בײַם קאַבאַרעט אין "קלעזקאַנאַדע": די קאַפּעליע "פּיינטעד בירד" ("דער געפֿאַרבטער פֿויגל") |
פֿאָטאָ: אַלאַן לאַנקין |
איינער פֿון די גרעסטע קלעזמער־ און ייִדישע קולטור־וואַרשטאַטן אויף דער וועלט איז דער יערלעכער פֿעסטיוואַל "קלעזקאַנאַדע", וועלכער קומט פֿאָר אין די בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל. דאָס יאָר איז פֿאָרגעקומען "קלעזקאַנאַדע" פֿונעם 20סטן ביזן 26סטן אויגוסט און האָט צוגעצויגן מער ווי פֿיר הונדערט אָנטיילנעמער.
"קלעזקאַנאַדע" האָט אײַנגעפֿירט אַ קלוגע טראַדיציע, צוצוטיילן סטיפּענדיעס צו מער ווי 150 יונגטלעכע יעדן זומער, זיי זאָלן קענען קומען מיט אַ גרויסער הנחה. הײַנט זענען געוואָרן שוין עטלעכע פֿון די "יונגע־לײַט", ווי — דזשאַש דאָלגין, מײַקל ווינאָגראַד, און אַוויאַ מור — אָנפֿירנדיקע לערערס.
כאָטש דעם טראָפּ אין די וואַרשטאַטן שטעלט מען אויף מוזיק און צענדליקער לערערס פֿון אינסטרומענטן פֿירן אָן מיט קלאַסן, קומען פֿאָר אַנדערע מינים וואַרשטאַטן: פּראָפֿ׳ יודזשין אָרנשטיין האָט געהאַלטן עטלעכע לעקציעס וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור; וועגן ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות האָט דער שרײַבער פֿון די שורות געהאַלטן דרײַ לעקציעס; אַדריאַן קופּער און דזשאָען באָרץ האָבן אָנגעפֿירט מיט די וואַרשטאַטן פֿאַר זינגערס; נחמה סאָקאָלאָוו — מיט אַ קונסט־וואַרשטאַט אונטערן נאָמען "לאָמיר אָנקוועלן פֿון קרעלן"; קאָליע באָראָדולין האָט געלערנט אַ קלאַס "ייִדיש פֿאַר קלעזמאָרים"; מיט טענץ האָבן זיך באַשעפֿטיקט זאבֿ פֿעלדמאַן, סטיווען ווײַנטרויב און אַוויאַ מור; דער קאָמישער קריטיקער און שרײַבער וועגן ייִדיש, מײַקל וועקס, האָט, ווי יעדעס יאָר, זיך געטיילט מיט זײַן וויסן און הומאָר. אינעם נײַעם וואַרשטאַט "לאָמיר שרײַבן אַ ליד אויף ייִדיש" האָבן די לערערס — שׂרה גאָרדאָן, דניאל קאַהן און מײַקל ווינאָגראַד — געהאָלפֿן די תּלמידים שאַפֿן נײַע לידער אויף ייִדיש, אָדער איבערזעצן לידער פֿון ענגליש אויף ייִדיש, אָדער פֿאַרקערט.
בײַ אַזוי פֿיל טאַלאַנטן אויף איין אָרט האָט געפֿעלט, פֿאַרשטייט זיך, גענוג צײַט אויפֿצוטרעטן אויף דער הויפּט־בינע פֿאַר אַלעמען. צום גליק, איז מען אויפֿגעטראָטן אויף דער קלענערער בינע, בײַם "קאַבאַרעט", און באַוויזן דאָרט וואָס מע קען — אַ ליד, אַ קלעזמער־שטיקעלע, אַ מאָנאָלאָג. די אָוונטן האָבן זיך געצויגן ביז שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן.
