פֿופֿציק יאָר האָט אָפּגעצייכנט אויף איר קאַלענדאַר די וועלט, זינט עס איז, אין בודאַפּעשט, דערשטיקט געוואָרן דער אויפֿשטאַנד קעגן דעם סאָוועטישן רעזשים. די געשיכטע, ווי ס'איז באַוווּסט, פֿײַערט נישט קיין יובילייען, ווײַל אין יעדער היסטאָרישער געשעעניש איז פֿאַראַן איר פּאָזיטיווע און נעגאַטיווע זײַט. פֿאַר דער קאָמוניסטישער פֿירערשאַפֿט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד איז דאָס דערשטיקן דעם בודאַפּעשטער אויפֿשטאַנד געווען אַן נצחון איבער די "רעאַקציאָנערע, פּראָ־אימפּעריאַליסטישע כּוחות". פֿאַר די אונגאַרישע אויפֿשטענדלער און קעגנער פֿונעם סאָוועטישן יאָך, איז עס אַוודאי געווען אַ נאַציאָנאַלע טראַגעדיע. אַ קוק טאָן אָבער אויף צוריק מיט דער קאַלטער אָפּשאַצונג פֿון צײַט, איז דער בלוטיקער אָקטאָבער אין בודאַפּעשט 1956, געווען אַן אָנהייב פֿונעם אַלגעמיינעם קראַך פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם סאָציאַליסטישן לאַגער בכלל, און דער סאָוועטישער אימפּעריע בפֿרט.
אַ חוץ דעם ווילן צו באַפֿרײַען זיך פֿון אַ פֿרעמדן באַלעבאָס, האָט דער אויפֿשטאַנד אַרויסגעבראַכט צוויי אַנדערע וויכטיקע מאָמענטן: דער סטאַליניסטישער אופֿן פֿון רעגירן האָט צעטריבן די לעצטע אילוזיעס בײַ דער אַרבעטער־באַוועגונג און בײַ די לינקע אינטעלעקטואַלן; צווייטנס, האָט צו דעם אַ שטויס געטאָן די סאָוועטישע רעגירונג גופֿא, נאָך כרושטשאָווס אויפֿטריט אויפֿן 20סטן צוזאַמענפֿאָר, וווּ ער האָט דעמאַסקירט סטאַלינס פּערזאָנען־קולט. ווי פּאַראַדאָקסאַל עס זאָל אָבער נישט אויסזען, האָט דווקא דער זעלבער כרושטשאָוו אָנגענומען דעם באַשלוס צו דערשטיקן דעם אויפֿשטאַנד אין בודאַפּעשט מיט טאַנקען, ווי אַן עכטער סטאַליניסט.
הײַנט, ווען דער ראַטן־פֿאַרבאַנד עקזיסטירט שוין מער נישט, און ווען געוויסע געהיימע דאָקומענטן פֿון יענער צײַט זײַנען באַקאַנט געוואָרן, קאָן מען זען, אַז די "סדרה־בודאַפּעשט, 1956" האָט געהאַט אויך אַנדערע פֿאַרשטעלטע זײַטן. עס איז איצט שוין קלאָר, אַז אויף דעם באַשלוס צו "מאַכן אַן אָרדענונג" אין בודאַפּעשט, האָבן געווירקט אויך אַנדערע געשעענישן.
דעם 28סטן אָקטאָבער האָט ניקיטאַ כרושטשאָוו זיך געוואַקלט, צי ער זאָל עס טאָן, צי נישט, מחמת דער ליבעראַלער טייל פֿון פּאָליטישן ביוראָ, בראָש מיט מיקאָיאַן, האָט זיך געהאַלטן קעגן אַ מיליטערישער אַרײַנמישונג. אָבער אין דער זעלבער צײַט, דעם 29סטן אָקטאָבער, האָט דאָס ישׂראלדיקע מיליטער גובֿר געווען דעם סיני־מידבר, און די בריטישע און פֿראַנצויזישע עראָפּלאַנען האָבן מיט צוויי טעג שפּעטער אָנגעהויבן באָמבאָרדירן עגיפּטן.
כרושטשאָוו האָט דעמאָלט מורא געהאַט פֿאַרשלעפּט צו ווערן אין דער "מערבֿ־אַוואַנטורע", ווי ער האָט עס אָנגערופֿן. ווי אַ רעזולטאַט, כּדי אַליין נישט אויסצוזען אין די אויגן פֿונעם מערבֿ ווי אַן "אַוואַנטוריסט", האָט ער דערקלערט בקול־רם, אַז ער איז גרייט אַרויסצופֿירן דאָס סאָוועטישע מיליטער פֿון בודאַפּעשט און אַפֿילו אָנהייבן פֿאַרהאַנדלען וועגן אַרויסצוציִען דאָס מיליטער פֿון גאַנץ אונגאַרן.
אָבער שוין אויפֿן אַנדערן טאָג האָט כרושטשאָוו זיך באַרעכנט, און אַ היפּשע השפּעה אויף זײַן לעצטן באַשלוס האָבן געהאַט די געשעענישן אין מיטעלן מיזרח. "אויב מיר וועלן אַרויסגיין פֿון אונגאַרן, — האָט דערקלערט כרושטשאָוו זײַן נײַעם באַשלוס, — וועלן די אַמעריקאַנער, ענגלענדער און פֿראַנצויזן — די כאָפּטע אימפּעריאַליסטן, אויסטײַטשן עס ווי אונדזער שוואַכקייט. אַזאַ פּאָזיציע וועט אונדזער פּאַרטיי נישט גרייט זײַן אָנצונעמען. צו זייער נצחון איבער עגיפּטן וועלן מיר זיי נאָך צוגעבן אונדזער מפּלה מיט אונגאַרן. מיר האָבן נישט קיין אַנדער ברירה."
ווי עס האָט געוויזן ווײַטער די צײַט, האָט אַזאַ עקשנותדיקער צוגאַנג צווישן ביידע היפּוכדיקע וועלט־סיסטעמען — קאַפּיטאַליסטישער און קאָמוניסטישער — צו לייזן זייערע אידעאָלאָגישע וויכּוחים, געווירקט אויפֿן גורל פֿון פֿעלקער, וואָס זײַנען אַרונטערגעפֿאַלן אונטער די צוויי דאָמינירנדיקע כּוחות, ווי צווישן אַ האַמער און קאָוואַדלע.
צוליב דעם דאָזיקן צוגאַנג האָט אויסגעבראָכן שפּעטער אַ קריזיס אַרום קובאַ, די מלחמה אין וויעטנאַם, אין 1968 איז פֿאַרגאָסן געוואָרן בלוט אין טשעכאָסלאָוואַקײַ; אין די זיבעציקער יאָרן — אין אַפֿגאַניסטאַן, ביז עס איז נישט געפֿאַלן די בערלינער וואַנט אין דײַטשלאַנד און נאָך דעם — די גאַנצע סאָוועטישע אימפּעריע.
איצט דאָמינירט איבער דער וועלט איין מלוכה, די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע. צי האָט עס געמאַכט אַ סוף צום ווירקן אויפֿן גורל פֿון אַנדערע פֿעלקער?