פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער קאַסאַמען-טעראָר פֿון דעם איסלאַ­מישן דזשיהאַד האָט ווידער באַנײַט דאָס אָנוואַרפֿן אַ פּחד אויף דער באַפֿעלקערונג פֿון ישׂראל, מיטן דערעפֿענען דאָס נײַע שול־יאָר און מיטן באַנײַען די פּרוּוון צו דערגרייכן אַ שלום מיט אונדזערע שכנים, אויב ווער עס איז נאָך גרייט הײַנט אַזוינס צו דעוואַרטן.

לכתּחילה האָט עס הײַנטיקע וואָך אויס­געזען, אַז דאָס נײַע שול־יאָר האָט צום ערשטן מאָל נאָך אַ סך יאָרן זיך געעפֿנט פֿריד­לעך, אָן שטערונגען און אָן שטרײַקן — סײַ מחמת דעם געריכט-פֿאַרבאָט קעגן דעם גע­פּלאַנטן לערער-שטרײַק אין די מיטל­שולן און סײַ נאָך דער הסכּמה פֿון די אַראַ­בישע לערערס אָפּצולייגן זייער אָנגע­זאָגטן דרײַ-טאָגיקן שטרײַק קעגן דער שאַרפֿער דיסקרימינאַציע און פֿאַרנאַכ­לע­סיקונג פֿון דעם אַראַבישן סעקטאָר אינעם שולוועזן.

צו דער פֿרידלעכער דערעפֿענונג פֿון דעם נײַעם שול־יאָר האָט אויך אָן ספֿק בײַ­געשטײַערט די נײַע רעפֿאָרם פֿון דער ביל­דונגס-מיניסטאָרין פּראָפֿ' יולי תּמיר, וואָס זאָגט אָן אַ באַדײַטנדיקע לוין-העכערונג און העכערע אויסבילדונג פֿון די לערער — דערווײַל נאָר פֿון די נײַע. צו דעם צוועק האָט די רעגירונג, צום ערשטן מאָל נאָך אַ סך יאָרן פֿון אומאויפֿהערלעכע בודזשעט-קירצונגען און דורכגעפֿאַלענע "רעפֿאָרמען אויף צוריק", פֿאַרגרעסערט מיט קרובֿ אַ מיליאַרד שקלים דעם מדינה-בודזשעט פֿאַר דערציִונג און בילדונג.

דעם אמת געזאָגט, איז די רײַך-קלינ­גענדיקע ציפֿער פֿון אַ מיליאַרד שקלים (אַן ערך 235 מילאָן דאָלאַר) אַ טראָפּן אין ים פֿאַר דער דערציִונג און בילדונג פֿון קרובֿ צוויי מיליאָן קינדער (אײַנגעשלאָסן די סטודענטן אין די הויכשולן) אין אַן אַלגע­מיינעם בודזשעט פֿון איבער דרײַ הונדערט מיליאַרד שקלים, און בײַ אַ דערוואַרטן עודף פֿון 7.5 מיליאַרד שקלים פֿון די שטײַער-הכנסות אין דעם יאָר. דאָס איז אויך די סיבה פֿון דער שטאַרקער אומצופֿרידנקייט, וואָס הערשט אין לאַנד צוליב דער אָנגייענדיקער דראַסטישער ירידה פֿון דעם בילדונגס-ניוואָ און דעם בילדונגס-פּאָטענציאַל פֿון דער אונטערוואַקסנדיקער ישׂראלדיקער יוגנט, בעת 800,000 קינדער געפֿינען זיך "אונטער דער ליניע פֿון אָרעמקייט" — ווי עס ווערט געזאָגט אין דעם לעצטן אָפֿיציעלן "אינדעקס פֿון נויט", וואָס איז הײַנטיקע וואָך פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דורך דער מלוכישער "נאַציאָנאַלער פֿאַרזיכערונג" (די אַלגעמיינע צאָל נפֿשות, וואָס געפֿינט זיך "אונטער דער ליניע פֿון נויט", באַטרעפֿט אַ מיליאָן מיט 650 טויזנט).

