ליטעראַטור
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
משה נאַדיר
משה נאַדיר

דאָס וואָס מיר האָבן פֿאַרגעסן ווי אַ פֿאָלק, וואָלט מען געקענט אָנפֿילן גאַנצע ענציקלאָפּעדיעס. בײַ די אומות־העולם גע­דענקט מען שעקספּירן — אָבער ווער בײַ אונדז, צווישן דער אַמעריקאַנער ייִדי­שער יוגנט, וועט וויסן ווער ס'איז געווען י.ל. פּרץ, אָדער שלום־עליכם, אָדער מענ­דעלע מוכר־ספֿרים, אַז בײַ אונדז ווייסט מען שוין נישט מער, ווער ס'איז געווען חיים גראַדע אָדער איציק מאַנגער, יעקבֿ גלאַטשטיין אָדער אַהרן צייטלין. פֿרעמדע נעמען פֿאַר יונגע אויערן. איך האָב אַמאָל געפֿרעגט אין קלאַס, ווער ס'איז געווען שאַגאַל. פּוסט, קיינער האָט פֿון אים נישט געהערט. שלום־עליכם, האָט מען מיר געזאָגט, איז אַ באַגריסונג. מ'געדענקט שוין נישט "פֿידלער אויפֿן דאַך." איז ווי קען מען געדענקען משה נאַדירן, אַ הומאָריסט, אַ קריטיקער, אַ פּאָעט, אַ דראַמאַטורג, אַ גע­דאַנקען־שלײַפֿער, אַ ראַפֿינירטער וואָרט־זשאָנ­גליאָר. אַלץ אין דער וועלט. און גיי ווייס, אַז אין פֿופֿציק יאָר איז ער מער נישטאָ אין די מוחות פֿון אונדזערע לייענער.

דער ייִד וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט איבער­זעצן משה נאַדירן הייסט האַרווי פֿינק. ער איז אַ קאַנאַדער קענער פֿון ביידע שפּראַכן און איז אַנטציקט פֿון משה נאַ­דירס ווערק. ער זעצט אים איבער אויף אַ פֿאָלקסטימלעכן ענגליש. דאָס הייסט, אַז ער איז אַ מומחה אין ביידע קולטורן. האָב איך פֿאַר אים געשריבן אַן אַרײַנפֿיר־וואָרט צו אַ צווייטן באַנד וואָס ער גיט בקרובֿ אַרויס, און וואָלט זיך געוואָלט מיט אײַך טיילן, ווײַל די איבערזעצונג וועט זײַן אויף ענגליש און דאָ האָב איך אָנגעשריבן טאַקע אויף מאַמע־לשון וועגן אַ שרײַבער, וואָס האָט ס'רובֿ געשריבן אויף ייִדיש.

צווישן די אַמעריקאַנער הומאָריסטן זײַנען ס'רובֿ געווען ייִדן. פֿאַרשטייט זיך, אַז זייער הומאָר איז שוין געווען אַן אַמע­ריקאַנער, אַן אײַנגעבירגערטער. דאָס אַמע­ריקאַנער ייִדנטום הײַנט צו טאָג האָט זיך שוין צוגעוווינט נישט אַזוי צו לייענען זייערע הומאָריסטן ווי מיטצולאַכן מיט די ביליקע קאָמיקער. אָבער יענע וואָס האָבן געהאַט די זכיה צו לייענען אונדזערע ייִדיש­לעכע הומאָריסטן, פֿעליעטאָניסטן און חכמיסטן (מײַן באַגריף), שאַצן אָפּ, ווי גע­העריק, זייער טאַלאַנט. איך האָב אַמאָל גע­שטעלט אין קאָן מײַן דאָקטאָראַט צוליב משה נאַדירן. איינער פֿון מײַנע פּראָפֿעסאָרן אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט האָט אונדז דערלאַנגט אַ ביבליאָגראַפֿיע פֿון אַ צענדליק ביכער און אויפֿגעגעבן צו שרײַבן אַן אַרבעט פֿון איינעם פֿון זיי און אים דאָס צושיקן קיין ישׂראל. מיר איז קיין איינער פֿון די שרײַבער דעמאָלט נישט געווען צום האַרצן, האָב איך אים פֿאָר­געלייגט משה נאַדירס "דער געניאַלער אידיאָט." ווי נאָר ער האָט דערהערט משה נאַדיר, האָט ער אויסגעשטאַרצט אויף מיר אַ פּאָר מע­סערשטעכיקע אויגן און אויסגעשיפּעט:

— משה נאַדיר איז נישט קיין שרײַבער.