דאָס יאָר זענען געקומען עטלעכע ספּעציעלע געסט — דער זינגער טעאָדאָר ביקעל האָט פֿאַרבראַכט די גאַנצע וואָך און אָנגעפֿירט מיט אַ "מײַסטער־געזאַנג־קלאַס"; פֿון זאַפּאָראָזשיע, אוקראַיִנע, איז געקומען דער עכטער פֿאָלקסזינגער אַרקאַדי גענדלער, און געמאַכט אַ רושם מיט זײַן אוצר פֿון סײַ אַלטע פֿאָלקסלידער, סײַ זײַנע נײַ־געשאַפֿענע לידער. פֿון ישׂראל איז געקומען אַ גאַנצע קאַפּעליע "אוי־דיוויזשאָן" און די זינגערין ווירע לאָזינסקי. אַרקאַדי גאָלדענשטיין, דער פּלימעניק פֿונעם נישט־לאַנג פֿאַרשטאָרבענעם קלאַרנעטיסט גערמאַן גאָלדענשטיין, ציט ווײַטער דעם פֿאָדעם פֿון דעם פֿעטערס רעפּערטואַר. אַנדערע יונגע מוזיקער פֿון רוסלאַנד, לעטלאַנד און אוקראַיִנע — עלענאַ אַרענקאָוואַ, סאַשאַ דאַנילאָוו, איליאַ שנייוויס, סאַשאַ לוריע — זענען געקומען ווי חשובֿע סטיפּענדיאַנטן.
אויף איין ספּעציעלער סעסיע האָבן די יונגע־לײַט זיך געטראָפֿן אַרומצורעדן ווי מע זאָל באהאַנדלען די ייִדישע שפּראַך און די ייִדישע קולטור אין זייער מוזיק און קונסט. די אינטערעסאַנטע דיסקוסיע איז אין גיכן אַרויף אויף דער טעמע, ווי דער הײַנטיקער עולם נעמט אויף די קלעזמער־מוזיק און ייִדישע לידער. דער חילוק צווישן דעם אויפֿנעם אין ישׂראל, וווּ די רעאַקציע אויף "אוי־דיווישאָנס" מוזיק איז מער פּאָליטיש, און דעם אויפֿנעם אין אַמעריקע, וווּ די רעאַקציע איז מער נאָסטאַלגיש, איז געוואָרן בולט בעתן שמועס.
די קינסטלערישע דירעקטאָרן פֿון "קלעזקאַנאַדע", ישׂשׂכר וואַרשאַווער און מיישקע אַלפּערט, האָבן, אונטערן אויפֿזע פֿונעם אַלגעמיינעם דירעקטאָר, ד״ר חיים גאָלדמאַן, צוזאַמענגעשטעלט אַ זעלטענע פֿײַנע פּראָגראַם. אויב דאָס עסן וואָלט נאָך געווען אויף דער זעלבער מדרגה, וואָלט מען באמת הנאה געהאַט פֿון אַלע אַקטיוויטעטן.
צווישן די אינטערעסאַנטע פּערזענלעכקייטן, מיט וועלכע מע האָט זיך באַקענט אויף "קלעזקאַנאַדע", זענען געווען בודעווײַן סנוק פֿון אַמסטערדאַם, אַ נישט־ייִד, וואָס האָט אויף זײַן אייגענער איניציאַטיוו אָרגאַניזירט אַ ייִדישן כאָר, און די יונגע ברידער בלאַקסבערג פֿון פֿילאַדעפֿיע.
בודעווײַן סנוק
אַ געבוירענער אין אַמסטערדאַם, וואָס וווינט זײַן גאַנץ לעבן אין דער שטאָט, האָט בודעווײַן סנוק געגרינדעט דעם כאָר "מקום אַלף" מיט אַכט יאָר צוריק, וואָס זינגט ייִדישע לידער. ווען ער איז אין די 1960ער געווען 16 יאָר אַלט, האָט ער געהערט ווי צוויי ייִדישע קרעמער רעדן אויף ייִדיש אין זייער געוועלב און דאָס האָט אים אַ שטויס געטאָן צו פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש. אויף אַ נסיעה אין פֿראַנקרײַך האָט ער געהערט ווי צוויי יונגע דײַטשן זינגען ייִדישע לידער און דאָס האָט אים פֿאַרכאַפּט.