פֿאַרשטייט זיך, אַז די נויט, פֿון וועלכער עס לײַדט אַ דריטל פֿון דער אַלגעמיינער (און מער ווי אַ העלפֿט פֿון דער אַראַבישער) באַפֿעלקערונג, פֿילט זיך נישט אָפּ בײַ דער גרעסערער מערהייט, וועלכע לעבט אין אַן אַטמאָספֿער פֿון אַ פֿיקטיווער שפֿע — מיט אַ היפּשן וווּקס פֿון דער נאַציאָנאַלער פּראָדוקציע און אַ וווּקס, למשל פֿון בערך 30% פֿון דער צאָל נײַע אײַנגעקויפֿטע אויטאָס אין חודש אויגוסט, אין פֿאַרגלײַך מיט פֿאַראַיאָרן. די אַלגעמיינע עקאָנאָמישע שפֿע ווערט געמאָסטן לויט דער לאַגע פֿון דעם געניסנדיקן און פֿאַרמעגלעכן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג. זי ברענגט אָבער מיט זיך, ווי אַ המשך און אַ רעזולטאַט פֿון דער נעאָ-קאָנסערוואַטיווער עקאָנאָמישער פּאָליטיק פֿון דער רעגירונג, דעם דראַסטישן וווּקס פֿון די סאָציאַלע קאָנטראַסטן.

אין דעם טאָג פֿון דערעפֿענען דאָס נײַע שול־יאָר איז איינער פֿון די ישׂראלדיקע נאָבעל-לאַורעאַטן, פּראָפֿ' ציעכאַנאָווער, אַרויס מיט אַן אַלאַרם-וואָרענונג כּמעט אויף דער גאַנצער פֿראָנט-זײַט פֿון דער היגער סאַמע פֿאַרשפּרייטסטער נאָכמיטאָג-צײַטונג ("ידיעות אחרונות"), אַז די אָנגייענדיקע ירידה פֿון דעם בילדונגס-צושטאַנד פֿירט צו אַן אומפֿאַרמײַדלעכער קאַטאַסטראָפֿע אויף אַלע געביטן פֿון אונדזער מלוכישן און פּערזענלעכן לעבן, אײַנשליסלעך אויפֿן שטח פֿון דער נאַציאָנאַלער זיכערהייט און פֿאַרטיידיקונג. אָן בילדונג קאָן מען נישט בויען קיין מאָדערנע אַרמיי, קיין פּראָס­פּערירנדיקע ווירטשאַפֿט און קיין אינדוסט­ריע, און אַוודאי נישט קיין פֿאָרגע­שרי­טענע טעכנאָלאָגיע, האָט דער פּראָפֿעסאָר אַלאַרמירט און געוואָרנט פֿאַר אַ צוזאַמענברוך פֿון דער מדינה מיט איר גאַנצן לעבנס-מעכאַניזם.

אָבער אין שׂדרות, לעבן דעם עזה-פּאַס, זענען די קינדער "באַגריסט געוואָרן" פֿון זייערע פּאַלעסטינער שכנים פֿון דעם "איס­לאַ­מישן דזשיהאַד" מיט אַ האָגל פֿון "קאַ­סאַם"-ראַקעטן — בעת אין דער זעל­בער צײַט גרייטן זיך אָלמערט און אַבו-מאַזען — פּרובירנדיק אויסאַרבעטן אַ בשותּ­פֿות­דיקע פּרינציפּן-פּלאַטפֿאָרם פֿאַר אַ "פולער לייזונג" — צו דער ראַיאָן-קאָנ­פֿע­רענץ אין וואַשינגטאָן פֿאַר אַ שלום אין מיטעלן מזרח. דער אומגלויבן און די אינער­לעכע קעגנערשאַפֿטן הערשן סײַ אין דער אָפּאָזיציע פֿון "קדימה", סײַ אין דער קאָאַליציע און סײַ מצד דעם "שלום-קעמפֿער" אהוד ברק, דעם מנהיג פֿון "עבֿודה", וועלכער האַלט זיך אַלץ בײַ זײַן אַלטער טענה, אַז עס איז "נישטאָ קיין פּאַלעס­טינער פּאַרטנער צו אַ שלום". ווער ווייסט אָבער, צי אַ ישׂראלדיקער פּאַרטנער איז פֿאַראַן. לאָמיר האָפֿן, אַז יאָ.