ווי נאָר איך האָב דערהערט אַזעלכע רייד, האָב איך גענומען פּראָטעסטירן. ס'הייסט, משה נאַדיר איז נישט קיין שרײַבער. איך האָב שוין דעמאָלט איבער­געלייענט כּמעט ס'רובֿ פֿון זײַנע ווערק, האָב איך אים געענט­פֿערט:

— איך וויל אײַך דווקא באַווײַזן אַז משה נאַדיר איז אַן אויסערגעוויינלעכער שרײַ­בער. דעריבער וועל איך אײַך צושיקן אַן אַרבעט געבויט אויף זײַן "געניאַלן אידיאָט."

עס האָט גענומען חדשים לאַנג ביז דער פּראָפֿעסאָר האָט צוגעשיקט מײַן שטופֿע קיין קאָלומביע.

און אָט וואָס איך האָב צוגעשיקט דעם איבערזעצער האַרווי פֿינק:

אויב דער הימל וואָלט געהאַט אַן אויער, וואָלט ער זיך צוגעהערט מיט גרויס שטוינונג און געפּלעפֿטקייט (perplexity) צו די בליציקע רייד פֿון משה נאַדירן, ווײַל זײַנע ווערטער האָבן געדונערט און געברויזט, געקאָכט ווי לאַוואַ און געשאָטן מיט פּעך און שוועבל אויף אַלץ און אויף אַלעמען. ער האָט אַרומגעווירבלט אַרום דעם רויטן יאַריד, ביזן ריבענטראָפּ־מאָלאָטאָוו־פּאַקט. ערשט דעמאָלט האָט ער איבערגעריסן מיטן סאָוועטישן שדים־טאַנץ, און די הימלען האָבן אַלץ פֿאַרשוויגן, ווי זיי וואָלטן אײַנגענומען שטום־לשון. נישט פֿאַרשטאַנען, אַז אויף אונדזער וועלטל דרייט זיך אַרום אַ ווערטער־מײַסטער און געדאַנקען־שלײַפֿער, וואָס פֿאַרטשאַדעט די גאַנצע ייִדישע ליטעראַטור. אין דער אמתן האָט ער געהייסן יצחק רײַז. ער האָט אויסגעפּרובירט אַ סך פּסעוודאָנימען און פּסעוודאָנימלעך, וועלכע האָבן זיך ניט געקענט קיין אָרט געפֿינען אין זײַן ליטעראַרישן באַגאַזש, צווישן זיי: "יודקאַ רייש־זעט", "די לענזי", "מיר קאַראָש", "י. סטרי", "פּילאַטוס", "אַנאַ דאָנאַ", "דר' האַציקער", "ר. נאַלדאָ", "דער רויזנקאַוואַליר", "ס. פֿײַערפֿויגל", "מ. ד'נאַרדי" און "משה נאַדיר."

פֿאַר וואָס, מיינט איר, האָט ער זיך דווקא אָפּגעהאַלטן אינעם פּסעוודאָנים משה נאַדיר? זײַן תּירוץ איז געווען, האָט ער גע­זאָגט, אַז ווען אַ יונג, חנעוודיק מיידל האָט אים אַרײַנ­געקוקט אין די אויגן און גע­שעפּט­שעט:

— משה! נאַ דיר! משה! נאַ דיר! — איז ער שטענדיק געווען גרייט צו נעמען. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1885 אין גאַליצישן שטעטעלע נאַראַיעוו, געקומען צוזאַמען מיט זײַנע עלטערן קיין אַמעריקע אין 1898, אָנגעהויבן שרײַבן אין 1902 אין טעגלעכן "העראָלד". אין 1910 איז ער געווען מיטרעדאַקטאָר פֿון הומאָריסטישן זשורנאַל "דער ייִדישער גזלן". ער האָט זיך געדרוקט אין דער "פֿרײַער אַרבעטער שטימע", "די צוקונפֿט", "נײַע צײַטן", "דאָס אידישע וואָכנבלאַט", "די וואָך", "פֿון מענטש צו מענטש", "ליטעראַטור און לעבן", "דאָס נײַע לאַנד", "הומאָר און סאַטירע", "דער גרויסער קונדס", "אידישער קעמפֿער", "הײַנט", "פֿרײַהייט", "האַמער", "טאָג", "קיבעצער" און "אונדזער בוך".

