|
Martin Goodman. Rome and Jerusalem: The Clash of Ancient Civilizations. Knopf: 2007 |
|
די פֿאָרשטעלונג, אַז די וועלט איז צעריסן צווישן צוויי קעגנערישע צדדים איז ניט קיין נײַע. אין פֿאַרשידענע צײַטן האָבן די דאָזיקע צוויי צדדים אויסגעזען אַנדערש׃ מיזרח און מערבֿ, קריסטנטום און איסלאַם, קאַפּיטאַליזם און קאָמוניזם. דער מענטשלעכער שׂכל האָט אַ טבֿע צו באַגרײַפֿן די ווירקלעכקייט דורך קעגנזאַצן, שוואַרץ־און־ווײַס.
דאָס בוך פֿון מאַרטין גודמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים בײַם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, איז געווידמעט דעם אַלטן קאָנפֿליקט אין דער וועלט־געשיכטע, וואָס האָט באַווירקט דעם כאַראַקטער פֿון אונדזער ציוויליזאַציע פֿאַר די קומעדיקע צוויי יאָרטויזנטער. דאָס איז געווען די אַזוי גערופֿענע "ייִדישע מלחמה", וואָס האָט גורם געווען דעם חורבן פֿונעם צווייטן בית־המקדש און דעם ייִדישן גלות.
גודמאַן מאָלט אַ ברייט פּאַנאָראַמיש בילד פֿון צוויי געזעלשאַפֿטן, דער רוימישער און דער ייִדישער. זײַן רײַכע ערודיציע אין ביידע קולטורן און זײַן קלאָרער סטיל דערמעגלעכן אים צו שאַפֿן אַ לעבעדיקן און פֿאַרכאַפּנדיקן פּראָטרעט פֿונעם אַמאָליקן לעבן אין אַ סך פּרטים, פֿון משפּחה־באַציִונגען ביז צו מלוכישער פּאָליטיק. די אַלטע וועלט ווערט ממש מחיה־מתים אין אַלע אירע קאָלירן און שאַטירונגען פֿאַר די אויגן פֿונעם לייענער. צומאָל שאַפֿט זיך אַפֿילו אַן אײַנדרוק, אַז מיר זעען יענע לאַנג פֿאַרגאַנגענע תּקופֿה אַפֿילו צו קלאָר, אַזוי ווי עס וואָלט געגאַנגען די רייד וועגן אונדזער צײַט.
סײַ די רוימישע, סײַ די ייִדישע ציוויליזאַציע ווערן באַשריבן מיט אַ סך פֿאַרשטאַנד און סימפּאַטיע. גודמאַן באַטאָנט כּסדר, אַז אין די אַלטע צײַטן זענען די ייִדן אויסגעקומען מיט די רוימער גאַנץ גוט, ווײַל די רוימישע אימפּעריע איז געווען רעלאַטיוו טאָלעראַנט לגבי פֿרעמדע קולטורן, כּל־זמן אַנדערע פֿעלקער האָבן אָנערקענט די רוימישע שליטה. דער אַלטער רוים איז געווען אַ מין מיליטערישע און פּאָליטישע סופּערמאַכט אין דעם ריזיקן געביט אַרום דעם מיטלענדישן ים. די רוימער האָבן גוט פֿאַרשטאַנען די חכמה פֿון דער וועלט־פּאָליטיק. זיי האָבן דערלאָזט ברייטע קולטורעלע און רעליגיעזע פֿרײַהייט פֿאַר פֿאַרשידענע פֿעלקער, כּדי אויסצומײַדן איבעריקע פּאָליטישע און מיליטערישע קאָנפֿליקטן איבער "קלייניקייטן". די רוימער האָבן ניט געהאַט קיין באַזונדערע שׂינאה קעגן פֿרעמדע פֿעלקער, הגם זיי האָבן זיי באַטראַכט מיט ביטול ווי ניט־ציוויליזירטע באַרבאַרן. אָבער די טירן צו דער רוימישער ציוויליזאַציע זײַנען געווען ברייט אָפֿן, און אַ סך פֿון די געוועזענע "באַרבאַרן" האָבן דערגרייכט הויכע פּאָזיציעס אין דער רוימישער געזעלשאַפֿט.
דער קאָנפֿליקט אַרום דעם ירושלימער בית־המקדש איז צוערשט געווען ניט מער ווי אַ מחלוקת צווישן אַ קליינעם רוימישן פֿאַרוואַלטער און עטלעכע היציקע ייִדישע קעפּ. דער דאָזיקער קאָנפֿליקט האָט פּאַמעלעך געטליִעט אין משך פֿון אַ פּאָר יאָר, ביז עס האָט זיך באַוויזן אויף דער רוימישער פּאָליטישער בינע אַן אַמביציעזער גענעראַל מיטן נאָמען וועספּאַסיאַן. ער האָט זיך גענייטיקט אין אַ מיליטערישן נצחון, כּדי צו פֿאַרפֿעסטיקן זײַנע פּאָזיציעס און באַרעכטיקן זײַנע פּרעטענזיעס אויף דעם כּיסא־המלך. אַ מלחמה אין ירושלים וואָלט פּאַסיק געווען פֿאַר זײַנע צילן. אָבער אַפֿילו דעמאָלט האָבן די רוימער ניט געהאַט בדעה חרובֿ צו מאַכן דעם בית־המקדש, ווײַל זיי האָבן כּסדר געהאַט דרך־ארץ פֿאַר פֿרעמדע געטער. דער חורבן איז געשען על־פּי צופֿאַל, האַלט גודמאַן, ווײַל יענער זומער איז געווען באַזונדערס הייס און טרוקן, און די זעלנער זײַנען געווען צעהיצט פֿון די שלאַכטן. אַזוי אָדער אַנדערש, האָט וועספּאַסיאַן דערגרייכט זײַן פּאָליטישן ציל און ניט נאָר געוואָרן דער רוימישער קייסער, אָבער אויך איבערגעגעבן זײַן מלכות בירושה צו זײַן זון טיטוס, וועלכער האָט קאָמאַנדעוועט מיט דער רוימישער אַרמיי בעת דער באַלאַגערונג פֿון ירושלים.