ווען דער טעראָר הייבט אָן צו ווילדעווען, ווערן אַלע אַנדערע ענינים בטל בשישים קעגנאיבער דעם פּחד, וועלכן ער וואַרפֿט אָן אויף דער מדינה און אויף אירע בירגער, און אין אָנבליק פֿון דער אומבאַהאָלפֿנקייט פֿון דער שטאַרקסטער אַרמיי קעגנאיבער דעם פּרימיטיוון טעראָריסטישן שאַנטאַזש, וועלכער פֿאַרבעסערט אָן אויפֿהער זײַנע שיטות און מיטלען.

דער טעראָר איז דער געטרײַס­טער פֿאַרבינדלער פֿון אַלע פֿונדאַמענטאַ­ליס­טישע און פֿאַנאַטישע עקסטרעמען, אויך פֿון דער פֿײַנטלעכער זײַט, קעגן וועמען דער זעלבער טעראָר איז געווענדט — אָבער אַלע זענען זיי קעגן דער רו, קעגן דער מע­סיקייט, קעגן דעם שלום. די ערשטע קרבנות פֿון דעם טעראָר זענען אָבער: קינדער און אומשולדיקע ציווילע בירגער, די קריטיק און דער פרײַער געדאַנק, וועל­כע ווערן פאַרשטומט, און צום סוף — דער שׂכל הישר, דער קלאָרער פאַרשטאַנד און די געזעלשאַפֿטלעכע מאָראַל.

אָנוואַרפֿנדיק אַ פּחד אויף דער באַפֿעלקע­רונג, וועקט ער אויף בײַ איר די שטאַרקע געפֿילן פֿון כּעס און נקמה, פֿאַרשטאַרקט און סטימולירט די אַוואַנטוריסטישע עלעמענטן און באַוועגט זיי צו שטויסן די מנהיגים פֿון דער מדינה צו אימפּראָוויזירטע און אומבאַרעכנטע שריט, וואָס קענען איר ברענגען אַ סך מער שאָדן ווי נוצן.

דער רוצחישער טעראָר פֿון "כאַמאַס" האָט אין 1994 אויפֿגעוועקט די מעכטיקע העץ-קאַמפּאַניע אין לאַנד קעגן דעם אָפּמאַך פֿון אָסלאָ, וואָס האָט געפֿירט צום מאָרד פֿון יצחק ראַבין, האָט צוריקגעקערט דעם "ליכּוד" צו דער מאַכט און דערהרגעט דעם שלום-פּראָצעס; די קאָלעקטיווע רע­פּרע­סיעס און באַשטראָפֿונגען, די עקאָ­נאָ­מישע, אַדמיניסטראַטיווע און אָפּעראַ­טיווע בלאָקאַדעס קעגן דער פּאַלעס­טינער באַפֿעלקערונג האָבן פֿאַרשטאַרקט דעם ייִאוש, די אויסזיכטלאָזיקייט און די מאָ­טיוואַציע, געהאָלפֿן מאָבי­לי­זירן הונ­דער­טער און הונדערטער זעכלבסמערדער-טע­ראָ­ריסטן ווי "דזשיהאַדן", און האָבן אויס­גע­ברייטערט און פֿאַרשטאַרקט דעם פֿאַר­נעם פֿונעם טעראָר.