ער איז דער מחבר פֿון צענדליקער ביכער. געשריבן פּיעסעס פֿאַרן ייִדישן טעאַ­טער און געשריבן קריטיק און אַ סך מאָל אויסגעלאַכט דעם ייִדיש־טעאַטער און די ייִדישע ליטעראַטור. ער איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף דײַטש, פֿראַנצויזיש, רוסיש און פּויליש. אַליין האָט ער איבערגעזעצט אויף ייִדיש, נישט מער און נישט ווייניקער ווי — יודזשין אָנילס The Hairy Ape, אַלע ווערק פֿון Jerome K. Jerome, אַנאַטאָל פֿראַנס The Red Lilly, פֿון פּעטער אַלט­בערג As I see it, רודיאַרד קיפּלינגס Just So Stories און לעוו טאָלסטויס The Death of Ivan Ilyitsh.

משה נאַדיר — ראַפֿינירט און צעקריגט מיט זיך. אינטים צעקריגט. און צעקריגט מיט דער גאַנצער וועלט, אַ וועלט, וועלכע האָט אים באַוווּנדערט, מקנא געווען, הנאה געהאַט פֿון זײַנע חכמות, פֿון זײַן העזה, זײַן פֿאַרשײַטקייט, זײַן מעשׂה־קאַוואַליר. די ליטעראַרישע וועלט האָט אים פֿײַנט געהאַט ווי אַ שפּין, פֿאַרן פּאַראָדירן זײַן אומשטערבלעכקייט און זײַן אויסשטעכן די אויגן מיט זײַן ווויליונגערישקייט. שמואל ניגער, דער ליטעראַטור־קריטיקער, האָט געשריבן: "משה נאַדיר. דאָס איז אַזאַ מין סטיל און מער גאָרנישט. איר ווייסט, אַז סטיל מיט גאָרנישט פּאָרט זיך נישט. סטיל קען אויסוואַקסן נאָר פֿון עפּעס..." און ווײַטער האָט זיך די ליטעראַטור־קריטיק אָנגעזעצט אויף אים: "שלום־עליכם גיט אונדז ייִדישע טיפּן. משה נאַדיר — ייִדישע קאַריקאַטורן."

משה נאַדיר, מיט זײַן בײַסיקער צונג, האָט אויך געהאַט וואָס צו זאָגן. ער האָט אָנגעגריפֿן שלום־עליכמען אויף אַזאַ אופֿן: "שלום־עליכם איז געווען אונדזער טע­טיקסטער שרײַבער. ער האָט אַלע מאָל געשריבן. אַפֿילו אין מיטן העלן טאָג, אַפֿילו ווען ער איז געשלאָפֿן האָט ער געהאַלטן אַ פֿעדער אונטערן קישן. ער איז געווען אַ ווערטער־מיליאָנער, אָבער אַ ביסל צו אָרעם פֿאַר דעם גרויסן פֿאַרמעגן."

מען זאָגט, אַז שלום־עליכם האָט פֿאַר­גליכן משה נאַדירן צו פֿריש געפֿאַלענעם שניי, וואָס צעגייט אַזוי שנעל ווי די זון גייט אויף. מ'האָט אָבער געהערט זאָגן, אַז מיט שלום־עליכמען לאַכט דאָס פֿאָלק. מיט נאַדירן — די אינטעליגענץ. דער ווערטער־דועל האָט אָנגענומען אַן ערנסטן טאָן. משה נאַדיר איז איינער אַנטקעגן אַ הויפֿן מיט ליטעראַטור־קריטיקער. רופֿט ער זיך אָפּ: "וואָס הייסט! שרײַען די ליטעראַטן, צוזאַמען מיט מענדעלען, פּרצן און מיט שלום אַשן, זיי האָבן קוים מיט צרות אויפֿ­געשטעלט אַ ייִדישע ליטעראַטור. און איך, עגאָיסט וואָס איך בין, קום צו גיין אויף אַלעם גרייטן? אַ חוצפּה! זיי רופֿן מיך: 'פּען־פּימפּ'. זיי האַווקען אין ניו־יאָרק, אין שיקאַגאָ, אין וואַרשע, אין בוענאָס־אײַרעס און מאָנטעווידעאָ. אומעטום וווּ די זון גייט אויף."