ער איז צוריקגעקומען קיין אַמסטערדאַם, און געענטפֿערט אויף אַן אַנאָנס צוצושטיין צו אַ ייִדישן כאָר, אָבער ווען ער איז געקומען אויף דער פּראָבע, האָט מען אים גלײַך געפֿרעגט, צי ער איז אַ ייִד, און ער האָט געענטפֿערט, אַז ניין, אָבער זײַן מומע האָט העלדיש געראַטעוועט דאָס לעבן פֿון אַ ייִדישער פֿרוי אין דער מלחמה, וואָס לעבט הײַנט אין ישׂראל. ער האָט געטראַכט צו זיך — איך בין געקומען צו זינגען און באַלד שטויסט מען מיך אַוועק מיט אַזאַ פֿראַגע; האָט ער געגרינדעט זײַן אייגענעם כאָר, מיט וועלכן עס פֿירט הײַנט אָן די דיריגענטין עדיה לבֿיא. סנוק איז דער אַדמיניסטראַטאָר. דער כאָר "מקום אַלף" (דאָס ייִדישע וואָרט "מקום" איז געבליבן אַ צונאָמען פֿון דער שטאָט אַמסטערדאַם אויף האָלענדיש) זינגט בלויז אויף ייִדיש. וואָס ציט צו די זינגערס, ס‘רובֿ נישט־ייִדן, צו דער שפּראַך? לויט בודעווײַן סנוק, האָט די געשיכטע פֿון די ייִדן, זייער אונטערדריקונג, זייער גלות, אָנגערירט אַ סטרונע בײַ די האָלענדער, וואָס האָט זיי אינספּירירט צו זינגען די לידער פֿון דער קולטור.
דן און אַהרן בלאַקסבערג
די ברידער בלאַקסבערג, אַהרן (רעכטס) און דן |
צווישן די יונגע סטודענטן, וועלכע זענען געוואָרן אַליין לערערס אין "קלעזקאַנאַדע" טרעפֿן מיר דעם טראָמבאָניסט דן בלאַקסבערג, 23 יאָר אַלט. זײַן ברודער אַהרן, 21 יאָר אַלט, האָט זיך דאָס יאָר געלערנט ייִדיש אין פּענסילווייניער אוניווערסיטעט בײַ פּראָפֿ׳ קאַטרין העלערשטיין, און דן איז געקומען אין זײַן קלאַס ווי אַ פֿרײַער צוהערער.
די ערשטע קלאַנגען פֿון קלעזמער־מוזיק אין דער בלאַקסבערג־היים זענען געקומען פֿון אַ רעקאָרדירונג פֿון דער גרופּע "די קלעזמאַטיקס". אָבער ערשט שפּעטער, ווען די ברידער זענען געפֿאָרן אויף "קלעזקעמפּ" אין די קעטסקיל־בערג, האָבן זיי פֿאַרשטאַנען ווי ברייט און טיף ס‘איז די ייִדישע מוזיק.
מיט אַ פּאָר חדשים פֿריִער האָט דן, אינעם ערשטן טאָג אינעם "נײַ־ענגלאַנד־קאָנסערוואַטאָריע", געהערט ווי נאָך אַ סטודענט, מײַקל ווינאָגראַד, שפּילט אַ דזשעזיש־קלעזמעריש שטיקעלע. מיט דער צײַט, האָט דן זיך באַקענט מיט אַנדערע יונגע חבֿרה אין די באָסטאָנער קאָנסערוואַטאָריעס, וועלכע האָבן געשפּילט קלעזמער־מוזיק, סײַ אינעם טראַדיציאָנעלן סטיל, סײַ אין נײַערע פֿאָרמעס. דער ייִנגערער ברודער אַהרן, אַן אַקאָרדיאָן־שפּילער, האָט זיך פֿאַרשריבן אין אַ יאָר־לאַנגיקן ייִדיש־קלאַס, כּדי זיך בעסער צו באַקענען מיט דער קולטור. דאָס קענען ייִדיש האָט זייער געהאָלפֿן די ברידער צו פֿאַרשטיין נישט בלויז די לידער וואָס זיי האָבן געהערט אויף די קאָנצערטן, נאָר אויך די ברייטערע קולטורעלע סבֿיבֿה. זייער טאַטע, באָב בלאַקסבערג, אַ קלאַרנעטיסט האָט געשטיצט זייער פֿאַרטיפֿונג אין דער ייִדישער מוזיק און איז אַליין געוואָרן אַן אַקטיווער מיטגליד אין "קלעזקעמפּ" און "קלעזקאַנאַדאַ". א. ג.