פּובליציסטיק
די רומענישע סאָלדאַטן טרײַבן די בעסאַראַבער ייִדן צום טויט, יולי 1941
די רומענישע סאָלדאַטן טרײַבן די בעסאַראַבער ייִדן צום טויט, יולי 1941

דער רוסישער וואָכן־בלאַט "אַרגומענטי אי פֿאַקטי" (אַרגומענטן און פֿאַקטן) איז זייער פּאָפּולער סײַ אין רוסלאַנד און סײַ אין די נײַע מלוכות פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ צו דער הויפּט־צײַטונג, ווערט צוגע­לייגט אַ באַזונדערע בײַלאַגע, צונויפֿגעשטעלט פֿון אָרטיקן מאַטעריאַל. אַזאַ בײַלאַגע — "אַרגומענטי אי פֿאַקטי — מאָלדאָוואַ" — דערשײַנט אויך אין אונדזער רעפּובליק.

נישט לאַנג צוריק, אינעם נומער 28 האָט זיך באַוויזן אַן אינטערוויו אונטערן קעפּל "בלוט איז נישט וואַסער". אַזאַ מין סאָרט אַרטיקלען האָט מען נאָך ביז אַהער אין דער צײַטונג נישט גע­לייענט. צו די צווישן־נאַציאָנאַלע באַציִונגען, גאָר נישט קיין פּשוטע אין מאָלדאָווע, האָט די באַקאַנטע צײַטונג שטענדיק אַרויסגעוויזן טאָלעראַנץ, כּדי, חס־וחלילה, נישט אָנרירן די אָנגעצויגענע סטרונע פֿון עטנאָ־קולטורעלן קאָנפֿליקט. אָבער אין דעם דאָזיקן אינטערוויו, אונטערגעשריבן פֿונעם זשורנאַליסט אָלעג קראַסנאָוו, קערט זיך זײַן מיט­שמועסער — איינער מיטן נאָמען יאָן טשיסלאַשו — כּסדר אום צו די אָנהייב 1990ער, ווען אין מאָלדאָווע האָבן געבושעוועט די פּראָ־רומענישע באַוועגונגען, פֿאַשיסטישע אידעען און ווילדער אַנטיסעמיטיזם.

פּאַרשוינען, ווי טשיסלאַשו, מיט אַ בולט־מאָראַלישן פּגם, זײַנען הײַנט נישט ווייניק אינעם לאַנד, אָבער ווי פֿאַלט אײַן דער רעדאַקציע פֿון דער חשובֿער צײַטונג אָפּצודרוקן אַ שמועס מיט אַזאַ מנוּוול?! איך וויל זיך נישט אַרײַנלאָזן אין קיין פּרטים פֿון די אומ­זיניקע געדאַנקען, וואָס טשיסלאַשו ברענגט אַרויס וועגן דער ראָלע פֿון רומעניע אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער וועלט־ציוויליזאַציע, וואָס לויט זײַנע ווערטער, הייבט זי זיך אָן דווקא אין רומעניע, פֿון וואַנען עס שטאַמען די אוראַלטע שומערן.

בכלל האָבן שוין די רומעניע־געצנדינער צווישן דער אָרטיקער כּמו־אינטעליגענץ דורכגעמאַכט דעם וועג פֿון פֿאַר­בײַטן זייערע קאָמוניסטישע "רויטע ביכעלעך" אויף די פּראַוואָסלאַוונע צלמלעך; אָבער דער ווילדער נאַציאָנאַליסט טשיסלאַשו טענהט אין זײַן אינטערוויו, אַז "מיר, רומענער, לעבן אויף דער ערד טויזנטער יאָרן. מיר האָבן אויפֿגעשטעלט די מלוכה מיט אַן אַקער־אײַזן און שווערד, אַרײַנגעלייגט אונדזער מי און בלוט. די דעמאָק­ראַטיע אין אונדזער לאַנד [געמיינט, מאָלדאָווע — ס. ב.] האָט אָבער געגעבן די עטלעכע טויזנטער אָנגעקומענע אַהער רוסישע, אוקראַיִנער און ייִדן גלײַכע רעכט מיט די מיליאָנען רומענער!"

