- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿופֿציק יאָר האָט אָפּגעצייכנט אויף איר קאַלענדאַר די וועלט, זינט עס איז, אין בודאַפּעשט, דערשטיקט געוואָרן דער אויפֿשטאַנד קעגן דעם סאָוועטישן רעזשים. די געשיכטע, ווי ס'איז באַוווּסט, פֿײַערט נישט קיין יובילייען, ווײַל אין יעדער היסטאָרישער געשעעניש איז פֿאַראַן איר פּאָזיטיווע און נעגאַטיווע זײַט. פֿאַר דער קאָמוניסטישער פֿירערשאַפֿט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד איז דאָס דערשטיקן דעם בודאַפּעשטער אויפֿשטאַנד געווען אַן נצחון איבער די "רעאַקציאָנערע, פּראָ־אימפּעריאַליסטישע כּוחות". פֿאַר די אונגאַרישע אויפֿשטענדלער און קעגנער פֿונעם סאָוועטישן יאָך, איז עס אַוודאי געווען אַ נאַציאָנאַלע טראַגעדיע. אַ קוק טאָן אָבער אויף צוריק מיט דער קאַלטער אָפּשאַצונג פֿון צײַט, איז דער בלוטיקער אָקטאָבער אין בודאַפּעשט 1956, געווען אַן אָנהייב פֿונעם אַלגעמיינעם קראַך פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם סאָציאַליסטישן לאַגער בכלל, און דער סאָוועטישער אימפּעריע בפֿרט.
דורך דער געשיכטע פּרוּווט יעדער פֿאָלק, וואָס פֿאַרמאָגט אַ ליטעראַטור, אַרײַננעמען אין איין בוך, אַדער ביכער, דאָס גאַנצע וויסן. די געשיכטע פֿון וויסן איז אויך די געשיכטע פֿון קאַטעגאָריזירן וואָס מע ווייסט. לויט די כּללים פֿון 21סטן יאָרהונדערט, דאַרפֿן זיך באַטייליקן אין אַן ענציקלאָפּעדיע אַקאַדעמיקערס פֿון אַ צאָל פֿאַרשיידענע פֿעלדער. געוויינטלעך, באַשליסן די רעדאַקטאָרן פֿון די ענציקלאָפּעדיעס, ווער עס וועט אָנשרײַבן אַ געוויסן אַרטיקל — און יענער באַשלוס קען זײַן אַ ביז גאָר גורלדיקער פֿאַרן פֿאַרשטאַנד פֿון די קומעדיקע דורות, וואָס פֿאַרשטייען דעם דאָזיקן לימוד דורך יענעמס ברילן. ווער געדענקט ניט, ווי אַ השערה, וואָס מע האָט זיך אַרומגעטראָגן דערמיט זינט די שול־יאָרן, איז אין אַ רגע חרובֿ געוואָרן דורך פֿאַקטן, וואָס זײַנען פֿריִער ניט פֿאָרגעשטעלט געוואָרן? די פּרשה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער "אלה תּולדות נח, נח איש צדיק וגו׳" — דאָס זײַנען די געבורטן פֿון נח, נח איז געווען אַ מענטש אַ צדיק... בדרך כּלל געפֿינען מיר אין דער תּורה, אַז ווען ס׳איז דאָ אַן אָנהייב מיטן אויסדרוק "אלה תּולדות", ווערן דערנאָך אויסגערעכנט די געבורטן, די קינדער פֿון דעם מענטש, וועגן וועמען עס רעדט דער פּסוק. אָבער אין די פּסוקים פֿון אונדזער פּרשה זעען מיר, אַז באַלד נאָך די ווערטער "תּולדות נח" שילדערט דער פּסוק נחס פּערזענלעכע מעלות, אַז ער איז געווען אַ ׳צדיק׳, אַ ׳תּמים׳, און ערשט נאָך דעם ווערן אויסגערעכנט נחס דרײַ זין: שם, חם און יפֿת.
פֿאַראַן געניאַלע אַקטיאָרן (זײער װײניק!), פֿאַראַן גוטע אַקטיאָרן, פֿאַראַן אױך מיטלמעסיקע אַקטיאָרן... שלעכטע אַקטיאָרן װיל איך גאָרנישט דערמאָנען... עס איז אָבער פֿאַראַן נאָך אַ קאַטעגאָריע אַקטיאָרן — אינטערעסאַנטע אַקטיאָרן, אינטעליגענטע מענטשן. דאָס זעלבע קאָן מען זאָגן װעגן שרײַבער, מוזיקער, מאָלער, װיסנשאַפֿטלער, װעגן שנײַדער און שוסטער...
די הויכע באַאַמטע פֿונעם "ווײַסן הויזִ" האָבן אַ גוטע סיבה זיך צו שרעקן. פֿאַראַכטאָגן דינסטיק איז דערשינען אַ נײַ בוך, Tempting Faith (מע פֿאַרפֿירט די גלייביקע), אָנגעשריבן פֿון אַן אינעווייניקסטן מענטש, דייוויד קואָ, וועלכער טענהט, אַז דאָס "ווײַסע הויזִ" האָט בכלל נישט ערנסט זיך באַצויגן צו פּרעזידענט בושס איניציאַטיוו, לטובֿת די רעליגיעזע צדקה־אָרגאַניזאַציעס, און בלויז אויסגעניצט די קאָנסערוואַטיווע קריסטן, כּדי צוצוציִען זייערע שטימען.
הונדערטער ישׂראלים קומען הערן אַ "גוטן סיפּור", ניט פֿון פֿראָפֿעסיאָנעלע דערצײלער, נאָר פֿון מענטשן פֿון פֿאַרשײדענע שיכטן פֿון דער ישׂראל־באַפֿעלקערונג, װעלכע קענען, און האָבן ליב, איבערצוגעבן "אַ מעשׂה־שהיה", אַ װירקלעכע געשעעניש, אַ שילדערונג, אַן עפּיזאָד פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן, מיט חן און טאַלאַנט.
|