די געשיכטע פֿון יענער מלחמה איז גוט באַקאַנט, אַ דאַנק דעם ייִדישן היסטאָריקער יוסף פֿלאַוויוס, וועלכער איז אַריבערגעגאַנגען אויף דעם רוימישן צד און באַשריבן יענע דראַמאַטישע געשעענישן פֿאַר זײַנע נײַע בעלי־בתּים. גודמאַן האָט באַרײַכערט און פֿאַרפּינקטלעכט יוספֿס באַריכט אינעם ליכט פֿון אַנדערע היסטאָרישע מקורים, אָבער אין די עיקרדיקע פּונקטן איז ער מסכּים מיט זײַנע אָפּשאַצונגען. גודמאַן האַלט, אַז די פֿאַרשפּרייטע פֿאָרשטעלונג וועגן דעם, אַז "רוים" און "ירושלים" זײַנען געווען צוויי ביז גאָר פֿאַרשידענע ציוויליזאַציעס איז אויסגעטראַכט געוואָרן שפּעטער, און שולדיק אין דעם זײַנען די קריסטן, וועלכע האָבן אויסגעטײַטשט דעם חורבן פֿונעם בית־המקדש, ווי די ענדגילטיקע מפּלה פֿון ייִדנטום.
דער לעצטער קאַפּיטל פֿונעם בוך דערציילט וועגן דעם, ווי עס האָט זיך אויסגעפֿורעמט דער קריסטלעכער אַנטיסעמיטישער מיטאָס. ביזן חורבן פֿונעם בית־שני איז קריסטנטום געווען ניט מער ווי אַ ייִדישע סעקטע, איינע צווישן עטלעכע. די מפּלה פֿונעם ייִדישן אויפֿשטאַנד האָט זיי געגעבן אַ גוטן תּירוץ צו טענהן, אַז זייער גלויבן איז בעסער איידער דער ייִדישער, ווײַל זיי זײַנען ניט פֿײַנטלעך צו דער רוימישער מאַכט. די קריסטלעכע שליחים, צווישן זיי פּאַול (שאול), וועלכע זײַנען געווען גוט באַהאַוונט סײַ אין דער ייִדישער און סיי אין דער רוימישער קולטור, האָבן צוגעפּאַסט דעם נײַעם גלויבן צו די באַגריפֿן און דעם געשמאַק פֿון דער רוימישער ציוויליזאַציע און האָבן אים "אויסגערייניקט" פֿון די בולטע ייִדישע מינהגים, אַזעלכע ווי כּשרות און ברית־מילא. אַזוי אַרום האָט די קריסטלעכע קירך זיך פֿאָרגעשטעלט ווי דער איינציקער לעגיטימער יורש פֿון דעם "אַלטן טעסטאַמענט", און דערצו איז זי געווען געטרײַ דער רוימישער מאַכט. די ייִדן זײַנען, להיפּוך, געשילדערט געוואָרן ווי שׂונאים פֿון רוים. די דאָזיקע פּאָליטיק האָט דערפֿירט די קריסטן צו דעם ענדגילטיקן נצחון אינעם פֿערטן יאָרהונדערט, ווען דער רוימישער קייסער קאָנסטאַנטין האָט דערקלערט קריסטנטום ווי די אָפֿיציעלע מלוכישע רעליגיע פֿון דער רוימישער אימפּעריע. אַזוי האָט אַ צופֿעליקער קאָנפֿליקט צווישן אַ רוימישן פּראָקוראַטאָר און עטלעכע ייִדישע פֿירער באַשטימט דעם גאַנג פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע.
גודמאַנס קאָנצעפּציע זעט אויס גאַנץ רעאַליסטיש, בפֿרט ווען מען פֿאַרגלײַכט זי מיט די הײַנטיקע געשעענישן אין דעם נאָענטן מיזרח. עס איז זייער גרינג דורכצופֿירן כּלערליי פּאַראַלעלן צווישן דער אימפּעריאַלער פּאָליטיק פֿון אַמאָל און איצט. אָבער אַזאַ קוק קאָן אויך זײַן פֿאַרפֿירעריש, ווײַל יעדע צײַט האָט אַן אייגענעם כאַראַקטער, און אַלע היסטאָרישע פּאַראַלעלן דינען קאָנקרעטע פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע צילן. אַזוי אַרום דאַרף גודמאַנס געשיכטע בלײַבן ניט מער ווי אַ געשיכטע און ניט ווערן קיין לערנבוך פֿון פּאָליטיק.