איך קאָן איצט נישט אָנרופֿן די פּינקטלעכע דאַטע, ווען אויפֿן שטח פֿון דער איצטיקער מאָלדאָווע האָבן זיך באַוויזן די רוסישע און אוקראַיִנישע אײַנוווינער, הגם מאָלדאָווע איז שטענדיק געווען אַ קאָנגלאַמעראַט פֿון אַ סך פֿעלקער און נאַציאָנאַליטעטן צוליב געאָגראַפֿישע סיבות. וואָס שייך ייִדן, האָבן זיי שוין דאָ געוווינט אין 16טן יאָרהונדערט, און צוזאַמען מיט אַנדערע פֿעלקער גענוג אַרײַנגעבראָקט זייער "מי און בלוט" בײַם אַנט­וויקלען פֿאַרשידענע געביטן פֿונעם לעבן. גיי אָבער דער­קלער אַ פֿאַנאַטיקער, אַז ער איז פֿאַרבלענדט פֿון שׂינאה. "קיין דעמאָקראַטיע איז בכלל נישטאָ, — רעדט ער ווײַ­טער, — עס האָבן זי צוגעטראַכט די ייִדן אַליין, כּדי אַרײַנ­צודרינגען אין יעדער לאַנד. אין שווערע מאָמענטן פֿון דער געשיכטע צעשטערט דעמאָקראַטיע די אייניקייט פֿון דער רומענישער נאַציע, צעשפּאַלט זי אויף פּאַרטייען, שוואַכט זי אָפּ אין קעגנזאַץ צו דער פֿאַראייניקטער יודעיִשער קראַפֿט..."

ווען דער קאָרעספּאָנדענט קראַסנאָוו האָט אים באַ­מערקט, אַז אין קעשענעוו זײַנען כּמעט נישט געבליבן קיין ייִדן, האָט טשיסלאַשו געענטפֿערט: "ס‘איז גאָר נישט אַזוי וויכטיק זיי זאָלן זײַן אין קעשענעוו. מע קאָן עס טאָן אויך פֿון דרויסן. אָט זאָגט מען, צום בײַשפּיל, אַז די ׳האַנט פֿון מאָסקווע׳ פֿירט דאָ אָן; עס קאָן אָבער זײַן נישט פֿון מאָסקווע, נאָר פֿון תּל־אָבֿיבֿ!"

און דאָך האַלט איך זיך נישט אײַן און ברענג ווײַטער אַ קליינעם אויסצוג פֿון דעם שמועס:

— וועמען פֿון די רומענישע נאַציאָנאַליסטן האַלט איר פֿאַר אײַערע פֿאָרגייער?

— איך האָב גרויסע סימפּאַטיעס צו קאָדריאַנו און קוזאַ [אידעאָלאָגן פֿונעם רומענישן פֿאַשיזם, און פֿאַרברענטע אַנטיסעמיטן — ס. ב.]. אַנטאָנעסקו איז אויך געווען אַ גוטער יאַט, אָבער מער אַן אויספֿירער. קוזאַ איז געווען אַ טעאָרעטיקער.

— ווי באַציט איר זיך צו דעם פֿאַקט, אַז אין די צײַטן פֿון אַנטאָנעסקו האָט מען אומגעבראַכט ייִדן?

— פּונקט אַזוי, ווי צו דעם פֿאַקט, אַז אין דער צײַט פֿון סאָוועטן־מאַכט האָט מען אומגעבראַכט רומענער און אַ סך פֿון זיי דעפּאָרטירט.