די באַפֿעלקערונג פֿון שׂדרות, פֿון די קיבוצים און ייִשובֿים אין דער נאָענט גע­פֿינען זיך שוין זיבן יאָר אונטער דעם געשפּענסט פֿונעם טעראָר. נתניהו, וועלכער האָט שוין אָנגעשריבן עטלעכע טעאָריע-ביכער וועגן טעראָר, באַטראַכט זיך פֿאַר אַ מומחה, ווי אַזוי אים צו באַקעמפֿן און באַזיגן. ער באַרימט זיך, שטיצנדיק זיך אויפֿן קורצן קאָלעקטיוון זכּרון, אַז ווען ער איז געקומען צו דער מאַכט, האָט ער גובֿר געווען דעם טעראָר. ער פֿאַרגעסט אָבער, אַז ער האָט דעם שלום-פּראָצעס אָפּגעשטעלט, אַזוי ווי דער "כאַמאַס" האָט געוואָלט. און ער מאַכט זיך פֿאַרגעסן, אַז עס זענען נישט געווען בעת זײַן הערשאַפֿט קיין טעראָר-אַקטן. דער אמת איז, אַז דער זעלבסטמערדער־טעראָר האָט געהוליעט אויך אונטער זײַן הערשאַפֿט און קורץ נאָך דער אָפּעראַציע "חומת מגן" (שוצמויער), מיט וועלכער עס האָט אָנגעפֿירט דער אַרמיי-שעף "בוגי" יעלון און, וועלכער האָט אַ טריִומפֿירנדיקער דערקלערט, אַז "דער טעראָר איז געוואָרן באַזיגט" — האָט דער טעראָר זיך ווידער באַנײַט — אָבער שוין אונטער שרונען. שרון האָט אָנגעזאָגט, אַז ער האָט די ריכטיקע רפֿואה קעגן דעם טעראָר — ער האָט זי שוין אַמאָל געהאַט אויספּרובירט אין עזה, ווי דער קאָמאַנדיר פֿונעם דרום-פֿראָנט, פֿאָרנדיק מיט אַ בײַטש אין דער האַנט איבער די גאַסן פֿון דער שטאָט, וואָס האָט אויך דעמאָלט נישט געהאָלפֿן. צום סוף, איז ער געקומען צום אויספֿיר וועגן דער באַגרענעצטקייט פֿון כּוח, און אַז "אויך אײַנהאַלטן זיך איז כּוח".

נאָר פּאָליטישע איניציאַטיוון, וואָס האָבן געעפֿנט כאָטש אַ שפּאַרונע פֿאַר אַ האָפֿענונג, אַ "פֿענצטער פֿון אַ געלעגנהייט" און האָבן געפֿירט צו אַ וועלכער עס איז פֿאָרעם פֿון פֿאַרהאַנדלונגען, האָבן יעדעס מאָל אָפּגעשוואַכט דעם טעראָר.

און — לאָמיר זיך צוריקקערן קיין שׂדרות. עס איז ניט שווער צו פֿאַרשטיין די סיטואַציע פֿון אירע אײַנוווינער, מיטצופֿילן און מיטצוּווייטיקן מיט זייערע ליידן, מיטן פּחד, וואָס באַהערשט זיי מיט יעדן אָנפֿלי פֿון אַ "קאַסאַם"-ראַקעט און מיטן פֿאַלן פֿון יעדן "קאַסאַם" אין זייער הויז אָדער אין דער נאָענט פֿון זייער הויז, צי אין דעם קינדער־גאָרטן, וווּ זייערס אַ קינד אָדער אַן אייניקל געפֿינט זיך.

