די פּאָליטישע אַקטיוויטעטן די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן זיך פֿאַרשפּיצט אויף צוויי אָנגייענדיקע וועלט־פּראָבלעמען: די לאַנגדויערנדיקע פֿאַרהאַנדלונגען מיט צפֿון־קאָרעע וועגן איר נוקלעאַרן אַרסענאַל און איראַק. די ערשטע פֿון זיי קומט, זעט אויס, צו אַ געוווּנטשענעם רעזולטאַט: פּכעניאַן איז מסכּים צוצושטעלן די פֿולע רשימה פֿון אירע נוקלעאַרע פּראָצעסן און שליסן די אַרבעט אין דעם געביט ביז סוף יאָר. קריסטאָפֿער היל, דער פֿאַרטרעטער פֿון אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר, האָט מאָנטיק דערקלערט, אַז די פֿאָרשטייערשאַפֿטן פֿון ביידע מלוכות — אַמעריקע און צפֿון־קאָרעע — האָבן אַרומגערעדט אַ ריי מיטלען, וואָס וועלן ברענגען צו פּאָזיטיווע צווישן־באַציִונגען; נאָך מער, צפֿון־קאָרעע וועט אויסגעמעקט ווערן פֿון דער ליסטע לענדער — שטיצער פֿון וועלט־טעראָריזם.
פֿאַרשטייט זיך, אַז די "גוטע אויפֿפֿירונג" פֿון דער קאָמוניסטישער קאָרעע, וועט די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע מוזן דעקן מיט ברייטע סובסידיעס, ווי למשל, 1 מיליאָן טאָן פֿון הייצוואַרג־מאַזוט; ווי אויך דאָס אײַנשטעלן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען, וואָס וועלן געוויס עפֿענען ווײַטער די טויערן פֿון פּריווילעגיעס און שטיצע מצד דער מערבֿ־וועלט.
גוטע בשׂורות אויפֿן פּאָליטישן מאַרק זײַנען תּמיד אַ גוטע סחורה; בפֿרט נאָך איצט, ווען די פּאָזיציעס פֿון די דעמאָקראַטן אין קאָנגרעס האָבן זיך פֿאַרשטאַרקט; ווען פֿון איראַק קומען קיין גוטע ידיעות נישט אָן און דער מצבֿ אַרום איראַן ווערט קאָמפּליצירטער, אָבער קיין ערנסטע סאַנקציעס ווערן נאָך אַלץ נישט אָנגענומען. וועט אפֿשר די פּראָבלעם מיט צפֿון־קאָרעע שטילן אַ ביסל דעם קאָפּ־ווייטיק בײַ דער איצטיקער רעפּובליקאַנער אַדמיניסטראַציע?!
די צווייטע פּראָבלעם — איראַק. די וואָך איז אין באַגדאַד אָנגעקומען דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט. דאָס איז שוין בושס דריטע יאַזדע אין די לעצטע פֿיר יאָר. פֿאַר אים איז אַהין געקומען דער שוץ־מיניסטער ראָבערט געיץ, און צוזאַמען מיט בושן איז געקומען אויך די מלוכה־סעקרעטאַרין קאָנדאָליזאַ רײַס. דער בליץ־וויזיט, ווי יעדע פּאָליטישע מאַניפֿעסטאַציע (צי קאָן מען עס אָנרופֿן אַנדערש?), בפֿרט קיין איראַק, איז געווען גוט אויסגעפּלאַנירט, סײַ וואָס שייך זײַן סודותפֿול־פּלוצעמדיקן כאַראַקטער, סײַ דעם סדר פֿון די טרעפֿונגען אין באַגדאַד (קודם־כּל, זיך געטראָפֿן מיט די "אייגענע", און שוין דערנאָך — מיט די באַלעבאַטים, דעם פּרעזידענט טאַלאַבאַני און פּרעמיער נורי אַל־מאַליקי).
בסך־הכּל איז בוש געווען אין איראַק זעקס שעה, אָבער פֿאַר דער וועלט האָט זײַן שטימע זיך געהערט גאַנצע 15 מינוט. גערעדט האָט ער אויף דער מיליטערישער באַזע "אַל־אַסאַד", אָבער געמיינט האָט ער מע זאָל אים הערן אינעם קאָנגרעס, וווּ דעם 15טן סעפּטעמבער וועט דאָס "ווײַסע הויז" דאַרפֿן אָפּגעבן אַ באַריכט וועגן די ענינים אין איראַק נאָך דעם, ווי אָנהייב יאָר איז אָנגענומען געוואָרן דער באַשלוס צו שיקן אַהין נאָך 30 טויזנט אַמעריקאַנער מיליטער־לײַט.
דערווײַל, ווי באַוווּסט, האָט דער רעוויזיע־אָרגאַן בײַם אַמעריקאַנער קאָנגרעס געמאַכט זײַנע אייגענע אויספֿירן מכּוח איראַק: 11 פֿון די 18 שליסל־פּאָזיציעס, מיט וועלכע עס ווערט אָפּגעשאַצט דער מצבֿ אין איראַק, זײַנען נישט אויסגעפֿירט געוואָרן. פֿונדעסטוועגן, האָט פּרעזידענט בוש, וואָס איז נאָך איראַק געקומען קיין אויסטראַליע, שוין מיט אַן אָפֿיציעלן וויזיט, אָפּגעהאַלטן דאָרט אַ רעדע, וווּ ער האָט באַטאָנט, אַז די סיטואַציע אין איראַק, וואָס שייך זיכערהייט, ווערט בעסער, און אַז מע זעט קלאָרע סימנים פֿון אַ פֿאַראייניקונג אינעם איראַקער פֿאָלק. אַזוי האַלט פּרעזידענט בוש. וואָס וועלן זײַן די אויספֿירן פֿונעם קאָנגרעס נאָכן באַריכט דעם 15טן סעפּטעמבער וועלן מיר אויסהערן שפּעטער.
אַ וווּנטש צום נײַעם יאָר תשס"ח (5768)
אַוודאי ווינטשן מיר אַלע אונדזערע לייענער געזונט, פֿרייד, שׂימחה, שלום־בית און שלום אין דער וועלט; מיר ווינטשן און בעטן אָבער אויך, אַז יעדער, וואָס אים איז טײַער ייִדיש, זאָל אין משך פֿונעם קומענדיקן יאָר עפּעס טאָן לטובֿת מאַמע־לשון — יעדן טאָג, פֿאַר זיך און פֿאַר לײַט. קויפֿן אַ ייִדיש בוך, אַבאָנירן אַ ייִדישע צײַטונג, שטיצן אַ ייִדישע אונטערנעמונג און אינסטיטוציע וכּדומה. מיט איין וואָרט — טראָגן אַ פּערזענלעכע אַחריות פֿאַרן גורל פֿון אונדזער קולטורעלער ירושה; אײַער בײַטראָג הײַנט וועט געפֿינען אַ קיום אינעם ייִדישן וואָרט מאָרגן און ווײַטער אויף לאַנגע יאָרן. אַ דאַנק!