מע לייענט די פּרשה "נצבֿים" דווקא פֿאַר ראָש-השנה; דער שבת איז משפּיע אויף אַלע טעג פֿון דער קומענדיקער וואָך — דערפֿאַר איז די הײַנטיקע פּרשה גײַסטיק פֿאַרבונדן מיטן קומענדיקן הייליקן יום-טובֿ.
משה-רבינו האָט צונויפֿגערופֿן אַלע ייִדן פֿאַר זײַן טויט, כּדי זיי צו פֿאַראייניקן אין אַ פֿאַרבאַנד מיטן אייבערשטן, און האָט געזאָגט: "איר שטייט הײַנט פֿאַרן אייבערשטן, אײַער ג-ט — אײַערע ראָשים,
אײַערע זקנים און יעדער ייִד בפֿרט, אַרײַנגערעכנט פֿרויען, קינדער און גרים, ‚פֿון אַ האָלצהעקער ביז אַ וואַסערשעפּער‘".
אינעם דאָזיקן פּסוק זענען קודם איבערגעציילט די "העכערע" מדרגות פֿון די ייִדן — ראָשים און זקנים, און דערנאָך מער "פּשוטע" מדרגות — פֿרויען, קינדער און פּראָסטע אַרבעטער. אין די ספֿרי-חסידות ווערט אָבער דערקלערט, אַז דער דאָזיקער פּסוק ווײַזט אָן דווקא אויף דער אייניקייט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. הגם די געוויינטלעכע ייִדישע פֿרויען און קינדער זעען אפֿשר אויס מער "פּשוט", ווי די גײַסטיקע פֿירער, זענען זיי אַלע פֿאַרבונדן אינעם זעלבן פֿאַרבאַנד מיטן אייבערשטן, און שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ גײַסטיקע איינהייט, אין וועלכער ס׳איז נישטאָ קיין אַבסאָלוטע היעראַרכיע פֿון מדרגות.
ראָש-השנה איז דער טאָג, ווען דער אייבערשטער האָט באַשאַפֿן אדם-הראשון. צוליב דעם, וואָס דער מענטש איז דאָס סאַמע וויכטיקע באַשעפֿעניש, ווערט ראָש-השנה פֿאַררעכנט פֿאַרן ערשטן טאָג פֿון דער גאַנצער וועלט-באַשאַפֿונג.
אינעם מענטשלעכן גוף זענען פֿאַראַן אבֿרים, וואָס זענען, אין געוויסע אַספּעקטן, מער וויכטיק פֿאַרן לעבן, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע — למשל, דער קאָפּ און דאָס האַרץ. אָבער, הגם אַ באַזונדערער מענטש קען לעבן, חלילה, אָן הענט און פֿיס, וואָלט די גאַנצע מענטשהייט נישט געקענט אָן זיי עקזיסטירן, נישט געקוקט אויף דעם כּוח און די טאַלאַנטן פֿונעם קאָפּ.
די גאַנצע מענטשהייט איז אַ לעבעדיקער אָרגאַניזם, וואָס באַשטייט פֿון אַ סך "אבֿרים". מען קען אָבער נישט באַשטימען, ווער עס פֿירט אויס די פֿונקציע פֿונעם "קאָפּ" אין דער געזעלשאַפֿט, און ווער עס פֿירט אויס די פֿונקציע פֿון די "פֿיס". די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז הגם משה-רבינו איז געווען דער ראָש פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, ווערט ער אויך, אין געוויסע פֿאַלן, פֿאַררעכנט פֿאַר אַ פּשוטן ייִד.
ראָש-השנה, ווען מע טוט תּשובֿה און מע דערנענטערט זיך צו דעם אייבערשטן, קען מען דערפֿילן דאָס אינערלעכע אַחדות פֿון דער מענטשהייט, ווי אויך פֿונעם גאַנצן אוניווערס בכלל. מע דערמאָנט זיך, אַז מיר זענען "שטיקלעך" פֿון אָדם-הראשונס נשמה, טיף פֿאַרבונדן איינער מיטן צווייטן, אָן קיין חילוקים צווישן "העכערע" און "נידעריקע" מדרגות.
וילך
אין דער צווייטער פּרשה פֿון דער הײַנטיקער וואָך האָט משה-רבינו געמאָלדן די ייִדן, אַז ער האַלט בײַם שטאַרבן, און האָט זיי צוגעגרייט צו פֿאַרשיידענע נסיונות, וואָס דערוואַרטן אויך זיי אין דער צוקונפֿט. צווישן אַנדערן, האָט ער געוואָרנט, אַז אויב די ייִדן וועלן נישט מקיים זײַן די מיצוות, וועט דער אייבערשטער "אויסבאַהאַלטן" פֿון זיי זײַן "פּנים" — "ואנוכי הסתּר אַסתּיר את פּני". דער בעל-שם-טובֿ האָט געזאָגט, אַז "ג-ט איז אַלץ און אַלץ איז ג-ט"; דער אייבערשטער איז די אמתע עקזעסטענץ, דער אמתער עצם פֿון אַלע זאַכן. וואָס זאָל מען אָבער טאָן, ווען די וועלט זעט אַמאָל אויס זייער פֿאַרגרעבט און מאַטעריאַליסטיש, אַפֿילו ווען מע שטרעבט זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן?
דער בעל-שם-טובֿ האָט אַמאָל געבראַכט אַזאַ משל: אַ קיניג האָט געוואָלט אויסלערנען זײַן זון, ווי אַזוי צו ווערן בראַוו און אַנטשלאָסן. ער האָט אויפֿגעשטעלט אַ שלאָס, אַרומגערינגלט מיט וואַסער, פֿײַער, הויכע מויערן און אַנדערע שטרויכלונגען, וואָס זעען אויס זייער שווער. דער פּרינץ האָט געוווּסט, אַז זײַן טאַטע האָט אים ליב, און וויל אים בלויז אויסלערנען, ווי אַזוי בײַצוקומען פֿאַרשיידענע נסיונות, דערפֿאַר האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז די שווערע שטרויכלונגען אַרום דעם שלאָס זענען בלויז אילוזיעס, און איז זיי אַלע דורכגעגאַנגען במסירת-נפֿש. אַ זײַטיקער מענטש, וואָס פֿאַרשטייט נישט די כּוונה פֿונעם קיניג, וואָלט אָבער געמיינט, אַז די שטרויכלונגען אַרום דעם שלאָס זענען אויפֿגעשטעלט געוואָרן, כּדי קיינער זאָל זיי נישט קענען גובֿר זײַן.
דער אייבערשטער האָט געוואָרנט די ייִדן אין דער הײַנטיקער פּרשה, אַז די פֿאַרגרעבטקייט און נסיונות פֿון עולם-הזה זענען בלויז אַ דמיון. מיט דעם כּוח פֿון אמונה און מסירת-נפֿש קען מען דורכברעכן די "ווענט" פֿון גשמיות, און דערזען דאָס אומענדלעכע ג-טלעכע ליכט, מיט וועלכן ס׳איז אָנגעפֿילט די גאַנצע וועלט.