צום גליק, זענען פֿון די הונדערטער ראַקעטן נישט געווען קיין קערפּערלעכע קרבנות. אויך דער פּחד און די טראַוומע זענען ווייטיקלעך. זיי פֿאָדערן נקמה, זיי פֿאָדערן אַקציע, שטראָף. דאָס וואָס אין עזה-פּאַס זענען אין איין וואָך דערהרגעט געוואָרן פֿינף קינדער פֿון אַ ישׂראלדיקער באָמבע, דערגייט נישט צו זייער נקמה-באַ­וווּסטזײַן. זיי פֿאַרלאַנגען פֿון דער רע­גירונג זי זאָל "לאָזן דער אַרמיי מנצח זײַן" — און זיי האָבן שוין פֿאַרגעסן, אַז מיר האָבן שוין דעם דאָזיקן פֿילם געזען, און מיר לעקן נאָך אַלץ די וווּנדן פֿון דעם פֿאַר­אַיאָריקן דורכפֿאַל אין לבֿנון. עזה איז אָבער נישט לבֿנון — נאָר אַ סך ערגער: דאָרט לעבן אַנדערטהאַלבן מיליאָן נפֿשות אין דער סאַמע געדיכטסטער ענגשאַפֿט אויף דער וועלט, אויף אַ שטח פֿון סך-הכּל 360 קוואַדראַט-קילאָמעטער. דאָרט איז דער זומפּ אַ סך טיפֿער, דאָרט איז אַ מאַסיווע מיליטערישע אָפּעראַציע פֿאַרבונדן מיט הונדערטער יונגע לעבנס פֿון אונדזערע סאָלדאַטן. און די אינטערנאַציאָנאַלע פּאָלי­טישע קאָנסעקווענצן קענען אויך נישט ווערן גרינגגעשאַצט. מיר זענען נישט אַליין אין דעם טראַגישן פּלאָנטער.

די זעלבע שרײַער, וואָס האָבן פֿאַראַיאָרן פֿאַרלאַנגט פֿון דער אַרמיי זי "זאָל זיי ווי געהעריק דערלאַנגען", האָבן שפּעטער באַשולדיקט די מנהיגים הלמאי זיי האָבן זיך אַרײַנגעלאָזט אין דער אַוואַנטורע, און די אַרמיי — ווײַל זי איז נישט געווען גענוג צוגעגרייט און הלמאי זי האָט נישט מנצח געווען... איצט איז מנצח דער קורצער זכּרון און דער צעטרייסלטער שיקול הדעת און שׂכל הישר. די רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט וואַרט דאָך נאָך אַלץ אויפֿן אויספֿיר פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע...

נתניהו, אפֿי (אפֿרים) איתּם און די אַנדערע רעכטע מנהיגים פֿאָדערן, אַז צה"ל זאָל רעאַליזירן זײַנע פּלענער, וואָס ליגן שוין גרייט מער ווי אַ האַלב יאָר, און זאָל אַרײַן מיט אַ גרויסן כּוח קיין עזה און זי פֿון דאָס נײַ אָקופּירן. אָלמערט האָט דערקלערט, שוין נישט צום ערשטן מאָל, אַז ער האָט פֿאַראָרדנט צה"ל זאָל גלײַן רעאַגירן אויף יעדן "קאַסאַם" און זאָל פֿאַרניכטן די נעסטן פֿון די ראַקעטן מיט זייערע באַדינער. דער זיכערהייט-מיניסטער און די אַרמיי וואַרטן אויף אַ גענוגנדיקן מאָטיוו אָדער "געלעגנהייט", כּדי צו עפֿענען די אָפֿענסיווע. אַזאַ מאָטיוו אָדער "געלעגנהייט" קען זיך מאַכן — ווי מאַקאַבריש און ציניש דאָס זאָל נישט קלינגען, — נאָר מחמת אַ לעבנס-קרבן פֿון אַן אַרויסגעשיקטן ראַקעט.

די דירעקט לײַדנדיקע, די אײַנוווינער פֿון שׂדרות און פֿון די ייִשובֿים אין מערבֿ­דיקן נגבֿ, די דירעקטע קרבנות פֿון דעם דזשיהאַדישן טעראָר, זעען נאָר איין מעג­לעכע ברירה, באַשולדיקנדיק די פּאָלי­טישע אָנפֿירונג אין בטלנות, אין פּחדנות און אין שוואַכזאַמקייט. די דאָזיקע "שוואַכ­זאַמקייט" איז אָבער אַ רעזולטאַט פֿון דער שווערער דילעמע פֿאַר שׂדרות ווי פֿאַר דער גאַנצער מדינה — גרייטנדיק זיך צו יובֿלען אין אַ האַלב יאָר אַרום דעם 60סטן געבורטסטאָג פֿון דער מדינה.

תּל-אָבֿיבֿ, 4טער סעפּטעמבער, 2007