אמת, אין די אָנהייב 40ער, באַלד נאָך דעם ווי דער ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט אונטערגעשריבן מיט דײַטשלאַנד דעם טרויעריק־באַרימטן "פּאַקט", זײַנען אַ סך אָרטיקע אײַנוווינער אַרעסטירט, פֿאַרשיקט און דערשאָסן געוואָרן — סײַ מאָלדאָוואַנער און סײַ ייִדן. אָבער ווי קאָן מען דאָס פֿאַרברעכן פֿאַרגלײַכן מיט דער טאָטאַלער פֿאַרניכטונג פֿון דעם בעסאַראַבער ייִדנטום, וואָס עס איז דורכגעפֿירט געוואָרן אויף אַן אַכזריותדיקן אופֿן מצד די רומענישע נאַציסטן?!

— און דאָך, האָט אַנטאָנעסקו אומגעבראַכט ייִדן?

— וועגן אַנטאָנעסקו וואָלט איך נישט געוואָלט רעדן נישט קיין שלעכטס און נישט קיין גוטס. אפֿשר איז עס ריכטיק, און אפֿשר נישט. כ‘ווייס נישט...

אײַ, ווייסט ער נישט. עס לוינט אים פּשוט נישט צו זאָגן עס אויף אַ קול (אַגבֿ, אין דער זעלבער צײַטונג איז אָפּ­געדרוקט דאָס בילד, וווּ אַנטאָנעסקו שטייט פֿאָטאָ­גראַ­פֿירט אין איינעם מיט היטלערן). ער ווייסט גוט, טשיס­לאַשו, אַז ווייניק ווער פֿון זײַנע פֿרײַנד איז גרייט איצט צו רעדן "גוטע רייד" וועגן אַנטאָנעסקו. נישט קיין פּאַסיקע צײַט.

אין זײַן אַרײַנפֿיר צום אינטערוויו, דערקלערט דער זשורנאַליסט קראַסנאָוו, אַז דער שמועס קאָן אויפֿגענומען ווערן ווי אַ מין פּראָפּאַגאַנדע פֿון נאַציאָנאַליסטישע אידעען. ער האַלט אָבער, אַז די געזעלשאַפֿט האָט רעכט צו וויסן: עס זײַנען דאָ אויך מענטשן וואָס טראַכטן אַזוי ווי טשיסלאַשו. אפֿשר האָט קראַסנאָוו מיטן פּובלי­קירן אַזאַ אינטערוויו געוואָלט ווײַזן ווי ווילד עס קלינגען אַזעלכע רייד?! אָבער די פֿראַגעס פֿון קראַסנאָוו קלינגען אומבאַהאָלפֿן און ווערן באַלד צעשמירט אין דעם אַגרעסיוון טיפּשות פֿון טשיסלאַשו.

וואָס עס קומט אויפֿן שׂכל איז, אַז עמעצער וויל ווידער אָנצינדן דעם קנויל פֿון צווישן־נאַציאָנאַלע וויכּוחים פּונקט אין דער צײַט, ווען אין קעשענעוו זײַנען ערשט דורכגעגאַנגען די מוניציפּאַלע וואַלן, אויף וועלכע עס האָט געזיגט דער פּראָ־רומענישער "פּרימאַר"־מייאָר. צוריק גערעדט, האָבן אין די וואַלן זיך באַטייליקט בלויז 33 פּראָצענט פֿון די וויילער, און בלויז 5 פּראָצענט פֿון זיי האָבן געשטימט פֿאַרן נײַעם מייאָר. דאָס הייסט, בלויז 16 פּראָצענט פֿון אַלע וויילער. צווייטנס, איז קעשענעוו נאָך נישט גאַנץ מאָלדאָווע, וווּ ס‘זײַנען נאָך שטאַרק די אַנטי־רומענישע שטימונגען.

פֿונדעסטוועגן, פֿײַערן שוין די אָרטיקע נעאָ־פֿאַשיסטן זייער זיג, און ס‘איז אַ גרויסער שאָד, וואָס אַזאַ וויכטיקע צײַטונג ווי "אַרגומענטי אי פֿאַקטי" זינגט זיי אונטער.