משה נאַדיר האָט זיך נישט געלאָזט שפּײַען אין דער קאַשע. ער האָט געוויזן די קריטיקער, אַז ער איז אַ "ספּעץ" ווען עס קומט צו שיסן מיט ווערטער. גיט ער זיי איבערן קאָפּ: "די קריטיקער זאָגן, אַז איך האָב טאַלאַנט פֿאַר אַ גאַנצער ליטע­ראַ­טור, נאָר כאַראַקטער — אַפֿילו נישט פֿאַר איין שרײַבער. דער אמת איז אַז איך האָב נישט קיין כאַראַקטער. איך האָב אַפֿילו נישט גענוג דערפֿון צו זײַן — כאַראַק­טער­לאָז. צו וועלכע גוטע יאָר דאַרף איך דעם כאַראַק­טער? צו וואָס אַרומשלעפּן זיך מיט אַ כאַראַק­טער, ווי מ'שלעפּט זיך אַרום מיט אַ צאָן־בערשטל אָדער אַ ראַזיר־מאַשינקעלע?'

האָבן זיך געיאַוועט אַנדערע קריטיקער, וועלכע האָבן דווקא יאָ געהאַלטן פֿון משה נאַדירן, וווּ זיי שרײַבן: "משה נאַדיר האָט אַרײַנגעאָטעמט אַ נײַעם און אַ פֿרישן גײַסט אין ייִדישע ווערטער, וואָס האָבן שוין אָנ­געהויבן לײַדן אויף אַרטעריאָסקלעראָז. ער האָט אַרײַנגעברענגט פֿרייד אין ייִדיש."

און אַזוי ווי משה נאַדיר האָט געשריבן כּמעט אַלע זײַנע ווערק אויף ייִדיש, האָט ער געהאַט אַ סך צו זאָגן וועגן מאַמע־לשון. ער האָט געזאָגט: "לויט מײַן מיינונג, דאַרף לשון־קודש זײַן אונדזער נאַציאָנאַלע שפּראַך. נאָר מען דאַרף לשון־קודש רעדן אויף ייִדיש."

משה נאַדירס שפּראַך איז קלוג און פֿול מיט סטיליסטישע שפּיצן, ווי ער וואָלט עס אַלץ געשריבן עקסקלוסיוו פֿאַר זיך אַליין, ווי ער וואָלט נישט פֿאַרגינען דעם לייענער און קריטיקער פּאָסמאַקעווען זיך מיט זײַנע געשמאַקע חכמות, ערנסטע און קאָמישע מאָמענטן. זײַנע ווערק זײַנען דורכגעוועבט מיט אַ צאַרטער שפּילעוודיקייט, פֿון הומאָר, ליריק און סאַטירע, קולטור־קריטיק, פּאָלעמיק, מיט אומעטיקער הפֿקרות, מיט אַן איינציקאַרטיקן סטיל וואָס בעט זיך מען זאָל זיך מיט אים צאַצקען און זעצן אויבן אָן. קיינער איז צו אים נישט גלײַך. בלויז ער קען שרײַבן אַזעלכע שורות, ווי: "שרײַבן איז בײַ מיר אַ פּראָצעס פֿון ברענען. און בײַ מיר איז לײַכטער צו ברענען פֿון ביידע זײַטן אַפֿילו. איך בין אַ היציקער און אַ קאָכיקער (פֿול מיט לעבן, ווי אַן אַלטער מאַטראַץ וואָס מ'דאַרף אים פֿאַרברענען. אַזוי פֿול מיט לעבן בין איך)."

אַנטקעגן אים זעט אויס די גאַנצע ייִדישע ליטעראַטור איין טויטע נשמה. ער האָט אַרײַנגעברענגט לעבנספֿרייד, גײַסטיקן פֿאַרגעניגן, אַ דערקוויקעניש, געלעכטער און איך קען אַזוי אָנגיין אָן אַ סוף, אויב מ'שטעלט מיך נישט אָפּ. בײַ דער לוויה אין 1943 האָבן זיי בײַם אַוועקגיין זיך געזעגנט מיט נאַדירן בזה־הלשון: "זײַ געזונט, משה!"