשיכטע פֿונעם קיִעווער "גאָסעט", אין וועלכן זשאַבאָטינסקי איז געוואָרן איינער פֿון די פֿירנדיקע אַקטיאָרן, ביז מען האָט דעם טעאַטער, ווי אַלע אַנדערע ייִדישע טעאַטערס, געשלאָסן (געווען איז דאָס אין פֿעברואַר 1950).

אין די אַלע פֿאָרשטעלונגען, אויפֿגעפֿירט פֿון ווערשילאָוו, האָט זשאַבאָטינסקי גע­שפּילט, אויב נישט די הויפּט־ראָלעס, איז לכל־הפּחות באַדײַטנדיקע ראָלעס. ווי גוט און אמתדיק איז ער געווען אין דער ראָלע פֿון נחמנען ("דער ערשטער ייִדישער רעקרוט"), וועמען די שטאָטישע פּני האָבן אָפּגענאַרט און אָפּגעגעבן אים אין די רעקרוטן אויף פֿינף־און־צוואַנציק יאָר.

אייניקע מאָל האָט מען אים פֿאַרטרויט צו שפּילן בפֿירוש שוואַכע ראָלעס, נאָר זייער וויכטיקע פֿאַר דער סיפּור־המעשׂה פֿון דער פּיעסע, איר אידעיִשקייט.

אין 1937 האָט זיך ווערשילאָוו מיט זײַן פֿרוי אסתּר באַנגאָרד, צוריקגעקערט קיין מאָסקווע אינעם "מכאַט"־טעאַטער. דער הויפּט־רעזשיסאָר פֿונעם טעאַטער איז גע­וואָרן נחום לויטער, דער ברודער פֿון אפֿרים לויטער, דעם שעפֿער פֿונעם טעאַטער. נחום איז געווען אַ רעזשיסאָר פֿון מייערכאָלדס שול. אין צוויי יאָר אַרום איז ער פֿאַרבעטן געוואָרן צו ווערן דער אָנפֿירער פֿונעם וויטעבסקער ווײַסרוסישן טעאַטער. זײַן אָרט האָט פֿאַרנומען דער פֿירנדיקער אַקטיאָר פֿונעם מאָסקווער "גאָסעט", משה גאָלדבלאַט, וועלכער האָט שוין באַוויזן צו אָרגאַניזירן דעם מאָסקווער ציגײַנערישן טעאַטער און צוויי יאָר אָנצופֿירן מיטן ביראָבידזשאַנער טעאַטער. אָנגעהויבן האָט ער פֿון שטעלן די היסטאָריש־העלדישע דראַמע, וועלכע ס׳האָט געשאַפֿן און אַפּאָעטיזירט דער פּאָעט שמואל האַלקין אויפֿן סמך פֿון גאָלדפֿאַדענס דראַמע "בר־כּוכבא", מיט זשאַבאָטינסקין אין דער הויפּט־ראָלע.

זשאַבאָטינסקי האָט זיך "געבאָדן" אין דער ראָלע פֿון האָצמאַך ("בלאָנדזשענדע שטערן"). און ס׳זײַנען דאָך געווען אויך אַנדערע ראָלעס, אַזעלכע ווי יאָשקע־מוזיקאַנט, מאָטקע־גנבֿ, דער פֿאַלשער קוני־לעמל, טשעכאָווס דאָקטאָר אָסטראָוו (אין "פֿעטער וואַניע"), און אַנ­דערע — בסך־הכּל 180 ראָלעס.

וואָס ווײַטער? אונדזער טעאַטער, ווי אַלע אַנדערע ייִדישע טעאַטערס, האָט מען געשלאָסן. יצחק זשאַבאָטינסקין, ווי אַ פֿירנדיקן אַקטיאָר פֿונעם טעאַטער, און פֿאַרדינסטפֿולער אַקטיאָר פֿון דער אוק­ראַיִנישער רעפּובליק, האָט מען אײַנגעאָרדנט אינעם קיִעווער רוסישן דראַמאַטישן טעאַטער אויף לעסיאַ אוקראַיִנקעס נאָמען. באַגעגנט האָט מען אים שווײַגנדיק. מען קאָן ניט זאָגן ניט פֿרײַנדלעך, נאָר דאָך מיט אַ חשד, פֿאָרזיכטיק. פֿאָרט פֿון אַ ייִדישן טעאַטער. געווען ניט שטאַרק פֿאַרנומען און אין ניט קיין צוגעפּאַסטע פֿאַר אים ראָלעס; אַזוינע, פֿאַרבײַגייענדיקע. אין 1957, ווי נאָר ער איז אַלט געוואָרן 60 יאָר, האָט מען אים גלײַך אָפּגעשיקט אויף פּענסיע; דעליקאַט, אינטעליגענטיש. ער האָט אָנגעהויבן קרענקען, און דאָ איז נאָך געשטאָרבן זײַן ליבע און טרײַע פֿרוי, זײַן איינציקער נאָענטער מענטש אין שווערע צײַטן. געבליבן אַן איינזאַמער. דאָס איינציקע שטיקל נחמה — באַגעגענישן מיט פֿרײַנד פֿון אונדזער טעאַטער, זײַנע בריוו־באַגריסונגען צו זיי (דערונטער אויך צו מיר) און אונדזערע בריוו צו אים. זײַנע בריוו — שאַרפֿזיניקע, אייניקע פֿון זיי — אין גראַמען, מיט הומאָר. ער איז דאָך געווען אַ גלענצנדיקער הומאָריסט אויף אַלע אונדזערע קאָנצערטן.

געשטאָרבן אין עלטער פֿון 80 יאָר, דעם 24סטן יאַנואַר 1982. זאָל זײַן נאָמען נישט פֿאַרגעסן ווערן!